ראז פלאזא זייפן בלאז צורינט: דער בלאט זייט 17!!!
די וואך אין דער בלאט ערשיינט גאנצע בלעטער מיט שונד און האס אויף דעם עסקן ר' משה דוד נידערמאן הי"ו. הפעם די אהרונים פרעגן גאר הארבע פראגן הלמאי יצחק ראזענבערג ערלויבט זיך אריינצוברענגן 800 ארטיסטן אין וויליאמסבורג, און בלויז ווייל ער איז סגן ראה"ק ביי זיי מעג ער שוין טאן וואס ער וויל, אנשטאט מען זאל די אקסן ענטפערן נארמאלע תירוצים הייבט מען אן שיטן פעך און שוועבל אויף ר' משה דוד, און יעצט איז דאך שוין אלעס פארענטפערט... חלה דעקלעך האבן מיר שוין געזאגט, יא?
וואס האט אבער געכאפט מיין אויג איז דער נייעס באריכט אויף זייט 17, ארום די שטאטישע פארק הילף פאר די איינוואוינער אין "שעיפער" קאמפלעקס. באגלייט מיט א בילד פון דעם באקאנטער געוואונער אברהם יצחק אבראהאם, וואס די אהרונים האבן געוואלט אריינזעהן אין קאנסיל. באריכט דארט דער בלאט אזוי:
קאמישענער שפיגעל איז פערזענליך אראפגעקומען די פארגאנגענע וואך און האט פארשפראכן פאר די עסקנים צו באהאנדלן דעם פראבלעם און אויסארבעטן א אפמאך ביז עטליכע וואכן. ער האט צוגעגעבן, אז דער פארק באלאנגט פאר די שטאט און מעג באנוצט ווערן דורך יעדן איינעם, און אז "די 'שעיפער' קאמפלעקס באלאנגט אויך פאר די שטאט און ווערט נאר געפירט דורך א פריוואטע מענדזשעמענט פירמע"...
איך מיין אז עס בלייבט אונז גארנישט מוסיף צו זיין, און דער גאנצער ארטיקל וואס קומט מחפה זיין די מעשי רשעות פון יצחק ראזענבערג פון אריינברענגן אין וויליאמסבורג הונדערטער געמיינע גוים און דערצו הייבן די מארקעט אויף קלימאקס הויעך דארפן מיר אפילו נישט אפענטפערן נאך וואס דרייפערטל ארטיקל איז באזירט אויף דעם "הימל שרייענדיגע פאקט" אז שעיפער באלאנגט פאר ר' משה דוד נידערמאן, און "נישט" פאר די שטאט...
 |
|
|