בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/4/2010 00:41 לינק ישיר 

לידיעה בעלמא

1) ס'איז קיינמאל קיין רעדע געווען אז רבינו מהר"א אדער דער דיין שליט"א זאלן נישט אננעמען קיין סידור קידושין אין די זאלן פון וואדבערי, פארקערט מען דארף זיין נאריש אזוי צו זאגן, ווייל דאן האט מען דעם שטערקסטן תירוץ, איך וויל דא חתונה מאכן קענסט אהער קומען מסדר קידושין זיין, ווילסט נישט וואס האסטו טענות.

2) רבינו מהר"א קומט שוין די לעצטע פינף יאר נישט אריין אין די חתונה זאלן, ער קומט נאר תיכף צו די חופה, און דער דיין אדער איינער פון די מורי הוראה וואס זעען ביי די חתונה טוען אלעס וואס מען דארף צו טון אין זאל.

 

למעשה צו דער רבי וועט טאקע גיין מסדר קידושין זיין צו נישט איז נישט רעלעווענט, אבער לענ"ד האט ער מיט דעם אויך נישט קיין פראבלעם, ווייל עכ"פ מיט אזא מחותן ווי מייער און זיין משפחה האט ער שוין געהאט גענוג חתונות בדומה לו אין פאראדייס, ממילא ער האט שוין מסדר קידושין געווען גענוג מאל אונטער אזא אטמאספער פון די סארט מענטשן, דער גאנצער חילוק איז דער בנין דערנעבן, נו ער האט שוין געשלינגען גרעסערע נאדלען ווי דעם, ער איז אימיונט דערצו, מען וועט מכבד זיין דעם שארמאשער מיט כתובה ליינען, ער וועט עס אויך פארנעמען, ער איז שוין גענוג מאל געווען מיט אזעלכע כיבודים צוזאמען אפילו אין די לעצטע צען יאר.

 

די איינציגע שאלה איז נאר ווי סקאטמאלען זאגט, אבער לא מטעמי'

גייען די עקסטרעמע בני יואל דאס צולאזן אז עמי בבית זאל מסדר קידושין זיין א ציוני/נעלאגן ראביי/מאכיל נבילות וטריפות/חמץ בפסח/הולך לערכאות/הולך לבג"ץ/ (ווער ס'האט נאך זאל צולייגן...)????




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2010 01:35 לינק ישיר 

שרייבסט
ער איז מכבד הרב הצדיק רבי מענדל גאלד שליט''א אלץ שליחו של אדם כמותו...,

לדעתי וועט ער4מכבד זיין הרב הצדיק רבי יאסי בראך שליט"א פאר שליח של אדם כמותו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2010 01:39 לינק ישיר 

אלעס איז נאר מכוח שליחות, 


ר' אהרן'ס מרא דאתרא'שאפט אין קרית יואל איז אויך נאר מכח א שליחות פון ברך משה רבי'ן זי"ע





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 05:51 לינק ישיר 

דער גאנצער ארטיקעל דא האסטי חיים מענדל ענדערש גאדארפט אויסלאזען מיט אזא שפריך ווארט
דאמירן בעלמא ואימרו אמן
ווייל ווי עס זעט אויס זאגט דער גאנצער עולם נאך בכל כוחו ובכל כונתו.   
נישט אז איינעם גייט אן אז רא"ט וואלט ווען געווען מסדר קידושין
אדרבה ר' יחזקאל בראך וואס האט מנדב געווען דעם זאל האט זיך אויסגענימען אז יעדער איינער אן א אויסנאם מעג דארטען זיין סידור קידושין אין קיינער טאר נישט אפהאלטען קיינעם פין דאס טין
אבער דאס איז אמאל זיכער
אז קיינער וואס מאכט דארטען א חתונה וועט ריפען רא"ט אהין
אפשר ר ' געציל יא אבער מיט דעם בין איך אויך נישט אזוי זיכער
אין קיינער ווערט נישט דערשראקען פין אלע פאשקעווילען וואס די מחררי ריב האבען ארים געשיקט אין יעדער לאכט זיך אויס דערפין. 
נאר וואס דען עס וואלט ווען געקענט זיין דארטען אסאך מער חתנות ווי די 16 וואס זענען שוין געבאקט יעצט ביז קימענדיגען חודש אלול
נאר אפאר האבען נאך מורא אז מען וועט זיי פעינטען די קארס אין מען וועט זיי טערעזירען
דאס איז א ציריק האלט פאר א שיינע פאר יודען וואס וועט זיך אויך ענדיגען בקרוב ווען די אנדערע זאל פין קהל יטב לב וועט פאר ענדיגט ווערען אי"ה
אין דאס אלעס איז געזאגט געווארען טאקע פאר די יודען וואס האבען קיינמאל נישט געהאלטען די קינדער אין בני יואל קיינמאל
אבער פאר די יודעלעך וואס האבען יא געשיקט לערנען זייערע קינדער אין בני יואל וועט קיינער נישט ווערען דערשראקען פין די רשעים אפילו מיט טעראר אין געפעינטע קארס אין אסאך ערגערע פין דעם
אין טאקע דער זאל איז געמאכט נאר פאר זיי
די אנדערע זענען נאר בענעפיטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 20:39 לינק ישיר 

איז די מעשה אמת? ווען קומט פאר די חתונה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 20:52 לינק ישיר 

חתונה קומט פאר אין פיר וואכן, די מעשה האלט אז ר' געציל האט עס איבערגעגעבן פאר פישר, און פישער האט געלאזט מעלדן פאר מייער אז "אלעס איז מסודר" וואס דאס מיינט גיי ברעך דיך קאפ, ס'קען מיינען אז ר' אהרן קומט, ס'קען מיינען אז ר' געציל קומט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2010 21:18 לינק ישיר 

די סיבה פארוואס מייער האט מכבד ר' געציל איז ווייל די מחותנ'ס שווער איז מרגליות פון וויען איז אן אהרוני, ער האט נישט געוואלט קומען, האן מען פארגלייגט א פשרה, מען וועט מאכן די חתונה אין בני יואל, און איינליידענען ר' געציל אלץ מסדר קידושין.


למעשה איז דא צוויי סברות וואס מען זאל טוען.
א) דא זענען דא משפחות וואס האבן געליטן אויסגעוויינליכע רדיפות פון דעם ר' אהרנ'ען וקהלתו, מען דארף זיך רעכענען מיט זיי, ממילא, זאל בני יואל שיקן א בריוו צו דעם ר' אהר'נען, אז אויב ער וויל קומען מיז ער אפרופען די טעראר אקציעס אויף אנדערע משפחות וואס זענען אים נישט מכבד.
ב) מען זאל אים יא לאזן קומען, ווייל דורך דעם וועט די גאנצע טעראר מערכה צובלאזן ווערן, ס'וועט זייער שווער זיין פאר די טעראר גרופע צו האלטן קאנטראל ווער ס'האט געפרעגט רשות און ווער נישט, בכלל ווערן די מוסדות בני יואל (וואס צו זיי געהערט די חתונה זאל) פסיכלאגיש לעגיטימירט דורך ר' אהרן'ען אויב קומט ער אהין. אנדערע אהרונים וואס זענען נישט אזוי עקסטרעם וועלן זיך קענען דורך דעם מתיר זיין קומען אויף אנדערע חתונות קיין בני יואל. אדער גאר מאכן חתונה דארט (מיט רשות) סך הכל קען עס לייכטער מאכן פאר די קומענדיגע חתונות (כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז דאס וועט ווערן א ריכטיגער קאמפעטישן פאר פעראדייס), ממילא אפשר דארף מען זיך רעכענען מיט די קומענדיגע חתונות פונקט אזוי ווי מען דארף זיך רעכענען מיט די געוועזענע חתונות.

הנהלת בני יואל האט שוין א היסטאריע פון האנדלען מיט אזאלכע סיטואציעס מיט א דעת תורה, מתינות און חכמה, און איך כ'פארלאז מיך אז דאס וועלן זיי יעצט אויך טוען. 

בלייבט אונז נאר צו קוקען אויף די די אהרונים וואס האבן א היסטאריע פון זיך אליינס באגראבן, ווי אזוי זיי וועלן אויספיען זיך צו באגראבן ביי דעם געלעגנהייט אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2010 21:22 לינק ישיר 

ס'קען גאר זיין אז דעת תורה זאגט אז מען טאר בכלל נישט ארויף לאזן אזא חוטא ומחטא את הרבים אפילו אויב ער נעמט זיך פאר אויפצוהערן די רדיפות אויף ערליכע אידן, דאס באלאנגט שוין פאר רבנים צו פסק'נען. כ'גלייב אבער שווער אז דאס איז די מציאות, ווייל אויב אזוי ווי אזוי קענען בני יואל אידן מאכן חתונה דא אין פרדס ווען ער קומט מסדר קידושין זיין? וואס מאכט אויס אויב ער קומט צו בני יואל אדער א בני יואל גייט צו אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2010 21:29 לינק ישיר 

סח שרייבט,

די איינציגע שאלה איז נאר ווי סקאטמאלען זאגט, אבער לא מטעמי' גייען די עקסטרעמע בני יואל דאס צולאזן אז עמי בבית זאל מסדר קידושין זיין א ציוני/נעלאגן ראביי/מאכיל נבילות וטריפות/חמץ בפסח/הולך לערכאות/הולך לבג"ץ/ (ווער ס'האט נאך זאל צולייגן...)????

חמץדיגע קאקאו/חמץדיגע ווייץ/פסולע חלף/פסולע מקוה/מוסרים/ממזרים/באגאץ/

גענוג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2010 22:24 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז דאס א מעכטיגער פראסק פאר ר' אהרן. אפזאגן קען ער נישט ווייל דאן כשרט ער אלע סידור קידושין'ס אין יענעם זאל. אויב נעמט ער יא אן וועט ער צומישן זיין אייגענע עולם.

דערווייל זע איך אז זיי האלטן זיך ביים לעבן מיטן הייסן זייערע קעלבער אינטערשרייבן א כתב התחייבות אז זיי וועלן זיך נישט משתתף זיין ביי א שמחה אין יענעם זאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/4/2010 22:45 לינק ישיר 


פאר דער וואס וויל זיך איבערצייגן אז די חזקת "מלתא דעבידי לגלויי" איז נישט געזאגט געווארן אויף אהרונישע סעקטע. דא האט איר ווי אזוי דער פייפער ברענגט נאך מיינע ווערטער, אינטערעסאנט אז אפילו די קאפי-פעיסט און זיין קאמפיוטער איז שוין פראגראמירט צו פארדרייען.....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 01:16 לינק ישיר 

איי איז רבי אהרן אין א גרעיט פאזישאן, אין אמעריקע הייסט דאס א ווין ווין סיטועישאן, די בני יואלישלעך (שארמאש) האבן זיך געבראכן און געלאפן מכבד זיין דעם עכטן מרא דאתרא, און ער איז בכח מכבד צו זיין וועמען ער וויל, למשל ער קען שיקן הרב הצדיק רבי עמרם כהן שליט''א, און איר קענט נאר אדער עם לאזן מסדר קידושין זיין און ארויס געזינטע לוזערס, אדער עם פארשיקן מיט חרפות ובזיונות (וואס ער איז שוין געוואוינט דערצו און קען דאס פארנעמען), און ווייטער בלייבן מרבה ממזרים ביי כלל ישראל, לוזערס נומבער 2, כא כא כא.

אגב מער מענטשן וואס האבן געסקעזעלט חתונה צו מאכן אין ענקער זאל האבן שוין געקענסלט (עטליסט 6, וואס איך ווייס), ווי מענטשן וואס האבן יא דארט חתונה געמאכט (3). דער איסור השתתפות ביי ענקערע פסולע חתונות האט געמאכט א געוואלדיגן אפקלאנג ביי ענק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 01:44 לינק ישיר 

וואס מיר קוקט אויס וועט ביז א קורצע צייט זיין געהעריג חתונות אין בני יואל, און ויואל משה, אבער די אהרונים וועלן "סאם האוי" ערקלערן געווינס, אז ממש ממש דאס האבן זיי געוואלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 01:53 לינק ישיר 

שוין מרעדט שוין ווייטער די נארישקייטן פין ממזירים זרג נאר ווער האט דעס געזאגט ר' געציל ווער איך האב נאך נישט געזען קיינער זאל אזוי שריייבן בייי דע נושא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 02:35 לינק ישיר 

רבוש"ע! ווער נעמט זיך די מי צו ענטפערן דעם אלץ-גערעכטער. ס'איז שוין צייט מיר זאלן זיך אויסלערנען צו ענטפערן פאר די אהרונים סעקטע: האלטס ענק מיט ענקערע געווינסן, און ווען עטץ וועקטס ענק אויף פון חלום..."וועלקאם צו אונזערע מוסדות"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.