| נשלח ב-26/4/2010 17:16 |
|
| |
קיט"ל פראקלעמירט איינמאליגע 50 דאלער פאר א חומה
קהל יטב לב בעט א איינמאילגע 50 דאלער ביישטערנוג פארן בויען א וואנט אין בית החיים
להבדיל בן הקודש לחול בין הטהור וטמא
מען קען נישט צילאזן אז מרן אבינו הקדוש זי"ע זאל ליגן לעבן יודען טמאים לנפש וואס גייען אין בג"ץ
גיין אין ערכאות, מחלל שבתים, זאלן ליגן איינס נעבן צווייטן.
ווי ס'איז באקאנט האט די נשמה נישט קיין מנוחה טאמיר מען ליגט לעבן א רשעים
פארדעם בעט מען א יעדן איינעם בלי שום יוצא מן הכלל זיך באשטייערן דערמיט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2010 18:43 |
|
| |
די שמשים זיצן יעדע נאכט אין די בתי מדרשים ווער עס האט נאך בייגעשטייערט זאל עס ביטע טוהן ווי פריער מ'קען נישט צילאזען אז די בית החיים אשר שם חלקת מחוקק ספון זאל זיך גרעניצן מיט א פלאץ וואס מ'האט געגרינדעט לשם עבירה, אויף סירוב לדין אין ערכעות ומחלוקת.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 05:23 |
|
| |
איך האב געמאכט דעם חשבון פון די געלט אקציע, אז אויב אפילו נאר האלב מעמבערס זאלען צאלען דעם פרעסערישן הייליגען פרייז דאן קענען זיי מיט דעם געלט נישט נאר בויען א גדר, און א גדר רעד איך דא באלד אזוי הויך אז מען וועט געברויכן א ספעיס שאטל צו קענען אנקומען אזוי הויך, (עיין ערך דור הפלגה) נאר אויך אפקויפן א גרויסע געיט קאמפעני. ס'שיינט אביסל געלט אבער פאר זיי איז עס א גאלדען גרוב. און זיי זאגען אז מען מוז צאלען ס'איז נישט פרייוויליג
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 05:46 |
|
| |
וואס מאכט דיך טראכטן אז דאס געלט איז נאר פאר'ן גדר?
אדאנק ענקער רשעות האט אפגעקאסט הונדערטער טויזנטער דאלארן צו ראטעווען דעם בית החיים, און דעם מקום מנוחת קדשם פון רבוה"ק זי"ע אז ס'זאל נישט אריינפאלן אין די פארגרעבטע הענט.
מיר זענען אלע פרייליך און גליקליך אז די לעצטע סאטמארע פעסטונג איז אפגעראטעוועט געווארן מידי רֶשַׁע, און מיר וועלן גערן צאלן דעם מינימאלן פרייז פון $50 צו האבן א טייל אין די געוואלדיגע זכי' צו באפרייען רבוה"ק זי"ע פון זייערע הענט! ווי שווער עס קומט נאר נישט אן!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 05:58 |
|
| |
א ביה"ח דארף האבן א חומה דאס איז לית מאן דפליג, דער נייער שטח וואס מען האט מוסיף געווען און גרעניצט זיך מיט די זאלי לאט, האט נאך דערווייל קיין געהעריגע גדר,
יעצט וואס האבן די זאליס דא ערוואטעט? מ'זאל אפשר מאכן איין גרויסער גדר ארום זיי אויך?
דאס איז דאך א אומפארשעמטער העזה, דו האסט ווי מאפיאנער באגאנבעט אלע נכסים אין וומ"ס, דער איינער ביה"ח וואס די אהרוניס זענען פארבליבן, האסטו פארארבעט וועלטן זיי דאס אויך צו צינעמען, דו ביסט מחרף ומגדף האדמו"ר מהר"א אין דער איד וואך איין וואך אויס, ממש כאחד הרקים, וויזוי קענסטו מיט א גראדן פנים וויינען צו די זעלבע קהלה בזיון המתים? און מ'זאל פאר זיי גאר בויען א גדר אויך? א זעץ אין די ציין דארף מען זיי געבן! א חומה ווי אינעם מערב-ברעג זאל מען ארויפציען!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 06:09 |
|
| |
| געגאנגען כתב: |  | אדאנק ענקער רשעות
|
|
איך בין נישט קיין "ענקערער" ווי דו שרייבסט איך בין א אויסגעצאלטער מעמבער ביי די ק"י ארוינישע געמיינדע.
מיין כראנאלאגיע איבער די ח"ק
מען נעמט פאר יעדע קבורה ווייל דאס קאסט דאך, ביי יעדן יארצייט שנארט מען, ווייל ס'קאסט פשוט. מעמבערשיפ יעדעם יאר, נו, איך מיין דאך מען קען נישט ליגן סתם אומזינסט לעבעדיגערהייט, ווייל ביים טויט שווימען ארויף פרישע טשארדזשעס... (און דאס איז פאר ניו דזשערזי, אין קרית יואל איז א עקסטערע פאר אלפים) די ח"ק איז דאך ממש א געלט פארלירנדע געשעפט.
לפיענ"ד העניה (און קענסט זיך שטעלן אויף דעם ווארט, מיט מיין רשות) איז די ביה"ח די בעסטע פלאץ מיט וואס מען קען אפשרעקן די מענטשן, ווייל פונעם טויט האט יעדער מורא, אבער געלט איז דארט דא גענוג און נאך
עכ"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 06:11 |
|
| |
קראך_היט גוט געזאגט, איך האלט מיט דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 18:15 |
|
| |
| ברוינפן כתב: |  | אדאנק ענקער רשעות
איך בין נישט קיין "ענקערער" ווי דו שרייבסט איך בין א אויסגעצאלטער מעמבער ביי די ק"י ארוינישע געמיינדע.
מיין כראנאלאגיע איבער די ח"ק
מען נעמט פאר יעדע קבורה ווייל דאס קאסט דאך, ביי יעדן יארצייט שנארט מען, ווייל ס'קאסט פשוט. מעמבערשיפ יעדעם יאר, נו, איך מיין דאך מען קען נישט ליגן סתם אומזינסט לעבעדיגערהייט, ווייל ביים טויט שווימען ארויף פרישע טשארדזשעס... (און דאס איז פאר ניו דזשערזי, אין קרית יואל איז א עקסטערע פאר אלפים) די ח"ק איז דאך ממש א געלט פארלירנדע געשעפט.
לפיענ"ד העניה (און קענסט זיך שטעלן אויף דעם ווארט, מיט מיין רשות) איז די ביה"ח די בעסטע פלאץ מיט וואס מען קען אפשרעקן די מענטשן, ווייל פונעם טויט האט יעדער מורא, אבער געלט איז דארט דא גענוג און נאך
עכ"ד |
|
די קבורה געלט נעמט די טשאפעל, אין דאס דארף מען באצאלען איבערעל סיי אין ניו זשערסי סיי אין קרית יואל, דאס נעמט אין זיך אריין טהרה, גראבען דעם קבר אא''וו, אין די וואס האבען מדעיקעיד אדער אנדערע אינשורנס באקומען פין דארט א גרעסערע חלק פין די פאנדען, להבדיל ביי הולכים בערכעות הציוני קאסט עס אויך.
איין זאך וואס קאסט מער אין קרית יואל איז די קרקע, פינקט ווי דירה אין רייכע געגנט (אין אינזער פאל א הייליג פלאץ איאיינעם מיט רבותיה''ק ז''ל) קאסט מער ווי דירה ביי שחורים.
אין די הכנסה פין א קרקע גייט נאר א דריטעל פאר חברה קדישא אויב יענער קויפט מחיים (ווי רוב פעלער)
אויפהאלטן א ביה''ח, נאכדערצו אויף אזא פארנעם, קאסט ממון ודמים, אזא כ''ו אב אדער כ''ו ניסן, ס'איז טאקע דא א קליינע אינקאם פין די בודקעס, אדער די פישקע לעבן גדר,אבער דאס קלעקט ווייט פין גענוג, אדער סתם א טאג די לעקטער פין די גאנעצ ביה''ח, אוהל הק', טהרה שטיבל אין ביה''כ, מענטעננס, לענדקעיפינג, עקסטערמענעיטינג (ק''י איז די בעסטע קער גענומען פין גרענדאקס וכו') וכו'
ספעציעל זינט די מוסרים והולכים בערכעות האבען גערופן ד חברה קדישא אין קארט אין זיי דארפן זיך פארטיידיגען אין ס'קאס שווער געלטער ממון הקדש, אלעס ווייל זיי ווייסען אז ביי די''ת וועלן זיי זיכער פארלירן.
אין אויב ווילט איר וויסען ווי וויכטיג די גדר איז, דאן שפאצירט אריין צווישען זאלי'ס (לאוו דווקא אין זייער פארום) זיי זענען ווילד ווי אקסען קעגן רויטע וואל.
איך האב ב''ה פריער געגבן מיין קרעדיט קארד פאר ר' שלמה זאל אראפנעמען די $50
היינט זיצט ער אין גרויסען ביהמ'ד דקיט''ל אין ב''פ, ווער ס'האט נאכנישט געגבן זאל שוין געבן,
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 18:50 |
|
| |
די צעטליך פון קהל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 23:46 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2010 23:50 |
|
| |
הולך, תיקון טעות: ס'נישטא קיין קצף.
|
|
|
|
|