"דעפרעסיע-לעב רעזולטאטן" ערשינען אין די פאסט
היינט אין די פאסט האבן תושבי ניו יארק באקומען א ליטעראטור וועלכע זיי האבן שווער געקענט פארטייטשן די פשט דערפון, אבער נאכן זוכן און פרובירן אויסצוטרעפן די מאטיוון דערפון, איז פארבליבן איין אפציע: א פראוו אפצושלאגן "דעפרעסיע".
דא רעדט זיך וועגן די פאלשע משולחן מלכים וועלכע די זאליס האבן ארומגעשיקט אין די פאסט. לויט מייין אינפארמאציע איז דאס געשיקט געווארן פאר אלע היימישע אידן איבער ניו יארק.
די סיבה פארוואס דאס ציהט ספעציעלע אנאליזירונג איז פשוט, די וואונדער איז גרויס ביז גאר, ווארום, היידפארק שטיקלעך - הומאריסטישע און שטעכעדיגע צוגלייך - זענען פאראן גענוג, יעדן טאג קען יעדער נארישער בחור'ל אויפקומען מיט רעיונות, און דאס פאוסטן אויף היידפארק, וילכחו הקהל.. אבער דאס ארומצושיקן אויף די פאסט? דאס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן.
אין אונזער פאל, רעדט זיך עס פון א בלויזער ליצנות-בלעטל, א שטייגער ווי די היי יעריגע פורים-בלאט. וואלט עמיצן פון אונז בייגעפאלן ארומצושיקן אזאנס אין גאנץ ניו יארק? וואלט איינער געשפירט אז "דא שטעקט עס", מיט דעם גייט מען מאכן די זאך איינמאל פאר אלעמאל, און דאס איז א ווערדפולע אינוועסטמענט???
אפשר נישט יעדער פארשטייט וואס עס מיינט ארומשיקן פאסט צו אלע היימישע אידן. איז אזוי, אין די אנשי שלומינו ביכלעך זענען פאראן - לפי ידיעתי - לערך 20,000 ניו יארק'ער אדרעסן. יעדער סטעמפ קאסט 44 צענט. דאס מיינט אז ארומצושיקן צו אלע אדרעסן א ענוועלאופ קאסט אפ $8,800, קנאפע צען טויזנט דאלער!
איז ווען עס זאל זיך דא רעדן פון א יסודות'דיגע אישו וועלכע כלל ישראל קוקט ארויס אויף א קלארקייט, און זיי קומען דא דעליווערן זייער ווערסיע אויפן בעסטן מעגליכקייט, וואלט דאס געווען א קלוגער שריט. אדער, אפילו נישט, נאר עס זאל זיך רעדן - לדוגמה - פון א גוטע שערוריא אויף אונזער שחיטה, וואלט איך נאך אויך פארשטאנען, אז די 82 בוטשער האט באשלאסן צו שפענדן די סומע פון צען טויזנט דאלער פאר "אדווערטייזינג" געברויכן, אלס א פראווו צוריק צוברענגען די הויכע קונדן-ציפערן ווי אין די פריערדיגע יארן. אבער אזאנס? סתם א נארישע ליצנות-פאשקעוויל? אויף וואס ארויף? פארוואס איז דאס ווערט צען אלפים? (ווען זיי זענען ווען ארונים וואלטן זיי שוין געקענט מיט די געלט חתונה מאכן א קינד...), פשוט אויף צו ווייזן פאר די מער-ערנסטע אידן אז עס האנדלט זיך פון א גרופע ביליגע לצים?? אדער וואס?, אפשר קען איינער אויסטרעפן גענוי, וואספארא רעזולטאטן האבן די חברה ערווארטעט פון דעם פאשקעוויל, אז עס האט זיך געלוינט צו מאכן דערמיט א וועלט'ס אויסנאם און שפענדן דערויף געלט און ארומשיקן.
די תירוץ דערויף איז נאר די איינע: די זאליס זענען דעפרעסט, און מען ברויך זיי אויף א וועג אויפלעבן. פשוטו כמשמעו.
אלזא, ווי גוט האט זיך א איד היינט אויסגעדרוקט: עס זענען היינט צוריקגעקומען די "דעפריסיע-לעב רעזולטאטן".
תוקן על ידי fiveboro ב- 23/04/2010 06:09:52
 |
|
|