בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס ברויכן זיי שוין ווידער דעם פארמעגליך ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2010 19:54 לינק ישיר 
פארוואס ברויכן זיי שוין ווידער דעם פארמעגליך ?

ווער ס'כאפט א שפאציר אין די לעצטע טעג אינעם קינדער פארום מערקט גלייך אז די קינדער זענען צושפילט, ביז אזוי ווייט אז מ'האט ווידער געמוזט אפירקרייצן דעם גרויסן פארמעגליך וועלכער ווערט ארויסגעשלעפט ווען ס'פעלט זיך אויס ביי זיי אביסל לופט צו אטעמען, ווען מ'שפירט אז די דעפרעסיע קומט שוין אן עד כדי חניקה.

די באשלוס ביי די 'קעפ' יעצט ווידער צו אפדינגען פארמעגליך איז באשטימט געווארן פאריגע וואך דאנערשטאג אין דער איד אפיס נאך א אפשיטומנג פון רוב דעות וואס האבן געשטימט אז יא דאסמאל איז עס ווידער קריטיש וויכטיג, ס'זאל קאסטן וויפל ס'קאסט, מ'דארף האבן זיינע געשרייבעכצטער ער זאל ווידער אנפירקלען אלס מער און לענגערע ארטיקלען מ'זאל זעהן אז די זאך לעבט, לא אלמן ישראל

וואס האט צוגעברענגט די וויכטיגע אפשטימונג איז געווען די מעכטיגע אפקלאנג פון די ריזיגע עצרת מחאה אין בית המדרש הגדול אנטקעגן די הולכי הבג"ץ הציוני וואס האט ווי באקאנט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו און דאס האט געברענגט פאר זייערע היץ קעפ זיך צאמצוזעצן און טראכטן אינאיינעם הבה נתחכמה לו וויאזוי פארדעקט מען די דעפרעסיע און אנזעץ?

אנפאנג וואל גלייך נאך די עצרת האבן זיי פראבירט ארויסצוגעבן פאלטשע שמועות ווי כאילו אז כ"ק מרן רבינו שליט"א וויל נאכנישט אונטערשרייבן אויף די שטרי בירורין, א טאג דערנאך האט דער בורר מצד די מוסדות אין ב"ב רבי זלמן גרויז שליט"א נאכאמאל פעסטגעשטעלט בכתב פאר זייער בורר אז ער האט ביי זיך די חתימה פון רבי'ן, האבן זיי שנעל געטוישט די ניגון אז דער רבי האט נאר פאריגע וואך אונטערגעשריבן אויף די שט"ב.

זעהענדיג אז די גאס קויפט נישט אפ זייער בלאף ווייל יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווייסט זייעהר גוט ווער ווייל און ווער וויל נישט אנקומען צו א בוררות, האבן זיי באשלאסן צו ווארפן א באמבע ! מ'גייט ארויסנעמען א בריוו פונעם ירושלימער רב שליט"א אז די בוררות בנוגע די סכסוך אין בני ברק האלט שוין אויף א וועג און ס'האט נישט קיין שום פשט געהאט די גאנצע עצרת מחאה.., אט די בריוו האט געזאלט זיין די באמבע אין פראנט פעיטש פון דער איד אנטקעגן די דרשות בילדער און אויפדעקונגען וואס וועלן ערשיינען אין דער בלאט.

מיטוואך מיטאג (פארנאכט אין אר"י) איז ארויפגעשיקט געווארן זייער געדונגענעם שעיר לעזאזל יצחק ע. יוזשעף פון י-ם צום ירושלימער רב ארויסצובאקומען אזא בריוו, אבער ווי נאר דער חכם האט אנגעהויבן מיט זיין וויינען און ברעטשען האט איהם דער רב גלייך שטיל געמאכט און איהם באשריגן אז אויב א בריוו וועט ער שוין אויסרעכענען אלע זייערע נארישע דריידעלעך מיט וואס זיי שטופן נאכאנאנד נישט אנצוקומען צו א בוררות, דער חכם יוזשעף האט פראבירט נאכאמאל צו וויינען ווי זיין שטייגער, דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און איהם געוויזן די טיהר פונעם צווייטן זייט.

מיטוואך אוונט גלייך נאך וואס יוזשעף האט געקאלט דערציילן אז די באמבע איז אויס האבן זייערע קעפ צום ערשט באשלאסן אז אן קיין בריוו איז ענדערש גארנישט צו רעאגירן אין דער איד איבער די נושא פון די בג"ץ, ווען ס'איז נישט דא וואס צו ענטפערן איז בעסער צו זיצן איינגעמאכט.

דאנערשטאג ווי נאר דער בלאט איז ערשינען און מיט איהר די מעכטיגע אפקלאנג פון די אויפקלערנדע ארטיקלען בנוגע זייער שענדליכע הליכה לבג"ץ הציוני, האבן די חכמי כעלעם זיך צונויפגעזעצט וואס טוהט מען דא, מ'קען נישט אזוי לאזן דעם ציבור מיט אראפגעלאזטע נעזער, איין וואך פריער ראוז פלאזא און יעצט בג"ץ הציוני וואס טהוט מען ס'איז צופיל אין איין מאנאט..

דא האט איהר קורצע דעטאלן פון די מיטונג:

  1. דער בנש"ק צווישן די חכמים פייבוש ט"ב האט פארגעלייגט א גרינגע עצה אז זיין טאטע דער זענטע'ר זאל נאכאמאל אויפטרעטן מיט א שארפע דרשה (אלע ארום האבן זיך איינגעהאלטן..).
  2. דער צוויטער בנש"ק יעקב בער האט ארויסגעצויגן פון זיין בוזעם טאש א באמבע, זיין פאשקעוויל אויפן רבי'ן מיטן געפעלטשטן משולחן מלכים, ער האט צוגעלייגט אז זיין פריינט דער בראדער באצאלט דאס ארויסצושיקן אויף די פאסט נאך פאר שבת.
  3. יעקב שמשון איז געווען הונגעריג ווי א בער, ער האט געשאלטן און געטענה'ט אז נאר אויף הייד פארק זאל מען ענטפערן און נוצן די ארגסטע מיאוסע קללות אנטקעגן דעם רבי'ן אליין.
  4. בן פראדל האט גערעדט צום לעצט און פארגעלייגט אז טראץ די שווערע קאסטן מוז מען ווידער אפירקרייצן דעם פארמעגליך, ער זאל אנהייבן צו אנפירלקען גאנצע פעטישעס ס'זאל נמאס ווערן צו ליינען אבער מ'זאל זעהן אז די זאך לעבט, מ'האט געפרעגט משה'ן פון וואס זאל ער שרייבן האט ער געשריגן וואס הייסט פון וואס, פון וואס נישט ? בית החיים, ווייטץ, סאשע, סבלן, סרבן, און נישט ענדיגן.

די מיטונג האט זיך געשלאסן מיט א שטארקע אויבערהאנט פאר בן פראדל ווייל רוב דיעות האבן צוגעשטימט צו זיין פארשלאג.

יעצט פארשטייט איהר שוין פארוואס דער פארמעגליך ארבעט איז שווין ווידער אויף נעכט און גיסט וואסער אויף די דעפרעסטע זאליס, ער שרייט צווישן די שורות:
וועקט אייך אויף, זייט נישט אזוי אנגעזעצט, פארמעגליך איז שוין צוריק דא, אין א מזל'דיגע שעה



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2010 02:47:02




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 20:10 לינק ישיר 

איך בין טאטאל מחולק מיט דיר.

פארמעגליך ע"ה איז נישטא. (אוי מי יתן להם תמורותו...)

דער פארמעגליך ניק איז אצינד געווארן איבערגעגעבן פאר א רעגולער היידפארק שרייבער, א_ווי איך און דו, וועלכער האט כלל נישט די איינפלוס-כח וואס א פאשקעווילן שרייבער ברויך האבן, זיינע ווערטער ציען נישט קיין נאמנות, ועוד ועוד, וואס די אלע כללים האט דער פארמעגליך פארמאגט, און דאס האבן זיי נישט מער.

המקום ינחם אותם בתוך אבילי ציון ובג"ציה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 20:15 לינק ישיר 

און עס איז כדאי צוצולייגן אז די ליינער דארט האבן דאס שנעל דערשפורט, און די נייע שמוץ-ארטיקלען האט זיי בכלל נישט געצויגן עפעס ספעציעל, עכ"פ נישט מער ווי א פשוטע היידפארק שטיקל.

זיינע אשכולות (אריינגערעכט איינס וועלכע זיי האבן גע"פין"ט) זענען קוים אריבער די 2000 צפיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 21:04 לינק ישיר 

א רחמנות אויף אזעלכע דערביטיערע מענטשן וואס ארטיקלען אויף אינטערנעט מיט נערישע וויצען מיט אפענען שקרים אין קינדערישע צינעמען איז א קוואל פאר זייער חיות.
יונג אין אלט, איז נעבעך ביזי פארמעגליך פארמעגליך, מ'טיילט אין ראדני קאפי'ס, מ'שיקט עס ארום אויף תלמידי רבינו (זיי האבען נאכנישט די פקדתו שמרה)

וואס שנאה האט מיט זיי געטוהן נעבעך...

פייוו בארא
דער זעהט אויס צו זיין דער זעלבער נערישער בעקער
ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ציענדיגע השפעה נאר אויף זיינע קעלבער וועלכע האבען אפגעקויפט זיינע היידפארק ארטיקלען, ווי ש. פ.'ס דרשה'ס.

אין ס'האט גארנישט מיט די ציפיות, די ציפיות קענען אפאר קווינס בחורים זיצן אין ארויפרוקן אין אפאר שעה
איין טאג האב איך דארט באמערקט א ארטיקל פין באלאנד אפאר שעה נאך ארויפלייגען אין ס'האט געהאלט ביי כמעט 3000 ציפיות (די בעסטע אשכול נעמט עטליכע טעג אנצוקומען צו אזא נומבער)
כ'האב געמאכט פרינט סקרין, כאפ א לאך





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 21:14 לינק ישיר 

נאך אלעם, פארמעגליך האט געהאט א גוטן העצע-שפראך, און זיינע מעשיות האבן זיך געליינט - פאר אן אומוויסנדן - ווי אמתע מעשיות, דאס איז א קונץ פון א פאשקעווילן שרייבער.
אבער דער יעצטיגער איז א פשוטער גאסן שרייבער אנע שום ספעציעלע טאלאנטן.

לא ראוי זה כראוי זה, דאס איז נישט דער זעלבער מענטש. איך בין זייער קלאר דערין.

תוקן על ידי fiveboro ב- 26/04/2010 21:15:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2010 21:19 לינק ישיר 

לענ"ד איז דאס דער זעלבער, די חילוק פארוואס יעצט כאפט עס נישט און דעמאלט יא איז זייער פשוט, הרוצק לשקר ירחיק עדותו, יעצט כולנו חיים און יעדער געדענקט וואס איז געווען היינט נעכטן, ממילא ווען מען זעט ווי ער ריקט שטותים כדבעי לאכט מען זיך אויס.

ווידער די פאראיעריגע איז געווען היסטאריע פון צען פופצן יאר צוריק וואס אסאך ליינערס דא זענען נאך געווען דאן גאר יונג, און אפילו ווער עס איז יא געווען עלטער האט נישט אזוייפיל מיטגעהאלטן, ממילא האט ער געקענט פארקויפן שטותים.

אלענפאלס, ווען מען נעמט אפיר פארמעגליך איז א סימן אז ס'איז צרות דארט

המקום ינחם אותם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 23:24 לינק ישיר 

וואס איז געשעהן מיט "פארמעגליך2"??

פארוואס האט מען דאסמאל נישט געמאכט א "פארמעגליך3"...?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 00:14 לינק ישיר 

allgood1s כתב:
וואס איז געשעהן מיט "פארמעגליך2"?? פארוואס האט מען דאסמאל נישט געמאכט א "פארמעגליך3"...?


טאקע פון דא קען מען איבערהויפט זעהן אז דער פארמעגליך איז א נייער שרייבער'ל, ווייל איינס פון די נייע ארטיקלען זענען צוערשט ערשינען אונטערן נאמען פארמעגליך2, שפעטער איז עס נעלם געווארן, און דערנאך איז עס ווידער ארויפגעשווימען, דאסמאל אונטערן נאמען פארמעגליך.
און די סיבה איז, ווייל דער נייער שרייבערל וועלכע האט זיך א נאמען געגעבן פארמעגליך2, - פשוט כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט - האט יעצט לתועלת הענין (אויפצולעבן די פארשלאפענע) געקריגן צוטריט צום פארמעגליך ניק. און דערמיט האט ער אפגע'שחט'ן דעם ניק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2010 18:48 לינק ישיר 

א שאד אז מ'נוצט די געלט פאר'ן בעקער פארמעגליך, מ'קען ווען נוצען די געלט פאר נאך דריי מאל ארויסשיקען פאלשע משלחן של מלכים. אדער כאטש געבען פאר מיילעך ש. זאל מאכען גיטע פרישע מעשיות אויף סאטמער אויפציהייטערן די באזע, א שאד א שאד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2010 19:26 לינק ישיר 

מ'פראבירט אלע וועגן צו בארויגען די קעלבער
יעדע מהלך ארבעט פאר צווייטען


איינער גלייכט פארמעגליך פין היידפארק, וואס קאסט נאר דעם שרייבער'ל
איינער גלייכט די מעכטיגע פאלטשע שלחן מלכים, וואס קאסט אויך די פאסט
איינער גלייכט די ניוויל פה פין דעם דיין אין פארוועטס שרייבער פין דער איד, וואס קאסט זייער גאנצע צייטונגן צו באגראבן.
אא''וו, כ'געדענק נישט אויף די מיניט אלע זיינע שמיץ קוועלער

הצד השווה שבהן, פאר די קעלבעך איז אלעס באגלייבט אין זיי שעפן פין דעם חיות, ווי א ערל אויף דראגס.

נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס ברויכן זיי שוין ווידער דעם פארמעגליך ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext