בית פורומים אידישע געדאנק

דראמאטישע נייעס: גאב"ד ירושלים שטעלט מהר"א במקומו הנכון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/4/2010 19:24 לינק ישיר 
דראמאטישע נייעס: גאב"ד ירושלים שטעלט מהר"א במקומו הנכון

מהר"א בייגט זיך פאר'ן ירושלימ'ער רב און שרייבט אונטער שטרי בירורין


לאמיר גיין צו די קלארע פאקטן און קורצן!

לפי בקשתם פון די אנערקענטע שרי התורה הראב"ד והביד"צ שליט"א דקהל יטב לב דסאטמאר צום ירושלימ'ער רב שליט"א, מיט א יאר צוריק, האט דער ירושלימ'ער רב שליט"א צוזאמענגעשטעלט נאך פארהאנדלונגען ובהסכמת ב' הצדדים א בי"ד של חמש, צו שליכטן די בני ברק'ער סכסוך, ואלו הם: די דריי שלישים הרב הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג שליט"א מכון להוראה, הרב הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א העדה החרדית, הרב הגאון ר' מרדכי באב"ד שליט"א מכון להוראה. די בוררים פון די צווי צדדים זענען ווי פאלגענד: הרב הגאון מטשאקעווא שליט"א מטעם שיכון קרית יואל און מוסדות יטב לב, הרב הגאון ר' זלמן גראוז שליט"א מטעם "מרכז המוסדות" בני ברק.

אלע ביידע צדדים האבן שוין אונטערגעשריבן אויף שטרי בירורין, צד שיכון קרית יואל – אלע חברי הנהלה כולל דער נשיא מרן מסאטמאר שליט"א - האבן אונטערגעשריבן ד' אדר תש"ע, צד מרכז המוסדות האבן אונטערגעשריבן ז' אדר תש"ע.

זונט ז' אדר שטייט דער ירושלימ'ער רב שליט"א און בעט זיך – ווי צו א גזלן - צו ר' אהרן טייטלבוים דער הויפט אנקלאגער בערכאות שלטונות הציונים, אז ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, ואין קול ואין עונה,  נישט ווי דער רב וואלט ווען גערעדט צו די וואנט, נאר ער האט טאקע גערעדט צו א וואנט.

נאך פסח האט דער ירושלימ'ער רב ווידער געבעטן ר' אהרן אונטערשרייבן שטרי בירורין, אבער דער פארשטייער זייער האט גענטפערט אז האט רעזיגנירט פון דעם פארמיטלערשאפט, און אנשטאט עם גייט פירן דעם געשעפט ר' אלישע הורוויץ פון קרית יואל, און מ'דארף מיט עם אנהייבן פריש אלע פארהאנדלונגען.

פארגאנגענע וואך האט ר' אהרן באוואשן ווי א סוטה, דעם חבר הנהלת העדה ר' שלמה פאפענהיים, און עם פארגעהאלטן פארוואס ער לאזט דעם ירושלימ'ער רב זיך אריינמישן און די בני ברק'ער סכסוך, וואס דערוועגן קענען די בני ברק'ער רבנים גארנישט טאן., דעריבער האט עם ר' אהרן געמאלדן מיט פאטאס, אז ער האלט נישט ביים אונטערשרייבן איצט שטרי בירורין.

די וואך זונטאג נאכט האט דער צד "מרכז המוסדות" ארגאניזירט אן עצרת מחאה בבית מדרשם אויף הופער קעגן די מכלומרש'טע הליכה לבג"ץ פון צד שיכון קרית יואל, און האבן מיט שווא ושקר פארקויפט אז צד שיכון קרית יואל וויל נישט גיין צו א די"ת, און האבן געשאטן קיתונות של בוז אויף זיי, און זיי אונטערגעריסן מיט בלאף און מיט שקר.

דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט באקומען א פונקטליכן באריכט פונעם עצרת, און איז באריכטעט געווארן איבער אלע השמצות וועחכע זענען געזאגט געווארן דארטן, און עס איז עם ארויף די בלוט פון קאפ, און געלאזט רופן זיינע מקורבים און האט זיי געזאגט אז ער גייט מאכן ארדענונג, און וועט נישט לאזן מבזה זיין די וועלכע וואס זענען ציית דינא, ווען און די זעלבע צייט שטייט דער פירער פון צד השני וממאן לחתום אויף שטרי בירורין.

מאנטאג נאכמיטאג האט דער ירושלימ'ער רב שליט"א אנגערופן פערזענליך די צווי שלישים הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג און הגאון ר' מרדכי באב"ד, און האט זיי געבעטן אז זיי זאלן פאררופן א מושב בי"ד שוין און די קומענדיגע טעג דאהי אין ניו-יארק, און זאל זעהן ווער עס האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און זאל ארויסגעבן א פסק הלכה ווער עס דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין און ער וויל עס נישט טאן.

דינסטאג אינדערפרי האט הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג אנגערופן די בוררים פון די צווי צדדים, טשאקאווער רב, און הרה"ג ר' זלמן גראוז, און זיי געמאלדן אז די נעקסטע וואך איז באשטימט דער ערשטער דיון, איבער די אישו ווער עס האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און זיי גייען בפקודת דעם ירושלימ'ער רב שליט"א פארעפענטליכן א פסק ברבים.

דער צד "מרכז המוסדות" האבן גלייך באקומען א דרינגענדע באריכט פון זייער בורר ר' זלמן, אז טאמער עס וועט נישט זיין קיין אונטערשריפט פון ר' אהרן און די קומענדיגע טעג, איז עלול ארויסצוקומען א בריוו פונעם בי"ד אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין. 

דער צד מרכז המוסדות האט געלאזט וויסן פאר ר' אהרן אז עס רעדט זיך איצט פון אן ערענסטן קריזיס, און מ'קען באצאלן א טייערער פרייז דערויף, ווען די זאלי'ס וועלן האבן וואס צו שרייען אז דער רבי האלט נישט ביים גיין צו די"ת, און די גאנצע וועלט וועט זיי גלייבן.

דער ר' אהרן פארשטייט נאר דעם שפראך, און עס איז נישט אריבער קיין גאצע צוועלעף שטונדן, און נעכטן פארנאכט 6:00 גענויע, האט ר' זלמן גראוז'ס זון, (וועלכער שרייבט זיין טאטענס בריוו'ן) אריינגעשיקט א פעקס פאר הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג, א בריוו וועלכע שטייט דערין צווישן די אנדערע קורצע ווערטער ווי פאלגענד: "החתימה של האדמו"ר מהר"א מופקד אצל אאמו"ר שליט"א" וועלענדיג ארויסברענגען אז ר' אהרן האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין.

איצט איז נאר געבליבן צו זעהן אויף וואספארא נוסח השטר ער האט אונטערגעשריבן, וויל פון דעם בריוו וואס ר' זלמן גראוז'ס זון האט געשריבן, קען מען גאר מיינען אז מ'רעדט פון א חתימה אויף אן הסכמה פון א נייעם ספר, אזוי ווי אמר ולא פירש ולא יסיף.

אלעפאלענס, איז קלאר אז דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט געטאן גאר א ריזיגן שריט, און האט בתחבולה גדולה געשטעלט דעם ר' אהרן אויף זיין ריכטיגן מקום.

בלייבט נאר צו זעהן דעם נוסח פונעם שטר, האפענדיג אז עס רעדט זיך נישט פון שטרי ליצנות נאר שטרי בירורין.

אבער ווי די באריכטן קומען איצט אן פון בני ברק, האט ר' אהרן אונטערגעשריבן נעכטן אויף א נוסח שטר הרשאה, מיט א דאטום פון כ"ג אדר (פארוואס נישט כ"ג שבט), צו מטשטש זיין די מוחות אז ער האט שוין אונטערגעשריבן מיט איבער א מאנאט צוריק.

ער האט אבער פארגעסן אז כ"ג אדר איז נאך ד' אדר.





תוקן על ידי yuchw ב- 21/04/2010 19:50:47




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2010 20:12 לינק ישיר 

די מעשה קוקט אויס צו זיין פשוט ליגענט,
דאס איז א ריאקציע פאר די געלונגענע כינוס מחאה פארגאנגענע זינטוג פין צד מהר''א וועט האט געהאט א שטארקע אפקלאנג

פאר מהר''א וועלכע איז דער נתבע אין ערכעות לוינט זיך ענדערש צו אינטערשרייבן ש''ב ביי א די''ת ווי איידער די ערכעות זאל עס דיין זיין
עס איז קלאר כו''ע מודה אז מהר''א האט ווייניגער טשאנסען אין ערכעות ווי ביי די די''ת
די זעלבע האט איר געזאגט אין ב''פ אז מהר''א וויל נישט די''ת, ביז דער ריכטערן האט קלאר געשריבן ווער דער מסרב איז

אין פאקט האבען די ב''ב רבנים געשריבן א בריוו פאר צד מהרז''ל, אין ווען צד מהר''א וואלט געווען די מסרבים וואלט די בריוו ווען געדארפט זיין אדרעסירט צו זיי.

מ'דארף זיין אביסל נעריש צו קענען פארקויפן/קויפן אזאנא שטותים קעגן א מציאות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2010 20:40 לינק ישיר 

א שאד צו טענה'ען

ווייל ווער עס קען די גופי הטענות, האלט נישט אז מהר"א האט מער שאנסן און די"ת ווי אין ערכאות

לדעתי האט ער די זעלבע שוואכע שאנסן ביי ביידע.



אבער וואס לאמיר מיר זיך טענה'ען.

מיט קיין קשיות פארענטפערט מען נישט קיין תירוצים, און מיט קיין קשיות בויעט מען נישט קיין פאקטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2010 21:07 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
די מעשה קוקט אויס צו זיין פשוט ליגענט,

פארוואס נישט

דאס איז א ריאקציע פאר די געלונגענע כינוס מחאה פארגאנגענע זינטוג פין צד מהר''א וועט האט געהאט א שטארקע אפקלאנג

וואס דען

פאר מהר''א וועלכע איז דער נתבע אין ערכעות לוינט זיך ענדערש צו אינטערשרייבן ש''ב ביי א די''ת ווי איידער די ערכעות זאל עס דיין זיין

דאן פארוואס איז משה חיים ווייס קודם אריין אין געריכט מיט א היתר ?

עס איז קלאר כו''ע מודה אז מהר''א האט ווייניגער טשאנסען אין ערכעות ווי ביי די די''ת

דאן פארוואס איז משה חיים ווייס קודם אריין אין געריכט מיט א היתר ?

די זעלבע האט איר געזאגט אין ב''פ אז מהר''א וויל נישט די''ת, ביז דער ריכטערן האט קלאר געשריבן ווער דער מסרב איז

ביטע זיך האלטן צום אשכול... 
 
אין פאקט האבען די ב''ב רבנים געשריבן א בריוו פאר צד מהרז''ל, אין ווען צד מהר''א וואלט געווען די מסרבים וואלט די בריוו ווען געדארפט זיין אדרעסירט צו זיי.

ביסטו מכובד ארויפצולייגן דעם בריוו פאר די ליינער, זיי זענען אויך ענטייטלד צו באשלוסן צו וועם ס'איז אדרעסירט...

מ'דארף זיין אביסל נעריש צו קענען פארקויפן/קויפן אזאנא שטותים קעגן א מציאות

יא, מיט דע איין זאך ביסטו גערעכט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2010 22:31 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו דער רבי האט אונטערגעשריבן נעכטן צו פאר חודש צוריק.

איבער איך וואלט פארגעשלאגן פאר אלע משה גבאי'ס קעלבעלעך נישט צו זיין אזוי "העפי".


איך האב איצט געהערט פון א קראנטע מקור וואס האט היינט און די פרייע פארמיטאג שטונדן געכאפט א ברייטן שמועס מיט ר' אלישע הורוויץ איבער די גאנצע געפעכט, און יענער מקור דערציילט מיר, אז ר' אלישע האט עם געזאגט אז עס קומט נאך גרויסע סופרייזעס און די קומענדיגע טעג, און די אנערקענטע בתי דינים אין בני ברק האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן זייערע תורה'דיגע רעכטן צו אריינרעדן און נעמען א מיינונג איבער דעם זבלא בוררות וואס עס גייט פארקומען אי"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2010 22:39 לינק ישיר 

ר' אלישע החכם'ס סופרייזעס האבן מיר שוין זייט ס"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 00:03 לינק ישיר 





תוקן על ידי המהדרין ב- 22/04/2010 00:26:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 00:22 לינק ישיר 

מיר פארנעמען ב"ה קריטיק, בפרט קריטיק וואס העלפט מאכן דעם פורום געשמאקער. און טאקע פאר דעם סיבה וואס די שרייבסט, זאלסטו מהיום שיקן אזעלכע הערות אין אישי. המהדרין



תוקן על ידי המהדרין ב- 22/04/2010 00:34:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 01:51 לינק ישיר 

[quote]

 ....אז עס קומט נאך גרויסע סופרייזעס און די קומענדיגע טעג, ''און די אנערקענטע בתי דינים אין בני ברק'' האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן זייערע תורה'דיגע רעכטן צו אריינרעדן און נעמען א מיינונג איבער דעם זבלא בוררות וואס עס גייט פארקומען אי"ה.

[/quote]

סאמטינג פישי, נאך וואס קריכן צו ''אנערקענטע בתי דין'' וואס פארשטייען נישט צו סאטמאר,  ווען די היימישע ''עדה החרדית'' ובראש דעם קלוגן גאב''ד וואס פירט די זאך אזוי געניט זענען סיי ווי אינוואלוד בעובי הקורה...?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 05:24 לינק ישיר 

מ'האלט שוין דא ביי די 3'טע געברעכאכץ אין די לעצטע וואך

1. ווילעדש ברעכט זיך צו רביצין שול

2. יצחק רז"ב ברעכט זיך צו נידערמאן

3. יעצט ברעכט זיך שוין ר' אהרן זעלבסט

חוט המשולש לא במהרה ינתק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2010 17:59 לינק ישיר 

איך שמועס היינט מיט א זאלי און ער שעלט קללות נמרצות, פרעג איך עם, וואס שעלסטו? ער האט זיך דאך געבראכן און אינטערגעשריבן שטרי ברורין, זאגט ער אז נישט עם שעלט איך איך שעלט די פערדישע זאליס וואס האבן זיך אליין אנגעפראסקעט מיט דעם סטעיטמענט, וואס וועט יעצט זיין דער תירוץ אז מען גייט נישט ארויס פון בג''ץ? ער האט דאך (לויט זיי) אינטערגעשריבן שטרי ברורין, ווייסן זיי דען נישא אז דאס וועט זיי דאך מחייב זיין צו גיין צו דין תורה און דארט איז א פארלוירענער קעיס, סא טיפשים, זאגט ער מיר מיט א ביטערן שמייכל. קאמענטארן זענען איבעריג...  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 19:49 לינק ישיר 

ברוך הבא מיסטער גערעכטער...איך בין צויפעליג די זאלי וועם די האסט געטראפען היינט... אלזו לאמיך דיך פרעגען! פארוואס זענען די ארונים זיכערע געווינערס ביי דין תורה?....ביטע זיי מסביר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/4/2010 20:47 לינק ישיר 

YESWECAN3 כתב:
ברוך הבא מיסטער גערעכטער...איך בין צויפעליג די זאלי וועם די האסט געטראפען היינט... אלזו לאמיך דיך פרעגען! פארוואס זענען די ארונים זיכערע געווינערס ביי דין תורה?....ביטע זיי מסביר

קען נישט זיין אז דו ביסט דער זאלי וואס איך האב היינט געהערט שעלטן, ווייל דאס אז ביי דין תורה איז א פארלוירערנער קעיס האט ער מיר געזאגט, און נישט איך עם, און דא פרעגסטו מיך פארוואס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 21:07 לינק ישיר 

סאיז נישט אמת! איך האב דיר קיינמאל נישט געזאגט אז ביי דין תורה איז א פארלוירערנער קעיס! עס קען זיין אז די האסט דיך געטראפען מיט צווי זאליס היינט... אין א אנדערע זאלי האט דיר עס געזאגט...אין די ביסט א ביסעלע צימישט..אלזו זיי אזוי גיט אין זיי מסביר פארן עולם דא אויף הייד פארק פארוואס זענען די ארונים זיכערע געווינערס ביי דין תורה
אדאנק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/4/2010 21:15 לינק ישיר 

איך רעד נישט צו קיין צוויי זאליס אין איין טאג, קוים רעד איך צו איין זאלי און אויך נאר בצינעה באהאלטענערהייט, ווייל איך שעם מיך צו רעדן מיט קעלבלעך אפענערהייט, און אויב ווילסטו וויסן פארוואס ביי דין תורה האט איר א שוואכערן טשענס, דארפסטו פרעגן די זאליס וואס האבן ביז היינט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און כסדר אויפגעקומען מיט דריידלעך און שטיקלעך, זעט אויס זיי ווייסן עפעס וואס איך און דו ווייסן נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2010 21:28 לינק ישיר 

אהא..איך זעה אז די ביסט מודה אז די ווייסט נישט פארוואס זענען די ארונים זיכערע געווינערס ביי דין תורה!
די האלסט נאר אזו ווייל א זאלי האט דיר געזאגט...איך מיז דיר זאגען שעפעלע...מיר האבען זיך שיין דערלעבט...די גלייבסט שוין היינט ציטאגס א זאלי אויף א ווארט?...WOW איך האב געמיינט נאר די בלאט אדער שמואל ווידער...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דראמאטישע נייעס: גאב"ד ירושלים שטעלט מהר"א במקומו הנכון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext