מאכט זיכער אייער געלט בלייבט אייער'ס!
עס טוט זייער שטארק וויי צו "פארלירן" געלט, נאך מער טוט וויי ווען יענער "נעמט צו" אייער געלט!
א ניק אין בחדרי ווארנט דעם ציבור (ער האט א גוטע זכרון פון פארגאנגענע יאר פאר ל"ג בעומר) פאריאר האט די קאסטאם אין בן גריון אפגעשטעלט רוב היימישע אידן וואס זענען געקומען מיטהאלטן ל"ג בעומר אין מירון. מען האט געהייסן דעם עולם אויספאקן די טאשן, ווער עס האט אריינגעברענגט מער ווי די ערלויבטע סכום געלט האט מען געלייך גע'קנס'עט מיטן צונעמען דאס געלט!
אין בחדרי טוט זיך א וויכוח צו די ערלויבטע סכום איז 10 טויזענט דאלער אדער 90 טויזענט שקל (בערך 22 טויזנט דאלאר). אויב נעמט איר מיט גרויסע סכומים מאכט זיכער דאס בודק צו זיין מיט אייער טרעוול אגענט אדער נאכקוקן אויף די כלי!
|
|