ר' יצחק ראזנבלאט שליט"א איז א אינגערמאן פון 32 יאר, נאכדעם וואס די רבנים האבן אים פארגעהאלטען האט ער געזאגט אז ער ציט צוריק פון זיין בריוו, ער זאגט מען האט עס ארויס געשלעפט פון אים מיט געוואלד.
בדי"צ פון הרב וואזנער שליט"א זאגט פאר יעדעם אז עס איז א חשש פון קברים און כהנים טארן נישט ארויף גיין.
סטריקוב רבי שליט"א פון בני ברק וואס איז אויך א כהן, האט אויך געמאלדען אז ער גייט נישט ארויף.
אויך ר' יחקאל ראטה זאגט פאר כהנים אז מען טאר ניטש ארויף גיין אפילו אלס חשש.
דערווייל איז נאך קיינער נישט ארויס געקומען מיט א היתר, נאר ראזענבלאט וואס האט שוין צוריק געצויגען.
תולדות אהרן לויפט ארום אין א"י די טעג ווי פארסאמטע מייז און פרובירען צו כאפן א היתר פון א רב וכו', אבער דערווייל טאפן זיין א וואנט.
פון די אנדערע זייט ווארנען זיי אלע רבנים אז קיינער זאל נישט ארויס קומען מיט אן איסור.
|
|