עס איז פארהאן אן אנגענומענער כלל אין די מיליטערישע וועלט, וועלכע לויטעט ווי פאלגענד:
עס איז טאקע א וויכטיגער פונקט אין א מלחמה צו אטאקירן דעם שונא מיט די אייגענע וואפן. אבער אסאך וויכטיגער און סטראטעגישער פון דעם איז: ארויסצונעמען דעם שונא'ס וואפן פון זיין האנט און זיך באנוצן דערמיט אויף צו אטאקירן אים זעלבסט!...
כלפי מה דברים אמורים?
מיר לעבן אין א וועלט ווען טעכנעלאגיע איז ליידער געווארן א וואפן פונעם יצר הרע, דער שטן האט פארוואנדלט די טעכנעלאגיע אלס א נוקאלארער וואפן צו צעברעכן כל הקדוש לנו, ס'רייסט ביים הארץ, צוזעענדיג וויאזוי די טעכנעלאגיע ברענגט ממש טאג טעגליך אראפ דעם רוחניות'דיגן ניווא אויף א שוידערליכן פארנעם.
איינע פון די מקומות וועלכע ווערן באנוצט – ליידער – דורכן שטן אויף צו פארשפרייטן לשון הרע, רכילות, עלבון תלמידי חכמים, און פיל ארגערס, איז טאקע די שעדליכע פארומען אינעם הייד-פארק קרעמל...
אבער זיך האלטנדיג פאר די אויגן דער אויבערדערמאנטער כלל גדול און מיליטערישע סטראטעגיע איז פארשטענדליך אז מיר דארפן טון כל מה שביכלתינו ארויסצונעמען טאקע אט דעם טעכנעלאגישן וואפן פון זיין האנט, און זיך באנוצן דערמיט אויף אים צו אטאקירן!
וויאזוי וועלן מיר דאס באווייזן?
גאנץ פשוט. דורכן פארשפרייטן ערליכע ענינים, און וויכטיגע ידיעות וועלכע קענען אונז בייהילפיג זיין אויפן טאג טעגליכן לעבן, און טאקע דאס איז די סיבה וואס האט אונז – א קבוצה פון עטליכע חברי ה'פארק - באוואויגן צו עפענען דעם פאלגענדן אשכול, אונטערן נאמען "אשכול הכשרות".
*
עס איז אן מפורסמ'דיגער פאקט אז דער גרויסער מאורן של ישראל מרן הגה"ק מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט אין די לעצטערע זמנים זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אראפצושטעלן שטאנדהאפטיגע יסודות אין כשרות פאר תלמידיו וחסידיו הנאמנים בפרט, און פאר ערליכע אידן וואס זוכן צו זיין נזהר און אפגעהיטן בכלל.
טויזנטער ערליכע אידן מדקדקים במצוות באגלייטן און אבזערווירן דעם סאטמארער רבי'נס הייליגע פעולות און זיין מאסיווע פארשריט בעניני כשרות, אנגעהויבן מיט מהודר'דיגע מצות אויף פסח; בשר עוף ובהמה בתכלית ההידור והכשרות, ועוד ידו נטוי' בעז"ה מיט כשרות המאכלים אין אלע אספעקטן.
יא! צוביסלעך וועקט זיך דער ברייטער ציבור אויף, צוזעענדיג וואס עס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און מען רעאליזירט אז מיט א פאראייניגטן כח האבן מיר באוויזן וואונדער, און מיט א פאראייניגטן פראנט און סייעתא דשמיא וועלן מיר באווייזן צו פארפולקאמען דעם רבינ'ס וואונטש!
זה לעומת זה שווימט צוביסלעך ארויף אויפן אויבערפלאך דער אבסורד, ווען ערליכע אידן וואס ווילן זיין אפגעהיטן, זיי זוכן כשרות-סטאנדארטן אויף א שטערקערן פארנעם, ווערן זיי פארשריגן אלס "די וואס זענען 'משנה' פונעם רבי'נס דרך!", בו בזמן וואס אזעלכע באנוצן מיט מפוקפק'דיגע ווייץ כידוע לכל; קויפן פלייש אין אספסוף-יאטקע'ס; באנוצן זיך מיט שטיין-זאלץ שלא כהוראת רבינו הק'; און די רשימה איז נאך זייער לאנג ליידער... זיי שעמען זיך נישט צו בארימען אלס "ממשיכי דרך רבינו הק'!"...
דער געוואונטשענער "אשכול הכשרות" וועט בעזר השי"ת ברענגען באריכטן און ארויסהעלפן אין אט די הייליגע מערכה למען כשרות המאכלים ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, און יהדות החרדית בארה"ב בכלל!
*
קלארשטעלונג: מיר – די גרינדער פון דעם אשכול – האבן נישט קיין שום דירעקטע פארבינדונג מיט קיין איינע פון די חשובע ועדי הכשרות שע"י קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל. מיר שטייען פון דער זייט און באאבאכטן זייער הייליגן ציל, און מיר – כשאנו לעצמינו – האבן באשלאסן זיך צוצושטעלן צו די הייליגע מערכה למען הכשרות דורכן מעלדן פארשידענע אנטוויקלונגען, האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט אינפארמאטיווע ארטיקלען, נייעס באריכטן, כשרות-אויסגאבעס, מעלדונגען און כשרות-אלערטן!
די מיינונגען וואס ווערן דא ארויסגעברענגט זענען – כפי שידינו מגעת – מיוסד על דעת תורתם פון הרבנים הגאונים שליט"א און די חשובע עסקנים וועלכע טוען בשדה הכשרות, און מיר האפן מקדש שם שמים מיט אונזערע שריט, ויהי נועם ד' עלינו!
אין די ניו יארקער געשעפטן ווערט פארקויפט מילכיגע פראדוקטן פון ארץ ישראל (קאמפאני נאמען: תנובה) מיט א שוואכן הכשר.
ווי יעדער ווייסט געוויס, אין ארץ ישראל קומט נישט אריין אין א היימישע שטוב א פראדוקט וואס האט נישט דעם חותם פון די עדה אדער פון הרב לאנדא.
ליידער דא אין די געשעפטן טרעפן די פראדוקטן א מקום, און ווערן בלא יודעים פארקויפט פאר היימישע אידן.
דעריבער זאל יעדער אנזאגן אין שטוב זיכער צו מאכן אז דאס קומט נישט אריין ביי אונז.
נשלח ב-29/4/2010 21:10
דאנערשטאג אמור
די בארימטע "קול משמרת הכשרות", פון די אויפגעכאפטע אפטיילונגען אין 'קול סאטמאר טעלעפאן סיסטעם', האבן זיך פארבינדן מיט די "ועד הכשרות פון די ביד"ץ עדה החרדית", וועלכע האבן באווילינגט צו געבן א אינערוויו בנוגע די שטרענגע סדר הכשרות ביי זיי, און ווי אויך געוויסע פרטים וואס זענען נוגע פאר אונז אין אמעריקא.
עס רייסט ביים הארצן פון יעדן ערליכן איד אין אמעריקע, ווען עטליכע כשרות-משגיחים און חשובע תלמידי חכמים מנאמני הכשרות בארה"ב האבן אנטדעקט א שרעקליכן מכשול וואס האט זיך אפגעשפילט הונטער די קוליסן, און איז ליידער פארהוילן געווארן פונעם ברייטן ציבור יראי ה', מדקדים בכשרות.
מעשה שהי' כך הי':
עס איז פאר אלעמען באקאנט די "חוסטער לאקשן פירמע", וועלכע שטייט אונטער די השגחות פון די פאלגענדע צוויי ארגאניזאציע-השגחות: "או-יו" (ou) און "סי. אר. סי" (crc).
אין די לעצטערע תקופה האבן א קבוצה פון געקליבענע תלמידי חכמים, מנאמני הכשרות בארה"ב – מיטן מיטהילף פון הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי ועד הכשרות שע"י העדה החרדית בארצינו הק' – געהאלטן א וואכזאם אויג אויף די צוויי א.ד. ארגאניזאציעס, נאך אומצאליגע מכשולות און א גאר-לויזע ווירטשאפט מיט וואס זיי האבן זיך ליידער "אויסגעצייכנט", לדאבון לב יראי ה'.
מיט א קורצע צייט צוריק האבן זיי זיך ווידעראמאל איבערצייגט אז זייערע חששות זענען ליידער נישט קיין איבערגעטריבענע, ווען עס איז אנטדעקט געווארן, אז די צוויי א.ד. ארגאניזאציעס האבן געגעבן אן "השגחה"... אויף א קאמפאני וועלכע האט פראדוצירט זייערע פראדוקטן – אזוי ווי רוב היינטיגע פראדוקטן – ביי א גויאישע פירמע, און די חמצ'דיגע מאכלים, ווי לאקשן, זופ מאנדלען, א.א.וו. זענען פראדוצירט געווארן אום סאמע שביעי של פסח!!!...
עס שוידערט אויף א יעדן רעכטדענקיגן מענטש, געוואויר צו ווערן אז אזאנס האט געקענט פאסירן.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין די אפטייטש פון אזא מכשול:
אונזער ציהל איז לגמרי נישט דעם אדער יענעם, אונזער ציהל איז בלויז די איינע: "עפענען די אויגן פון אונזער עולם".
אבער:
אין די לעצטע צוויי טאג, זינט עס איז באקאנט געווארן די שערורי' איבער די התאחדות לאקשן וועלכע זענען געמאכט געווארן אום פסח, - וואס אגב, לויט ווי מיר הערן יעצט בשם ערנסטע רבנים "מעג מען" עס בדיעבד עסן [כלומר, בדיעבד אז ס'איז געמאכט געווארן מעג מען עס 'לכתחילה' עסן (אבער דאס איז נאכנישט קיין הוראה למעשה)] - איז אבער אריינגעקומען גאר גאר אסאך שטארק-קראנטע אינפארמאציע אויף דעם הכשר וועלכע וועלן אויפשוידערן יעדן וואס וועט דאס הערן און זיך איבערצייגן!
מיר ווילן אבער נישט שרייבן מער פרטים בעפאר עס גייט אדורך אן איבערזיכט, זיכער צו מאכן אז אלעס איז טאקע גענצליך קראנט, דעריבער וועלן די אינפארמאציע הערשט נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
נשלח ב-5/5/2010 19:54
בעפאר מיר ברענגען די פרישע פרטים, איז כדאי צו קלאר מאכן בנוגע די פריערדיגע ענין, די לאקשן.
מיר האבן געהערט פון ערנסטע רבנים און עסקנים וועלכע האבן דן געווען דערין, און איינער פון זיי האט אויך אנגערופן די התאחדות הרבנים, און וואס עס קומט ארויס איז אזוי:
די אפיציעלע תירוץ פון התאחדות איז, אז די לאקשן ווערט אפגעקויפט פונעם גוי הערשט נאך פסח, און דערפאר איז עס נישט קיין פראבלעם פון חמץ שעבר עליו הפסח, און לגבי די השגחה ביים קאמפאני, זאגן זיי אז מען ברויך נישט דערויף קיין השגחה, ווייל עס ווערט נישט געקאכט, נאר געטרוקנט, און די או. יו. האלטן אויך אז מ'דארף נישט קיין משגיח אויף דעם.
ממילא איז די תשובה למעשה טאקע אז "לגבי חמץ" איז עס ווארשיינליך נישט קיין פראבלעים, פארשטייט זיך יעדער קען אנפרעגן זיין רב\מורה הוראה צו ער שטימט מיט אז אויב קויפט מען עס פונעם קאמפאני הערשט נאך פסח איז עס אויסגעהאלטן לכתחילה.
"אבער", די הויפט קושיא איז במקומו עומדת: וויאזוי גיבט מען א השגחה בלינדערהייט, אן דעם וואס א משגיח זאל זיין דארט בשעת מעשה? ווער האט געזעהן צו זיי האבן טאקע געזופט די מעיל, און צו זיי האבן גענוצט נאר די געזיפטע מעיל? ועוד ועוד.
מיר וועלן עס נישט אראפשרייבן בכל פרטיה ודקדוקיה, אבער די מעשה אין קורצן איז, אז אין די מיידל קעמפ "מחנה בית רחל" איז אנגעקומען א שיפמענט פון "מאיאנעיז" (מיט די הכשר פון סי. אר. סי.), און ווען איינע פון די מענעדשער (ר' דוד לייב גרינפעלד הי"ו) האט נאכגעקוקט דעם קאוד וועלכע פרעזענטירט דעם דאטום פון די פראדוקציע, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געמאכט געווארן דעם צווייטן טאג שבועות!
(לבסוף האט מען עס צוריק געשיקט צו די קאמפאני)
נו, צו דארף מען טאקע אויף מאיאנעיז אויך נישט קיין השגחה? וויאזוי ווערט פראדוצירט א מאכל מיט א חותם פון א הכשר "אום יום טוב"?
מיר מוזן שטיין בלייבן מיט דעם סוגיא, ווי עס זעהט אויס איז דערווייל נישט באשערט אז דער גאנצער אמת זאל ארויסקומען, אבער דאס ביז יעצטיגע איז גענוג אויף צו וויסן: ווער עס עסט נישט או. יו. ווייל זיי האבן זיך איינגעפירט אומדערהערטע קולות וועלכע ווערן נישט אנגענומען בשו"א ביי די היימישע השגחות, זאל ער וויסן נישט צו עסן פון זייער צווילינג-השגחה.
(עס איז כדאי אויסצוהערן די דרשה פון מאגרובער רב שליט"א ביים כינוס הגדול אין קר"י, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די נפק"מ צווישן די היימישע השגחות צו די ארגאניזאציע השגחות, אז ביי די היימישע השגחות איז נישט פאראן אזא מציאות מ'זאל גיבן א הכשר אויף א מאכל פון א פאבריק אן דעם וואס מ'זאל ארפאפארן בשעת מעשה, משא"כ ביי די ארגאניזאציע השגחות, ודי בזה).
עס איז א פריידיגער פאקט אז די גרויסע התעוררות אין כשרות וועלכע האט זיך נארוואס אנגעהויבן אין קרית יואל, איז שוין ווייט אינטערוועגנס קיין וויליאמסבורג, וואו די עסקני משמרת הכשרות ארבעטן שטארק אויפצו-וועקן דעם ציבור און האלטן וואכזאם אויף עניני כשרות, כקריאת כ"ק רבינו שליט"א דא אין ביהמ"ד הגדול פארגאנגענעם חוה"מ פסח.
אין די קומענדיגע עטליכע וואכן - ביז צו די קאנטרי סעזאן - וועט יעדן זונטאג פארקומען א שיעור בעניני כשרות.
די וואך זונטאג נאכט אום 6:00 נאכמיטאג וועט פארקומען דער ערשטער שיעור, דורך הרה"ג ר' דוד באב"ד, ומשגיח מומחה לעניני כשרות בעיר ב"פ.
נשלח ב-11/5/2010 22:19
בשורה טובה למדקדקים בכשרות!
עס ווערט געמאלדן אז דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועט שוין בעז"ה זיין אין די געשעפטן "וויפד קריעם-טשיז" פון די דבש פירמע, מיט די מהודר'דיגע השגחה פון ועד הכשרות דקרית יואל.
די ארבעט פארציהט זיך שוין פון א לאנגע צייט צוריק, פון ווען דבש האט באשלאסן אנצוהייבן פראדוצירן אלע סארט מילכיגע פראדוקטן, און אויף שבועות ווען יעדער זוכט קריעם-טשיז פאר די טשיז קעיק'ס איז די פאסיגסטע צייט אנצוהייבן מיט דעם, און די פירמע האט דאס שוין געזאלט פון לאנג האבן גרייט, אבער די ועד הכשרות האט אריינגעלייגט זייער א לאנגפארצווייגטע ארבייט און הארעוואניע און חקירה אז עס זאל ארויסקומען א פראדוקט 100% כשר למהדרין מן המהדרין, און מ'איז עטליכע מאל אראפגעפארן צו די קאמפאני וואו עס ווערט געמאכט, אזוי אז דבש האט געמוזט אויסווארטן ביז ווען די ועד הכשרות וועט ענדיגן איר ארבעט און פארזיכערן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות, און אצינד האט מען דאס עררייכט בעזר השם.
(עס איז כדאי צוצוגעבן אז ביי די קאמפאני וואס דבש נוצט, ווערט מען ערלויבט צו נוצן די געווענטליך-פארלאנגטע גראַד הייס-וואסער [216] ביים כשר'ן דעם פעסטיורייזער, וואס דערמיט זענען זיי פון די ערשטע צו האבן מהודר'דיגע קריעם-טשיז דאהי אין אמעריקא).
נשלח ב-14/5/2010 21:28
מעלדונג פון די כשרות בלעטל:
אנגעהויבן פון יו"ט שבועות וועט די בארימטע אינפארמאטיווע "כשרות בלעטל" ערשיינען איין מאל אין צוויי וואכן [נישט יעדע וואך ווי ביז היינט], מיט א דאפעלט-פארגרעסערטן בלעטל, לתועלת פון די חשובע מבקשים.
נ.ב. די מהודר'דיגע קריעם טשיז פון "דבש" בהשגחת ועד הכשרות קרית יואל, איז שוין אין די געשעפטן, לשמחת לב מבקשי הכשרות.