| נשלח ב-20/4/2010 21:56 |
|
| |
אהרונים צופליקט און צושאסן: שמואל ווידער שרייבט פאשקעווילן אנטקעגן ר' אהרן!
די אהרונים דרייען זיך די לעצטע טעג ארום מיט אראפגעלאזטע נעזער, עפעס קאכט זיך אונטער זייער נאז ביי די גרויסע קעפ, א צומישעניש וואס וויל זיך נישט איינשטילן; יאנקי סופר, אהרן דוב געטטער, שמואל ווידער, אהרן וועלץ, חיים שלמה פישער און נאך. יעדען טאג הערט מען פרישע שמועות ווער עס איז בעל הבית ביי ר' אהרן אין שטוב.
דאס האט יעדער געזעהן, אז נאך די באקאנט פורים דרשה פארגאנגענעם חוה"מ, האט שמואל ווידער, אויפן באפעל פון חיים שלמה פישער, באשלאסן לערנען ר' אהרן א לעקציע אויב ער וועט נישט איינזיצן ווי א וואויל אינגעלע, און זיך וואגן נאכאמאל רעדן אזוינע שטותים, וועט מען אים מבזה זיין מסוף העולם ועד סופו ובכל העולם כולו בפרט.
צום ערשט האט מען מפרסם געווען דעם בריוו פון קיט"ל אין קרית יואל אז דער רבי איז געהעריג בדעתו מיט זיין איסור קעגן די אונטערנעט, טראץ וואס ער האט אהינגעשיקט דעם עולם ליינען. דערנאך האט מען זיכער געמאכט נישט צו ערקלערן פאר די שעפסן וואס מ'זאל ענטפערן די גאס ווען זיי ווערן אויסגעפרעגט וועגן די דרשה. מ'האט מיטאמאל געשפירט פאר וויכטיג אויפן אונטערנעט זיי עס מסביר צו זיין, און עס האט געהערשט א בוקה ומבלוקה, א גרויסע טייל פון זיי האבן געשריגן אז ס'געווען א נארישע דרשה, אנדערע האבן געשריגן אז ערליכע אידן האבן זיך אייביג פאררעדט מיט שטותים א.א.וו.
ווי עס שיינט אבער יעצט, האט שמואל באשלאסן מ'גייט מיט א שטאפל ווייטער, ער האט אפגעשריבן א זאפטיגן ליצנות אונטערוויו פון ר' אהרן מיט "דזשואיזש פרעס", און דער עולם וועט קייכן פאר געלעכטער פון די הויכ-שטאק'יגע פערעדעריי וואס ר' אהרן גיסט דארט צוזאם, און ר' אהרן וועט בלייבן שטאטס נארעלע (כדברי האמרי חיים מ'וויזניץ...) און באקומען די מעסעזדזש אז מ'דארף אויספאלגן די הוראות פון די פילאטן.
מ'דארף דאך אבער מאכן עפעס א שטיקל די גאס זאל נישט כאפן אז שמואל האט דאס געשריבן, געט מען דאס א שמיר ארויף אויף די זאליס, און שמואל זאגט אני את נפשי הצלתי פון די ברייט באקאנטע קפידות פון ר' אהרן, וואס כידוע גייט דאס זייער שנעל אריין אין קראפט...
עס איז אונז א כבוד אייך פארצושטעלן דעם פאשקעוויל וואס שמואל ווידער האט געשריבן אנטקעגן זיין רבי'ן ר' אהרן, און יא מיר קענען באשטיין בחפץ לב צו נעמען קרעדיט דערויף...
תוקן על ידי המהדרין ב- 20/04/2010 23:10:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 22:04 |
|
| |
קרעדיט: באדאפעסט
תמות נפשי עם פלשתים. אהרוינים מיט פאשקעווילן
פאר די אהרוינים קומט זיך קרעדיט פאר זייערע וואשענע רעיונות. עס איז למשל קיינעם נישט
געקומען אויפן געדאנק צו רופן דעם רבי'ן אליינס אין קארט. נישט אין וויזניץ ווי מען שלאגט זיך
נישט אין בעלזא ווי מען האט זיך געשלאגן, נישט אין קלויזענבורג ווי מען שלאגט זיך נאך היינט. נישט אין באבוב. בקיצור...
פאשקעווילן איז שוין א אלטער מיטל, אבער די אהרוינים דארפן דאך כסדר אויפקומען מיט פרישע מיטלען,
האבן זיי זיך דערטראכט צו א וואשענער איידיע. זיי וועלן ארויסגעבן
כאילו הרה"צ מסיגוט שליט"א האט נישט בעסערס וואס צו טון נאר זיך אפגעבן מיט
פאשקעווילן קעגן דעם באגאסענער פון די ניו העמפשער רעגענעס...
איי אינם פאשקעוויל אליינס ברענגען זיי ארויס זייערע אייגע שאנדע? נישט געפערליך "תמות נפשי עם פלשתים"...
זיי האבן זיך איינגערעדט אז זיי וועלן אנזייען חרבון... א קלייניגקייט? געכאפט ביי זי מעשה,
און ווי איין אהרויני דריקט זיך אויס "מיט די הויזן אראפ"... און יעצט טוט זיך שוין אינוועסטיגעשאנס ווער
עס האט געליקט דעם פאשקעוויל, דער באשולדיגט יענעם און יענעם דעם...
מיין ווינדער איז געוואלדיג, דער ריזן באמבע מוח ווייסט דאך אז גארנישט פאסירט נישט,
ער ווייסט דאך אז די גאנצע פרשה איז אויסגעזויגן פון פינגער, וואס איז זיין חשבון?
איך בין אנגעקומען צו א החלטה אז ער מיינט נאר די פאר נאיווע קעפלעך וואס גלייבן זייערע באבע מייסעס,
איי אפילו דער נאיווער וועט זיך דערוויסן פריער צו שפעטער אז די גאנצע פרשה איז אויסגעזויגן פון פינגער?
נישט געפערליך, ווען ער וועט זיך דערוויסן דעם אמת וועט שוין זיין א פרישע...
דעריבער וויל איך לאזן דעם נאיווער קעפל וויסן אז די שריפט האט קיין כי הוא זה שייכות מיט סיגוטער רב שליט"א...
די וואס דרייען זיך לעבן רב און קענען זיין האנט שריפט האבן שוין געכאפט א שמייכל פונם פאשקעוויל...
זייט 2
זייט 3
זייט 4
תוקן על ידי המהדרין ב- 20/04/2010 23:51:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 22:59 |
|
| |
דער שאק פון די אהרונים איז אומבאשרייבליך, זיי קענען נאכנישט גלייבן אז שמואל ווידער איז גרייט פאר אביסל תאוות ההנהגה צו אזוי מבזה זיין ר' אהרן, אזש ביזן ארויסברענגן אינעם פאשקעוויל א גאר קלארן בילד אין דעם געדאנקן גאנג פון אונזער ר' אהרן.
טיפשות, מנובלות, און גאות אלעס אזוי שיין ארויסגעברענגט, מ'האט ר' אהרן משפיל געווען עד לעפר. די אהרונים פארלאנגן אז מ'זאל זיי ערקלערן וואס עס גייט פאר, אבער דערווייל זאגן די קעפ אז די אטאקע איז נאך ווייט פון פארטיג, נאך שווערע פיילס פאשקעווילן אויפן חשבון פון ר' אהרן זענען גרייט ארויסצוגיין לאור עולם...
וליהודים היתה אורה!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 23:33 |
|
| |
נישט צו גלייבן די צומישעניש וואס הערשט ביי די אהרוינים אז אייגענע חסידים זאלן זיין מסוגל ארויסצוגעבן אזא פאשקעוויל!
איך ווייס נישט ווער עס האט געשריבן דעם פאשקעוויל, די אהרוינים זאגן זאלוינים, זאלוינים זאגן אהרוינים... דאס אמאל זיכער אז דער שרייבער איז מעכטיג, ער ברענגט גאר פונקליך ארויס די פערסענאלעטי פון מהר"א.
נאך איין זאך איז זיכער: מפרסם געווען דעם פאשקעוויל האבן די "אהרוינים" איך האב דאס באקומען פון א אהרויני!
אויב אהרוינים זענען גרייט צו פארשפרייטן אזא פאשקעוויל קעגן זייער אייגענע רבי מיז זיין אז זיי זענען אינטער א מאסיווער צומישעניש!
תוקן על ידי נפל ב- 21/04/2010 00:10:26
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2010 01:41 |
|
| |
דאס איז אויך היינו טעמא פארוואס נאך'ן דרשה אנשטאט עס פארפאקן אין א פארהאמערטע שופלאד, האט ער עס גלייך געהייסן ארויפלייגן פאבליק אויפן האט-ליין, ס'זאל זיין וואס מער חוזק, און פאר יעדע טיפשות-ווארט האט מען זיך געדארפט עקסטער שלאגן ער זאל עס ארויסשניידן פון'ם דרשה, און אפי' דאן האט ער עס נאר אראפגענומען אזוי נאך נאך 2 טעג אפגעריקט!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2010 15:51 |
|
| |
גראדע זייער א גוטער פאשקעוויל, א געזונטער לץ,
אבער וואסי טאקע פשט פון עס ארומשיקן אויף פאסט? ס'האט דאך קיין שום פירוש, איבערהויפט צו שיקן צו פרעמדע מענטשן, פאר די זאלוניס ברענגט עס זיכער נישט קיין תועלת
איך קלער זייער ערענסט אז די ארונים האבן עס טאקע ארומגעשיקט, צו פארשווארצן די זאלוניס פנימ'ער, אדער א נארישער זאלוני מדעת עצמו, ווייל די מנהיגי הזאליס האבן געווענליך מער שכל ווי דעם,
ס'געשיקט מיט געהעריגע סטעמפס, מ'זאל נישט קענען דערגיין פון ווי ס'קומט,
גיי ווייס,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2010 16:26 |
|
| |
באקימען א ביסעל קלארער

|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2010 16:28 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2010 16:29 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2010 16:30 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 17:37 |
|
| |
איך האב הנאה פין דעם צעטיל נישט קין חילוק ווער סהאט עס געמאכט אבער סאיז נישט מיט קיין קללות אדער סתם העצעריין סאיז ארויס געברעגט זיין מהלח המחשבה מיט פאקטישע זאכן וואס ער האט געזאגט אין ער ברעגט גיט ארויס ווי נישט דעס איז געווען דע דרך פין רבי'ן ז"ל אין די גאנצע עקעדיגע פראפגאנדע פין די בית השחיטה אין דעס אז סאטמאר זאל אדוווערטייזן מיט בילדער פין זייער רבי אין בכלל ווי פאלטש סאיז די מהודרת פלייש סאיז ערגער ווי אלע היימישע שעכט הייזער
כלל ישראל זאגט יענעם א ישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 23:08 |
|
| |
שמואל ווידער ארבעט אריין, די וואך איז ער ערשינען מיט א פרישע משלחן, מ'כלומרשט א שמועס מיט רבינו שליט"א.
קוועלער גיבן איבער אז די קומענדיגע וואך וועט דאס זיין דער באקאנטער שמועס צווישן רעבעצין סאשע מיט איר זוהן, דעם וועם ס'גייט בנפשו אז סאטמאר זינדיגט איבער די וועלט (!!!), דער רב פון הופפער. האלט אייך געשפאנט!
|
|
|
|
|