בית פורומים אידישע געדאנק

כל בו: הימל און ערד כהנים\מירון. די גאנצע פאליטיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2010 18:49 לינק ישיר 

 משפטים, איך גיי נישט די ערשטע רגע זאגן אז די שרייבסט פאקטן וואס דיין אינטערעסן דיקטירט דיר. אבער אויבן אויף זעט דאס אזוי אויס.

די האסט אראפגעלייגט דא בערך 100 פאקטן דעריבער וועל איך אפילו נישט אנהייבן זיי אלע אפפרעגן ווייל איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן. בפרט ווען מען קען זאכן פון די פארגאנגענהייט נישט איבערצייגן.

עטליכע פאקטן וואס יעדער קען זיך כהיום איבערצייגן וועל איך יא צייגן. לדוגמא די שרייבסט אז ראחמסטריווקא מיט נאך חסידותן פראווען דארט די נאכט פאר תו"א. להוי ידוע דאס איז נישט אמת! איך וועל דיר זאגן א נאמען אלס דוגמא אויף וועם זאלסט זיך נאכפרעגן. ראחמסטריווקא פראוועט נישט דארט ראחמסטריווקא פראוועט אויפן דע"ד ענ"ד לעבן ת"ת חוות דעת אויבן אויפן בארג העכער סאטמאר לעבן די פארק! די אנדערע אריינגערעכנט 'מתמידים' און נאך אסאך פראווען דארט ווי איך האב אנגעצייכנט אויפן מאפע 'לעלוב ברעסלוב'.

נאך אזאך וואס איז גערינג מברר צו זיין. די הכנסה פון די הדלקה גייט יא 100% פאר די מוסדות. נאך א זאך, די 150 אלפים וואס עס האט געקאסט צו פארעכטן דאס פלאץ האט קיין שום קשר נישט געהאט מיט די הדלקות! עס האט זיך געטון יו"ט וועגן איבערמאכן די זייט פונם בנין, די ממשלה האט דאס געוואלט איבערמאכן, האבן זיך אפאר פיפיגע תו"א חברה לייט אראפגעלאזט דארט א דאנערשטיג נאכט און "אליינס" אנגעהויבן טון די ארבעט, זיי האבן געארבעט מיט די אייגענע הענט און אייגענע קאנטראקטער'ס ביזן זמן הדלקת הנרות ערב שבת און תיכף ביים ר"ת האבן זיי ווייטער אנגעהויבן ארבעטן ביז זינטאג נאכמיטאג ווען די פאליציי איז אנגעקומען און זיי אפגעשטעלט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט, די ארבעט איז שוין געווען געמאכט. דאס האט קיין שום קשר געהאט מיט ל"ג בעומר אדער מיט א הדלקה. אויב די ליינס די העברעיאישע משפחה קענסטו זיך פראבירן צו דערמאנען, זיי האבן דעמאלטס געהאט עטליכע בלעטער מיט בילדער און ארטיקלען דערוועגן. עס איז געווען א מעכטיגע אקציע.


אויב שוין אזוי ווי די שרייבסט אז די ביסט דארט "אלע יארן", ווען פארסטו די יאר? לויטן זייגער ווען די האסט ארייגעלייגט די מעסעדש איז פרייטאג פארטאגס 4:30 אין ארץ ישראל. ווען פארסטו און ווען קומסטו אן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2010 22:16 לינק ישיר 

נפל כתב:
די שרייבסט אז ראחמסטריווקא מיט נאך חסידותן פראווען דארט די נאכט פאר תו"א. להוי ידוע דאס איז נישט אמת! איך וועל דיר זאגן א נאמען אלס דוגמא אויף וועם זאלסט זיך נאכפרעגן. ראחמסטריווקא פראוועט נישט דארט ראחמסטריווקא פראוועט אויפן דע"ד ענ"ד לעבן ת"ת חוות דעת אויבן אויפן בארג העכער סאטמאר לעבן די פארק! די אנדערע אריינגערעכנט 'מתמידים' און נאך אסאך פראווען דארט ווי איך האב אנגעצייכנט אויפן מאפע 'לעלוב ברעסלוב'.

נאך אזאך וואס איז גערינג מברר צו זיין. די הכנסה פון די הדלקה גייט יא 100% פאר די מוסדות. נאך א זאך, די 150 אלפים וואס עס האט געקאסט צו פארעכטן דאס פלאץ האט קיין שום קשר נישט געהאט מיט די הדלקות! עס האט זיך געטון יו"ט וועגן איבערמאכן די זייט פונם בנין, די ממשלה האט דאס געוואלט איבערמאכן, האבן זיך אפאר פיפיגע תו"א חברה לייט אראפגעלאזט דארט א דאנערשטיג נאכט און "אליינס" אנגעהויבן טון די ארבעט, זיי האבן געארבעט מיט די אייגענע הענט און אייגענע קאנטראקטער'ס ביזן זמן הדלקת הנרות ערב שבת און תיכף ביים ר"ת האבן זיי ווייטער אנגעהויבן ארבעטן ביז זינטאג נאכמיטאג ווען די פאליציי איז אנגעקומען און זיי אפגעשטעלט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט, די ארבעט איז שוין געווען געמאכט. דאס האט קיין שום קשר געהאט מיט ל"ג בעומר אדער מיט א הדלקה. אויב די ליינס די העברעיאישע משפחה קענסטו זיך פראבירן צו דערמאנען, זיי האבן דעמאלטס געהאט עטליכע בלעטער מיט בילדער און ארטיקלען דערוועגן. עס איז געווען א מעכטיגע אקציע.


אויב שוין אזוי ווי די שרייבסט אז די ביסט דארט "אלע יארן", ווען פארסטו די יאר? לויטן זייגער ווען די האסט ארייגעלייגט די מעסעדש איז פרייטאג פארטאגס 4:30 אין ארץ ישראל. ווען פארסטו און ווען קומסטו אן?



דאס וואס איך האב געשריבן וועגן די אנדערע קהלות וועלכע נוצן דעם שטח פון תו"א במשך דעם טאג פון ל"ג בעומר, האב איך נאר אגב געשריבן צווישן די פאקטן פון תו"א, עס קען זיין דו ביסט גערעכט אין דעם, ווייל איך האב דאס נישט אליין געזעהן, עס איז נאר וואס איך האב געהערט, ווייל איך געפין זיך נישט דארט א גאנצן טאג, נאר בעיקר נאכמיטאג ווען רוב היימישער עולם קומען דארט דאס מערסטע, אויך איז דאס נישט יעדעס יאר די זעלבע קהלות מיט די זעלבע צייטן. דער עיקר וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אז דעם שטח ווערט פארנוצט אויך פאר אנדערע קהלות במשך דעם גאנצן טאג, נישט נאר פאר תו"א, און עס איז מיר נישט קיין גרויסע אינטרעסע צוויסן גענוי וועלכע קהלות אין זייערע צייטן.

איך זאג נאכאמאל אז דו האסט א טעות, דאס גאנצע געלט פון פארקויפן דעם זכות ההדלקה ווערט פארנוצט אויסשליסלעך נאר פאר די הוצאות פון אויפהאלטן דעם שטח, נישט פאר די מוסדות, קענסט הערן אפילו אויף די טעיפ'ס וועלכע ווערן פארקויפט אין די טויזנטער'ס יעדעס יאר, וואו מען רופט אויס עטליכע מאל במשך דעם פארקויפן אז דאס גאנצע געלט גייט פאר די הוצאות פון די הדלקה, און דער וואס קויפט דאס האט א חלק אין דעם גאנצן הדלקה, אינגאנצן רעדט זיך דאס פון 60-80 טויזנט דאלער, עס איז נישט עפעס עקסטער א גרויסע הכנסה פאר די מוסדות אז זיי זאלן זיך צוכאפן צו דעם, בפרט אז די הוצאות פון די הדלקה קאסט אפ דעם זעלבן סכום, (נאר ווער דען באצאלט פאר די הוצאות פון די הדלקה אויב לשיטתך גייט דאס פאר די מוסדות?).

דאס וואס דו שרייבסט אז די יונגעלייט פון תו"א האבן אליין געבויעט דעם פארברייטערן דעם דורכגאנג, נו איז וואס? אבער פאקט האט דאס אפגעקאסט 150 טויזנט דאלער, און דאס געלט האבן זיי גענומען פון דעם וואס האט געקויפט די הדלקה, איז מיט וואס ווילסטו מיר דא אפפרעגן? מיט וואס בין איך נישט גערעכט?

איך פאר אי"ה אויך דעם יאר ל"ג בעומר (מארגן) נאכמיטאג, אזוי ווי יעדעס יאר, לאמיר האפן אז די שמחה זאל זיין בשלימות און האבן געפוילט אלס גוטס.



אגב: מילתא דבדיחותא, בענין די כהנים אויף מירון, תו"א גייט יא תוא"י נישט:

אויף צו באגראבן א ברודער - מעג זיך אויך א כהן מטמא זיין.... (והמבין יבין...)




תוקן על ידי משפטים ב- 01/05/2010 22:20:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2010 22:26 לינק ישיר 






תוקן על ידי המהדרין ב- 02/05/2010 18:40:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2010 19:17 לינק ישיר 

WOW נישט צום גלייבן ווי די האסט זיך אליינס אריינגעפירט אין באָד אריין. קודם שרייבסטו אז די גאנצע פרשה האט קיין שום קשר מיט תולדות אברהם יצחק... דערנאך אינם צווייטן תגובה ענדיגסטו אז די גאנצע הדלקה איז נאר צו באגראבן די ברידער.... בכגון דא נאמר א שקרן דארף האבן א גוטע זכרון.


יעצט צו מיין תשובה

איך האב דיר געשריבן פאר מיין תשובה צו דיין ערשטע תגובה בזה"ל:

"משפטים, איך גיי נישט די ערשטע רגע זאגן אז די שרייבסט פאקטן וואס דיין אינטערעסן דיקטירט דיר. אבער אויבן אויף זעט דאס אזוי אויס."

יעצט נאכדעם וואס די האסט אפגעשריבן דיין צווייטע תגובה וועלכע איז אגב אנגעפיקעוועט מיט פונק אזוי פיל שקרים און פארדרייטע פאקטן ווי דיין ערשטע תגובה קען איך דאס באשטעטיגן אלס א פאקט.

נאך מער, נאך דיין אויספיר (והמבין יבין)

יעצט איז שוין נישט וויכטיג צו גיין אין א רייע אפפרעגן אלע דיינע "פאקטן" וואס זענען אויסגעזויגן פון פינגער, ווי למשל אז מען רופט אויס אז 70 אלפים דאלארן גייט פאר די "הוצאות" פון א הדלקה... אדער אז אנדערע חסידותן ניצן די פאלץ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 12:47 לינק ישיר 

ר' נפל,

דורשי רשימות טייטשן  "תענו את בעירכם" - גיי טענה זיך מיט א בהמה!

צווישן די "תגובות" שרייבער'ס זענען פאראן צוויי ערליי, 1) די וועלכע וויסן דעם אמת. 2) די וועלכע זוכן צו שרייבן.

דער וואס זוכט דעם אמת, ער וויל וויסן די אמת'ע פעקטן, אפילו ווען ער שרייבן עפעס לויט זיין השערה און שכל, אבער ווען מען צייגט אים אויף זיין טעות, און מען ברענגט אים די ריכטיגע פאקטן, דאן איז ער מודה על האמת (וועלכע זענען איינע פון די סימנים פון א "חכם"), און ער באדאנקט אים אלץ "מעמידו על האמת", א מענטש איז דאך נישט קיין מלאך, און עס איז נישט געפערליך ווען ער מאכט א טעות, אדרבה ער איז צופרידן אז ער ווייסן יעצט דאס ריכטיגע, ווייל זיין ציל און שטרעבונג איז צו וויסן דעם אמת.

אבער דער וועלכער זוכט צו שרייבן, יא אמת נישט אמת עס איז נישט קיין חילוק, דער עיקר ער האט וואס צוריק אפפרעגן, ער וועט קיינמאל נישט איינזעהן דעם אמת, און קיינמאל נישט זעהן זיין אייגענעם פעלער, ווייל אויב יא וועט ער דאך נישט האבן וואס צו שרייבן, ער וועט זיך שפירן ביי זיך ווי א אפפגעפרעגטער, עס פאסט אים נישט! (דאס איז איינס פון די סימנים פון א גולם). און מיט אזא איינעם איז א שאד יעדע ווארט זיך צו טענה'ן, בבחינת "טענו את בעירכם".

בארעכן זיך אליין: ווען האסטו דאס לעצטע מאל געשריבן "דו ביסט גערעכט"!? האסטו טאקע נאך אין דיין לעבן נישט געהאט א טעות?

יעצט צום ענין,
איך האב געשריבן אנפאנג אז דער ענין פון כהנים מוז נישט זיין אז דאס האט צוטאן מיט תוא"י. נאר וויבאלד אויף די גאס שמועסט מען אז כאילו דאס האט צוטאן מיט די צוויי ברידער'ס, האב איך געשריבן אגב א מילתא דבדיחותא. און אז דו פארשטייסט נישט קיין ווערטל אויך נישט, האסטו א פראבלעם...
 
נעכטן האב איך מיט מיינע אויגן (מיט נאך הונדערטער) געזעהן, ווי דער ראחמסטריווקא רבי שליט"א טאנצט אין מירון אויף דעם שטח פון תו"א, דאס איז געווען בערך 5:20 נאכמיטאג, און נישט ווי דו האסט געשריבן אז עס איז נישט אמת!
 
איך האב געשריבן אז מען האט אויסגערופן אז דאס געלט פון פארקויפן דעם זכות ההדלקה גייט נאר פאר די הוצאות, און אז דו קענסט זיך דאס אליין איבערצייגן דורך אויסהערן די טעיפ'ס וועלכע מען האט פארקויפט אין די טויזנטער'ס, - נו הכלל, וואס איז שייך זיך צו טענה'ן דערמיט? האסט דען אויסגעהערט דעם טעיפ און דאס נישט געהערט דארט אזוי? קענסט דאך פרעגן ביי די געסט פון חו"ל וועלכע זענען דארט געווען די לעצטע יארן און האבן דאס געהערט אויסרופן עטליכע מאל, נאר אויב מען וויל נישט וויסן דעם אמת, און נישט דערגיין דעם אמת, נאר אבי צו שרייבן, האט דאס אזא פנים!
 
(אגב, דו ביסט נאך דערווייל פון די געציילטע דא וועלכע שרייבן געווענליך מיט שכל, נישט אזוי קינדעריש און נאריש ווי אנדערע, עס איז א שאד זאלסט זיך פארפאשקען...)
 
צום שלאס, אויב איך באקום פון דיר נאכאמאל א 'תגובה' וועלכע עס פאסט נישט פאר דיר! ווארט נישט אויף קיין 'תגובה' פון מיר!
 
 
 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 18:19 לינק ישיר 

די ביסט זיך שוין ווייטער "אליינס" סותר. עס פעלט נישט אויס איך זאל מיט דיר טענה'ן אויף זאכן וואס איז שווער צו איבערצייגן פארן עולם.

עס איז אבער זייער א גרינגע ארבעט צו רעדן פון "דיינע אייגענע ווערטער" וואס "די" האסט אליינס געשריבן אין דעם אשכול, צו ווערן איבערצייגט אז דיין מטרה איז "אפפרעגן און בלייבן מיטן לעצטן ווארט"...

די האסט געריבן אויפן פריערדיגן בלאט אז די גאנצע פרשת כהנים האט נישט קיין שום קשר מיט תו"א-תוא"י פאליטיק. יעצט שרייבסטו בזה"ל "איך האב געשריבן אנפאנג אז דער ענין פון כהנים מוז נישט זיין אז דאס האט צוטאן מיט תוא"י"

ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער, נעם אין אכט ווי די דרייסט אויף אלע וועגן... דערנאך מאך אליינס א חשבון אויב די ביסט דער וועם צען דארף גלייבן.

נ.ב. עס איז איבריג זיך בכלל אריינצולאזן אין די אלע פאקטן וואס די זויגסט אויס פון פינגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 20:13 לינק ישיר 

ר' נפל,

זאג מיר נאר דו צדיק'ל,
בין איך דען נישט גערעכט אז דו ביסט פון די וועלכע וואס ווילן נישט וויסן דעם אמת, עס אינטרעסירט דיר אינגאנצן נישט דאס וואס דו שרייבסט אויב עס האט נאר אפילו איין פראצענט אמת! דער עיקר דו שרייבסט! יא אמת נישט אמת, עס גייט דיר נישט אן, דו ביסט זייער לייכטזוניג אין אפפרעגן א צווייטן, יענעם אוועק מאכן פאר גארנישט.

איך האב דיר געזאגט דו קענסט אויסהערן די טעיפ'ס, דו קענסט פרעגן יעדן ווער עס איז געווען דארט, - ניין דו וועסט דאס נישט טוהן! אפילו צוריק מישן איין בלאט פאראויס און נאכקוקן צו עס איז ריכטיג וואס דו שרייבסט, דאס אויך נישט! פארוואס? ווייל אזוי וועסטו דאך מוזן זיין א מודה על האמת! - ניין דאס בשום אופן נישט!

קוק מיט דיינע אויגן וואס דו האסט געשריבן:

דו האסט געשריבן אויפן פריערדיגן בלאט אז די גאנצע פרשת כהנים האט נישט קיין שום קשר מיט תו"א-תוא"י פאליטיק. יעצט שרייבסטו בזה"ל "איך האב געשריבן אנפאנג אז דער ענין פון כהנים מוז נישט זיין אז דאס האט צוטאן מיט תוא"י"

יעצט קוק וואס איך האב געשריבן:

אצינד וועגן דעם ענין פון כהנים, צי דאס האט א שייכות מיט תוא"י אדער נישט, איז נישט קיין נפקא מינא להלכה, תולדות אהרן האבן גענוג אומפארגינער'ס אן תוא"י אויך,

קוק זיך גוט אן אליינס, צי דו מאכסט דיך נישט קיין נאר פאר יעדן, וואס פארא פנים האסטו פאר דיך אליין?

פון וואו נעמסטו דאס, אז דאס וואס איך זאג איז אויסגעזויגן פון פינגער? האסט עפעס א באווייז דערצו אז איך בין נישט גערעכט? סתם געשריבן אין דער וועלט אריין! אדרבה, ווייז מיר אויף אז איך בין נישט גערעכט!
זיי נישט קיין גולם, בלייב א חכם, און זיי מודה על האמת און זאג: טעיתי! דו ביסט גערעכט!



תוקן על ידי משפטים ב- 03/05/2010 20:16:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 20:29 לינק ישיר 

פארן ערשטן מאל איך האב דיר גענטפערט האב איך דיר געשריבן אז דיינע געשרייבאכצער שרייען שארק ארויס אז די האסט א אינטערעסע וואס די פראבירסט צו באהאלטן.

עס שטעלט זיך ארויס אז איך בין הייס גערעכט. אנגעהויבן האסטו מיט "עמך כולם צדיקים" דערנאך האסטו שוין געשפירט באקוועמער צו האקן אויף תו"א. נישט געפרליך צוביסלעך קריכן דיינע מטרות ארויס.

עס זעט אויס ווי די שפירסט אז די פארלירסט די וויכוח נאכדעם וואס עס האט זיך עטליכע מאל ארויסגעשטעלט אז די מאכסט אייגענע פאקטן, דעריבער נעמסטו זיך פערזענליך צו מיינע ביינער. איך וועל דיר בכלל נישט ענטפערן אויף אזעלכע אטאקעס.

יעצט צו דיין לעצטע לייקענעריי

דאס איז דיינע פינקלקליכע ווערטער: "תולדות אברהם יצחק האבן זיך קיינמאל נישט געקריגט וועגן דעם שטח פון תו"א, אדער עפעס א מין חזקה, עס איז בכלל נישט געווען קיין שאלה אדער א רעדע דערפון."

פלוצלינג האט זיך דיין זכרון געגעבן א פארדריי און עס איז יא געווארן א מחלוקה...

וועגן די שקר אז די גאנצע הכנסה גיין צוצוגרייטן די הדלקה האב איך דיר שוין גענטפער! מיט דעם וואס די חזר'סט דאס איבער נאכאמאל און נאכאמאל און די שרייבסט נאכאמאל און נאכמאל טעיפ ווערט דאס נישט אמת, ביטע קוק וואס איך האב שוין געשריבן דערוועגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 21:14 לינק ישיר 

נפל כתב:
דאס איז דיינע פינקלקליכע ווערטער: "תולדות אברהם יצחק האבן זיך קיינמאל נישט געקריגט וועגן דעם שטח פון תו"א, אדער עפעס א מין חזקה, עס איז בכלל נישט געווען קיין שאלה אדער א רעדע דערפון."

פלוצלינג האט זיך דיין זכרון געגעבן א פארדריי און עס איז יא געווארן א מחלוקה...


טענו בחטים והודו לו בשעורים!
מען רעדט דא יעצט וועגן דעם ענין פון "כהנים", וואו קומט דא אריין די מחלוקה וועגן דעם שטח ?

און וואו האב איך געזאגט אז עס יא געווארן א מחלוקה וועגן דעם שטח????

אין דעם פריעריגן תגובה האב איך דיך אויפגעוויזן אז דו ברענגסט אראפ ווערטער וועלכע איך האב (כלומר) דאס געשריבן, און איך האב דיך אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אז דו שרייבסט פאלש!
פארוואס ענטפערסטו מיר נישט אויף דעם! ?????? וואס האסטו מיר יעצט געענטפער???? הודו מיט כוש!

איך האב געמיינט ביז יעצט אז דו ביסט דער נאר! יעצט זעה איך אז איך בין דער נאר! אז איך ענטפער דיר נאך פאר דיינע נאר'ישע קינדערישקייטן מיט פול גאוה, בין איך טאקע א נאר!

"טענו את בעירכם" - בהמה בלייבט בהמה!


(עס איז מיר זייער אינטרעסאנט, אז אין דעם גאנצן אשכול זאל זיך נישט געפינען כאטש איינער וואס זאל אים אויפווייזן ווי נישט גערכט ער איז מיט זיינע נאר'ישע איינרעדינישן, ווי פארקרומט און פארדרייט ער איז, תיקו).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 22:12 לינק ישיר 

יא יא, מ'רעדט וועגן די ענין פון כהנים, די גאנצע ענין פון כהנים איז נאר א "ענין פון די פאליטיק פאליטיק" עס וועט דיר גארנישט העלפן, די בריוו פון ר' משה בראנדסדארפער און די הויכהילכיגע שווייגעניש פון "אלע" רבנים איז שווער צו לייקענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כל בו: הימל און ערד כהנים\מירון. די גאנצע פאליטיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.