| נשלח ב-25/4/2010 21:46 |
|
| |
אנשי שלומינו חתמ'נען אין די מאסן "כתב קבלה" איבער פסולע חתונות
תלמידי וחסידי סאטמאר ווייזן ארויס אינעם היינטיגן טאג זייער טריישאפט צום אמת'ן דעת תורה איבער די הנהגה אין קרית יואל, און די גאר-הארבע ענין פון סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא, ביים אונטערשרייבן דעם כתב קבלה און מקבל זיין אויף זיך בהחלט זיך נישט משתתתף צו זיין ביי אזאנע חתונות, אפילו בעת נסיון (וואס קען זיך מאכן משך די יארן).
אין קרית יואל איז היינט געווען א טישל, עס זענען געזיצן חשובע פני העדה מקבל צו זיין די חתימות, עס האט זיך ארויסגעצייגט א שטארקער סוקסעס מיט די אנרוף פון הונדערטער (אדער מעגליך טויזנטער) מתפללים, ווען דער עולם איז צוגעקומען אין די מאסן אפגעבן די חתימה אויפן קבלה.
(לויט ווי איך הער איז אין אלע געגנטער געווען אזוי, ווער עס ווייסט זאל מודיע זיין)
נמנו חביריו לדבר מצוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 00:06 |
|
| |
וואס מיינט קבלה?, מעג מען אדער טאר מען נישט? ווען גייען די אהרונים מקבל זיין נישט צו ניצן סאטמאר וויליאמסבורגער מצות?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 00:33 |
|
| |
וואס מיינט "קבלת" התורה?
מען איז מקבל אויף זיך מקיים צו זיין דעם פסק דין פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וזל"ק, "והקרואים לסעודת מריעות בחרופים וגדופים ונזיפה" וגו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 02:07 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 02:42 |
|
| |
ווער עס האט נאך נישט אונטערגעשריבן, קען דאונלאודן דעם בריוו דא און עס אריין שיקן פאר קהל
http://www.mysatmar.com/docs/k/letter.pdf
Hisacdus Avreichim C/O Cong. Yetev Lev D'Satmar 12 Garfiled Rd Monroe, NY 10950
אדער אריינפעקסן צו 845-230-7697
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 06:15 |
|
| |
אויב האב איך נישט גענוג פארשטאנען די נחיצות פון די חתימות, ווער איך דאס איבערצייגט דורך א פרישער פארמעגליך ארטיקל, אז דאס טוט זיי וויי, און נישט פשוט! דאס איז זיי אריין טיף אין די ביינער.
די סיבה איז פשוט. זייער אסאך פון זיי זענען משפחה מיט היימישע אידן, און דער פאקט אז אונזער עולם קומט נישט דארט צו קייו שמחה (כפסקו של רבינו בעל דבר"י זי"ע) איז א גאר-גאר גרויסער אפהאלט פאר א גרויס חלק עולם ביי זיי פון מאכן אזא חתונה, ובפרט ווען די נישט-השתתפות איז כתוב וחתום, און דער בני יואל קאן זיך נישט פרובירן צו איינרעדן אז "נע, מיין ברודער וועט שוין קומען, ער מיינט עס נישט אזוי ערנסט". דער מחשבה איז נישטא מער.
ועל זה דוה לבם!
תוקן על ידי fiveboro ב- 26/04/2010 06:17:02
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 21:22 |
|
| |
קאנפירמד: די חתונה פון די מחותנים וועלכע האבן געוואלט רופן דעם רבי'ן צו די בנ"י זאל, וועט פארקומען אין מאנסי (די בנ"י זאל איז שוין געווען באשטעלט!), נאך וואס בנ"י האט נישט געלאזט דעם מחותן דאס טאן (דאס איז לדעתי פאר זיי דער דורכפאל פונעם יאר -הונדעט!). שמועות זאגן אויף נאך 2 חתונות וואס זענען געקענסלט געווארן צוליב וואס די נאנטע קרובים האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן זיך נישט קענען משתתף זיין ביי די חתונה. די שמועות ווערן קראנטער און מער אונטערגעהאלטן ווען מען ליינט ווי די זאלי'ס זענען מסביר אז דאס איז נישט קיין קלאפ פאר זיי, ווארום דאס איז בלויז צוליב די פחד פון טעראר, און עס וועט נישט לאנג אנהאלטן. (דאס מאכט מיר טראכטן אז עס רעדט זיך טאקע פון מער ווי דריי...) וואס זיי פארזעהן נאר איז, אז אויב די סיבה פון די קענסעלעישן'ס איז וועגן פחד (אויך גוט.. אויב נישט יראת שמים, כאטש יראת העונש...) פארוואס האבן זיי מתחילה יא באשטעלט די זאלן?? די תירוץ איז, אז די אמת'ע סיבה פונעם זיך ארויסציען פון דארט חתןנה מאכן איז ווי איך האב אויבן געשריבן: | FiveBoro כתב: |  | אויב האב איך נישט גענוג פארשטאנען די נחיצות פון די חתימות, ווער איך דאס איבערצייגט דורך א פרישער פארמעגליך ארטיקל, אז דאס טוט זיי וויי, און נישט פשוט! דאס איז זיי אריין טיף אין די ביינער.
די סיבה איז פשוט. זייער אסאך פון זיי זענען משפחה מיט היימישע אידן, און דער פאקט אז אונזער עולם קומט נישט דארט צו קייו שמחה (כפסקו של רבינו בעל דבר"י זי"ע) איז א גאר-גאר גרויסער אפהאלט פאר א גרויס חלק עולם ביי זיי פון מאכן אזא חתונה, ובפרט ווען די נישט-השתתפות איז כתוב וחתום, און דער בני יואל קאן זיך נישט פרובירן צו איינרעדן אז "נע, מיין ברודער וועט שוין קומען, ער מיינט עס נישט אזוי ערנסט". דער מחשבה איז נישטא מער.
|
|
השי"ת האט נישט באנקראטירט. ס'איז נאך דא אידן וועלכע די תורה איז ביי זיי העכער ווי די געפילן פאר זייין ברודער'ס שמחה. (אין די צייט וואס דער ברודער האט דאך אלע ברירות צו מאכן די חתונה ערגעץ אנדערש).
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2010 22:28 |
|
| |
די אנטווארט האט נישט פארפעהלט צו קומען.
א זאלי האט ערפונדן א מורא'דיגע תורת לאקשן: די ארונים "טעראריזירן" די זיידעס נישט צו גיין צו די שמחות פון אייניקלעך ביי יענע זאל, אזוי ווי זיי פלעגן טעראריזירן זיידעס [אין שפיטאל..] וועגן באצאלן פארן ביה"ח.
יא, זייער גוט האט ער געשריבן! "אזוי-ווי", ס'איז ממש משל דומה לנמשל בלי שום שינוי. "אזוי-ווי" מיר האבן טעראריזירט אלטע אידן וועגן קרקע, "פונקט אזוי" האבן מיר טעראריזירט אידן וועגן שמחות. די ביידע איידיעס זענען פאבריצירט געווארן אין איין אפיס...
איך ווייס נישט וואס ער רופט טעראריזירן, ווער האט טעראריזירט? ווער האט געטשעפעט ערגעץ עפעס א זיידן? לא עלה על הדעת מעולם, כווייס נישט וואס ער מיינט. כ'קלער אפשר אז די רעדע איז פון די "כפה עליהם הר כגיגית" וואו זיי זענען געצוואונגען געווארן צום "לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל". דאס איז אפשר וואס עס איז געטוהן געווארן אנצוזאגן נישט צו גיין צו אזא חתונה, און פון דעם רעדט ער מעגליך. אבער.. צו ווייסט ער נישט פון די גמרא "הדר קבלוה מאהבה בימי אחשורוש"?...
|
|
|
|
|