בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2010 03:39 לינק ישיר 
ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל!

א חשובער מחותן אין קרית יואל איז נעכטן ארויף צו ר' געציל שליט"א דומ"ץ קיט"ל דקר"י און מכבד געווען מיט סידור קידושין ביי זיין'ס א קינדס חתונה וואס גייט אי"ה פארקומען בשעטומ"צ אין אולם עטרת מאיר צבי, דער חשוב'ער דיין שליט''א האט עס אנגענומען, ס'דא א גירסא אז ער האט עס נישט אנגענומען אדער נאכנישט געענפערט, כ'נעם נישט קיין שטעלונג, אבער לכאורה אלץ דומ''ץ אין שטאט גלייב איך אז ער וועט נישט אפזאגן די תושבים וואס ווילן אים מכבד זיין
 


תוקן על ידי המהדרין ב- 23/04/2010 07:48:37




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 04:48 לינק ישיר 

רבי געציל איז נישט דער מרא דאתרא און ער קען נישט אנעמען קיין סידור קידושין, ער גייט נאר געווענדליך בשליחות רבינו שליט''א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 04:48 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז דאס איז אמת ווייל ער וועט גלייך פארלירן זיין פאסטן מיט דיקע קייטלעך אויף זיין זיץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 04:54 לינק ישיר 

אינטרעסאנט אז גיין מספיד זיין רעב אברהם לייטנער ביי סאסמאן האט עם נישט פארשאפט קייטלעך אויף זיין זיץ, און ער האט נאך אלץ זיין פאסטן אלץ דיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 06:16 לינק ישיר 
א געוואלדיגער היכא תמצא

א געוואלדיגער היכא תמצא
ווי קען זיין אז דער שליח קען מער טון ווי דער משלח אליינס?
מיר האבן דאך דעם כלל אז שליח של אדם כמותו, און נאך מער אוודאי נישט?
דא זעט מען בפירוש אז ער איז טאקע אויסדריקלעך נישט רא"טס שליח
ווייל רא"ט וואלט מען קיינמאל נישט מכבד געווען
און אוודאי אויך ניטאמאל צו געלאזט מסדר קדושין זיין און די בני יואל זאל
 (אזוי ווי זיי די ארוינים האבן נישט ציגילאסט שארמאשער טשאטער רב וכדו')

נאר אויב דער דיין יא און רא"ט נישט איז עס "כמתו" ווי זיין טויט ל"ע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2010 06:35 לינק ישיר 

ער האט מכבד געווען דעם דיין, און אמת דער דיין דארף טאקע גיין בעטן רשות פון זיין מרא דאתרא צו ער מעג אדער נישט, ס'נישט קיין סתירה, דערווייל איז ער אבער מכובד געווארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 16:24 לינק ישיר 

אהרונים מעלדן מיט פאטאס:
 
ר' ארי' לייב מאיער פון קרית יואל (פון מאיער'ס לעיק) וועלכע מאכט חתונה נאך שבועות, און ער וויל מאכן די חתונה אין די וואודבערי זאל, און די מחותן האט בשו"א נישט געוואלט צולאזן אז זיין קינד זאל האבן א פסולע חתונה, האט מאיער געזאגט אז ר' געציל איז דאך דיין אין שטאט, און אים איז ער גרייט מכבד צו זיין.
 
די מחותן איז אריבער צום דיין ר' געציל און איבערגעגעבן די כיבוד, האט ר' געציל געענטפערט אז סידור קידושין גיהער צום מרא דאתרא וואס דאס איז רבינו שליט"א, און נאר אויב די רבי קען נישט גיין איז ער אים מכבד.
 
האט דער מחותן אנגערופן אין שטוב פון רבינו שליט"א און געפרעגט חיים שלמה פישער צו ער קען מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין אין די וואודבערי זאל, האט רח"ש געזאגט אז ער וועט איבערגעבן פארן רבי'ן און ער וועט צוריקרופן. צו זייער שאק האט רח"ש שפעטער צוריקגערופן, אז די רבי נעמט אן די סידור קידושין.
 
***
 
מיר מוזן דער מאיער געבן קרעדיט, דער האט ר' אהרן פיין געשטעלט אין פלאץ...
 
פון איין זייט חלש'ט ר' אהרן צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז ער איז דער אויסשליסליכער מסדר קידושין אין מאנרא והגלילות, און איינער וואס נעמט אים נישט קען ח"ו גלייך נענש ווערן בידי אדם.
 
פון די אנדערע זייט האט ער דאך א פראבלעם אריינצוגיין אין דעם בנין פון בני יואל, וואס זיין טאטע דער רבי דער ברך משה ז"ל האט גע'אסר'ט דריסת הרגל אהין.
 
ווידעראום פון די דריטע זייט דארף ער דאך אריינגיין אין דעם זאל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך זיינע בלוט שונאים, די בני יואל, און פון דארט ווערט געפירט זייער שטערקסטע מערכה מיט ר' אהרן, בנוגע סידור קידושין.
 
סיי וויאזוי ר' אהרן וועט דא עקטן גייט ער ארויס וידו על התחתונה, עס בלייבט נאר איבער צו זעהן צו ער וועט טאקע טוהן אזוי ווי מיר זאגן פאר, און אהינטאנצן אננעמען די סידור קידושין, כדי די גאנצע וועלט זאל זעהן אז ער איז טאקע יא מרא דאתרא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 17:15 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר די מהר"א זייט האט דאך געהאט שטארקע טענות (אפשר מיט אביסל רעכט אפי') היתכן מהרז"ל גייט צי בני יואל וואס ווי נישט ווי האט עס זיין טאטע ז"ל נישט געשמעקט (הגם מהרז"ל איז נישט געווען אין בילדינג לויט מיין אינפארמעשן) אבער מהר"א איז שווער די זעלבע קשיא אין נאך שווערער ווייל מהרז"ל האלט אז סאיז נישט געווען זיין טאטע'ס מיינונג עכט נאר סאיז געקימען פין מהר"א זייט אבער מהר"א האלט דאך יא אז זיין טאטע האט עס שארף געאסר'ט נא איז עס נישט צים פארשטיין אין אפי' ער זאל נישט גיין אליין נאר שיקן א שליח איז אויך שווער ווי מעג מען מהר"א'ס זייט אליין האט דעס געטאנעט די לעצטע וואכן אין חדשים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 17:32 לינק ישיר 

קיינער האט נישט קיין טענות אז ר זלמן גייט צו בני יואל, די טענות איז אז ער איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, די טענות וואס איך האב יא געהערט אויף עם אז ער טאנצט מיט יאשקע מסור וואס האט נאכגעשריגן פאר זיין טאטע כומעני, על כל פנים כמה גדולים דברי חכמינו ז''ל, ווען זיי האבן באשלאסן אז א חופה דארף זיין תחת כיפת השמים, אונזער חז''ל האבן פאראויס געזען אז ס'וועט קומען א צייט ווען א בני המנ'יק וועט מכבד זיין דער רבי'ן מיט סידור קידושין ווייל ער וויל נישט האבן קיין אייניקלעך ממזרים, און אויב וואלט די חופה געווען בתוך הבית וואלט דאך געווען א פראבלעם פון אריין גיין אין א געאסרטן מוסד, און טאקע דריבער האט חז''ל מתקן געווען אזא חופה זאל זיין אינדרויסן תחת כיפת השמים, און פטור פון א פראבלעם, 
יא, אוודאי, ידם על התחתונה, דער שארמאשער וועט שפייען בלוט ווען מען וועט אויסרופן אז כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א דער מרא דאתרא איז מכובד מיט סידור קידושין און ער איז מכבד הרב הצדיק רבי מענדל גאלד שליט''א אלץ שליחו של אדם כמותו...,  איך האף נאר אז זיי וועלן אנגרייטן אפאר הצלה אמבולאנסן פאר די בני המן וואס וועלן חלש'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 17:50 לינק ישיר 

סאיז געוואלדיג צי זעען ווי די ארונים טוישן שוין זייער ניגון וואס זיי זינגען שוין די לעצטע חדשים אויפן רבי'ן זיי לייקענען שוין סאיז געוואלדיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 18:07 לינק ישיר 

ס'א פשטות אז כדי צו מנוע זיין א מכשול דורות פון עניני קידושין וכדומה, מוז מען פארקוקן אויף אזעלעכע סארט איסורים, ס'ברויך מיטאמאל הסברים,


איך האלט אבער אז סוכ"ס וועט דער מחותן דידן חוזר זיין פון די איינלאדענונג, און מכבד זיין איינע פון די עקסטרעמע בני יואל זאלויניס, ס'לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל אז א בני יואל זאל און זייער אייגן זאל, נאכן באקומען התירים  פון שארמאשער און די זאלויני דיינים פארט חושש זיין פאר ר' געציל'ס איסור, און רופן אן ארכי שונא צו מסדר קידושין זיין, דאס איז דאך דער גרעסטער געווינס ער קען געבן פאר ר' אהרן'ען, חוץ טאמער איך זאל זאגן אז די קונטרסים האבן אפשר יא אויפגעטאן אפי' פאר די בני יואל? שווער צו גלייבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 18:32 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו למעשה וועט דער מחותן דארט חתונה מאכן, איין זאך איז זיכער:
דא זענען די נישט געזונטע די זעלבע געווינערס ווי ביי ראוז פלאזא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 21:27 לינק ישיר 

סקאטמאלן שרייבט,


ס'א פשטות אז כדי צו מנוע זיין א מכשול דורות פון עניני קידושין וכדומה, מוז מען פארקוקן אויף אזעלעכע סארט איסורים, ס'ברויך מיטאמאל הסברים,

איך האלט אבער אז סוכ"ס וועט דער מחותן דידן חוזר זיין פון די איינלאדענונג, און מכבד זיין איינע פון די עקסטרעמע בני יואל זאלויניס, ס'לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל אז א בני יואל זאל און זייער אייגן זאל, נאכן באקומען התירים  פון שארמאשער און די זאלויני דיינים פארט חושש זיין פאר ר' געציל'ס איסור, און רופן אן ארכי שונא צו מסדר קידושין זיין, דאס איז דאך דער גרעסטער געווינס ער קען געבן פאר ר' אהרן'ען, חוץ טאמער איך זאל זאגן אז די קונטרסים האבן אפשר יא אויפגעטאן אפי' פאר די בני יואל? שווער צו גלייבן,
 ***

איך האלט אבער אז סוכ"ס אויב מיינט עטץ טאקע ערנסט הלכה אן קיין פאליטיק, וועט ר' אהרן קומען מסדר קידושין זיין!




 


תוקן על ידי חיים_מענדל ב- 23/04/2010 21:35:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 22:14 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
קיינער האט נישט קיין טענות אז ר זלמן גייט צו בני יואל, די טענות איז אז ער איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, די טענות וואס איך האב יא געהערט אויף עם אז ער טאנצט מיט יאשקע מסור וואס האט נאכגעשריגן פאר זיין טאטע כומעני, על כל פנים כמה גדולים דברי חכמינו ז''ל, ווען זיי האבן באשלאסן אז א חופה דארף זיין תחת כיפת השמים, אונזער חז''ל האבן פאראויס געזען אז ס'וועט קומען א צייט ווען א בני המנ'יק וועט מכבד זיין דער רבי'ן מיט סידור קידושין ווייל ער וויל נישט האבן קיין אייניקלעך ממזרים, און אויב וואלט די חופה געווען בתוך הבית וואלט דאך געווען א פראבלעם פון אריין גיין אין א געאסרטן מוסד, און טאקע דריבער האט חז''ל מתקן געווען אזא חופה זאל זיין אינדרויסן תחת כיפת השמים, און פטור פון א פראבלעם, 
יא, אוודאי, ידם על התחתונה, דער שארמאשער וועט שפייען בלוט ווען מען וועט אויסרופן אז כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א דער מרא דאתרא איז מכובד מיט סידור קידושין און ער איז מכבד הרב הצדיק רבי מענדל גאלד שליט''א אלץ שליחו של אדם כמותו...,  איך האף נאר אז זיי וועלן אנגרייטן אפאר הצלה אמבולאנסן פאר די בני המן וואס וועלן חלש'ן.

 
אויב ווילט עטץ גיין קריאוז, דאן שרייטס נישט פסולע קידושין, מ'האט געבעטן הגה"צ ר' געציל שליט"א, זאל ר' אהרן געבן רשות אדער קומען אליינס, סתם נעמן אנדערע שליחים אלץ שלוחו של אדם כמותו, פאר דעם דארף מען א מרא דאתרא? אויף דעם האט דער ר"ת געמאכט דעם חרם? אז דער פרה דאתרא זאל זיצן אויפן פאטעל אין שיקן שליחים..?

און איין ווארט, עטס מיינטס נישט, נישט די תורה נישט חרם ר"ת, איין זאך, "להגדיל שמו" פארטיי באוצטליתא דרבנן!

און דעס זאל די וועלט זעהן, ווער עטץ זענטס און וואס ס'ליגט ביהיינד די גאנצע טומלערייען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 23:08 לינק ישיר 

ווי ווייט איך האב נאכגעטשעקט האבן די בני יואל קיינמאל נישט גע'אסר'ט דריסת הרגל פאר ר' אהרן אין זייערע מוסדות.
אבער עס וועט זיין זייער קאמיש מיטצוהאלטן וויאזוי ר' אהרן וועט מסדר קידושין זיין ביי א בני יואל חתונה אויב עס וועט קומען דערצו.
איך בין נישט קיין בני יואל, אבער איך האלט אז זיי דארפן זיך נישט אריינמישן ווער עס איז מסדר קידושין אין זייער האלל, אויב איינער וויל רופן ר' אהרן דארפן זיי לאזן!

איין זאך יא, ווער עס רופט ר' אהרן פאר מסדר קידושין וועט נישט האבן די זכיה צו פארשריבן ווערן אינעם פנקס.

מצד השני איז עס א גוטע געלעגענהייט פאר די אהרונים אראפצוקריכן פון די נארישע טעמע, מען וועט עס מאכן פאר א זיג אז אפילו די בני יואל דערשרעקן זיך שוין פון ר' אהרן און אויפהערן רעדן פון די טעמע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 23:30 לינק ישיר 

אין נאמען פון גערעכטער1: האסטו יעצט געזאגט איז די ביזט נישט קיין בני יואל??? וואס איז דאס מיט בני יואל'ער, וואס שעמען זיי זיך אזוי מיט זיך אליינס, די אהרונים מיט די גרעסטע נארישקייט פון זייער רבי'ן וועלן זיי שטאלצערהייט זאגן מיר זענען אהרונים! 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext