| נשלח ב-26/4/2010 04:39 |
|
| |
ווען קאורט און ווען די"ת????
איך הער אז די אידן פין קרעטשמע האבען געשיקט א הזמנה לדי"ת פאר די ווילידזש לגבי טעקס, און ביי די קרעטשמע זענען זיי גלייך געלאפען אין קאורט, וויל איך פארשטיין ווען גייט מען אין קאורט און ווען צי די"ת???
אפשר האבען זיי שוין באקינען די מעסעדזש אז אית דין... פין זייער לעצטע קלאפ??
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 04:51 |
|
| |
וואס פארשטייסטו נישט.
ווען עס רעדט זיך פון א חו"מ שאלה אין א דיו"ד בין אדן לחבירו, דעמאלס לויפט מען אין קאורט. ווען עס רעדט זיך פון א טענה אויף די שטאטישע געזעצליכע שטייער-צאלונג, דעמאלס איז די פלאץ ביי דין תורה...
איך קלער טאקע אז איך זאל אריבערציען מיין ביזנעס קיין מאנרא. קיין סעילס-טעקס וועל איך נישט צאלן, און אויב וועט דאס איינער פארסירן, וועל איך אים שיקן א הזמנה...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 18:21 |
|
| |
וואס איז די אישו דארט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 18:50 |
|
| |
איך ווייס אויך נישט, עפעס האבן זיי א טענה וועגן די שטייערן פון קאנגרעגעישאנס.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 18:58 |
|
| |
דאס ווייס איך אויך אבער וואס איז די אישו,
עס געפעלט מיר דאס מערסטע ווען זיי מסר'ן עפענטליך די וויליזש טאג טעגליך, ספעציעל ביי די וואלן, אין זיי רופן אין ערכעות מיט די לעכערליכע טענה אז די וויליזש איז א סעקולערע איינהייט אין פירט זיך לויט די חוקי ממשלה אינטער וועם זיי זענען נכנע (טראץ וואס אין רוב פעלער איז די קלאגע קעגן א וויליזש אפישעל אין קען דראען 'תפיסה' אדער געלט קנסות פאר ''ממון ישראל'') אבער ווען זיי זעהן אז קארט קענען זיי גארנישט באקומען שיקען זיי פליצלונג ''הזמנות'' פין מאנדעל (פארוואס נישט פין טענענבוים'ס יעריים בי''ד?) היפאקריסי איז נישט דאס ווארט
א טיפיקעל סעמפל פין א זאלי'ס/בני יואל
|
|
|
|
|