איך האב ביז היינט געוויסט אז א "סאטמאר" רבי זאגט מען זאל "נישט" פארן......................
נשלח ב-27/4/2010 02:34
"איך האב ביז היינט געוויסט אז "סאטמאר" רבי זאגט מען זאל "נישט" פארן.........................."
דער שוין-וויפילטער בלאף פון די "סאטמאר החדשה".
נשלח ב-27/4/2010 02:46
פלעגט נישט הרב פילאף פארען אלע יארען ביז...
פארט נישט דיין רבין'ס גבאי יעדעס יאר?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2010 03:23:02
נשלח ב-27/4/2010 18:29
האט דער איד נישט געשריבן אנדערש עכער די דרשה פון ר' מנשה פילאף ווי אזוי סאיז געשטאנען און צייטונג
ווען און צייטונג איז געשטאנען עכער די דרשה אז דאס איז בדברים נגד נסיעה לארה"ק ומירון האט דער איד געטוישט דעם קעפעל און מהרז"ל רעדט בכלל נישט פון דעם ווען ער קען פארט ער אויך אזוי וואלט ער פארשפארט אפאר טעג וואס צו טוהן
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/04/2010 02:56:52
נשלח ב-27/4/2010 18:51
נוטראלער, איך וועל נישט אריינגיין אין די נקודה פון ענקער פארדרייטע שיטה אינעם רבי'ן ז"ל, וועלכע האט ניטאמאל קיין מהלך, ס'איז א סוגיא ארוכה, אבער, איך וויל דיר פרעגן א אנדערע קושיא:
יעצט דע וואך קיק איך אינעם צייטונג אינעם איד זע איך א אינטערסאנע זאך אז ביי די דרשה פין הגה"צ ר' ני"מ זצ"ל וועגן די דעת פין רבין אויף די נושא פין פארן אויף ארץ ישראל האט דער איד געלייגט א אנדערע קעפיל ווי דער צייטונג דער צייטונג שרייבט אויף די קעפיל דעת קדשו פין רבינו הק' וועגן פארן אויף ארץ ישראל אין דער איד שרייבט מתוך דרשות הגה"צ ני"מ זצ"ל אין דערמאנט נישט דעס אז דא רעדט פין די דעת פין רבינו הק' נישט פיןעפעס אנדערשט
קען זיין סאיז נאר א טעות אבער סהאט מיך געכאפט ברעג איך עס דא אויף פאר די ליינערס
אין די זעלבע זאך ווען דער איד בשרייבט די דרשה פין הרה"ג ר' מנשה פילאף שליט"א אין בית מדרשינו אין וומ"ס ה' אייר דארמאנט ער נישט קיין ווארט פין דעם וואס ר' מנשה האט ארום גערעדט אקעגן פארן אויף ארץ ישראל אז די רבי האט נישט געלאזט פארן אין ווי אינז אלע געדענקן אז מאיז טאקע נישט געפאר'ן אין רבינ'ס צייטן אין גרנישט דער איד רעדט נאר פין פארן מיט על-על פליגערס
פארוואס זאל מען דעס טיען ?
נשלח ב-28/4/2010 05:07
וואס איז די רבי'ס מיינונג וועגן די סוגיא מיט די כהנים?
נשלח ב-28/4/2010 19:10
איך פארשטיי אז ער האט נאכנישט אויסגעהערט די צדדים און זיך נישט אריינגעלייגט אין די הלכה.
וואס איז זיין דעת קדשו בנוגע מאכן הדלקות ל"ג בעומר אין חוץ לארץ?
נשלח ב-28/4/2010 22:58
די זעלבע ווי דאס פארן אויף מירון, ס'ווענט זיך וואס די כוונה איז, א בחינה ווי צדיקים ילכו...ופושעים יכשלו...
נשלח ב-28/4/2010 23:02
בנוגע קהלישע הדלקות: איז עס א מנהג במקור מוסמך, און בברכת קדשו והסכמתו פנעם רבי'ן ז"ל בעל ברך משה האט מען עס איינגעפירט אין סאטמאר אויך. (און מען ווארט נאך צו זעהן ווילאנג עס גייט נעמען ביז ר' זלמן וועט דאס קאפירן. עס וועט שוין נישט דויערן צו לאנג..).
אין אויב נישט, איז טאקע נישטא קיין דרשה אבער ס'דא א מעשה רב,
בקיצור דאס איז דער זעלבער ווי שיטת רביה"ק זצוק"ל לגבי ישוב אר"י אויב ס'פאר א ריינע הייליגע מטרה אין לך דבר גדול וחשוב מזה, אויב פארקערט איז אין לך דבר גרוע מזה....צדיקים ילכו ופושעים יכשלו
עפעס נאך?
נשלח ב-29/4/2010 00:36
הבדלה: איך האב געפרעגט וואס איז דער דעת מהר"א דערוועגן. נישט וואס דער מנהג איז אדער ווי אזוי אנדערע האבן זיך געפירט. אפשר איז דא דרשה אדער א שיעור ווי ער רעדט פון דעם ענין.
טאקע דאס האסטו געפרעגט, און אויף דעם האב איך געענטפערט.
(און יא, עס איז דא א דרשה דערוועגן).
תוקן על ידי fiveboro ב- 29/04/2010 00:39:33
נשלח ב-30/4/2010 06:59
Five boro אין קראךהוט, איך האב באקומען אין אישי א לינק צו דעם דרשה. איך האב עס אויסגעהערט אין ער זאגט נישט וואס עטס האבן דא פראבירט צו פארקויפן.
אדער האט עטס פארגעסן אדער ווילט עטס פארגעסן וואס ער זאגט דארט אבער ער זאגט זייער קלאר אז: "א הדלקה ל"ג בעומר אין חוץ לארץ האט מען ביי אונז קיינמאל נישט געזעהן, נישט ביי אונזערע אבות און נישט ביי אונזערע רבי'ס" "הונדערטער יארן פון חסידשע יודן וואס זענען געווען דבוק אין ר' שמעון אבער נישט מיט אן הדלקה האט מען ארויסגעברענגט די התרגשות, דאס איז נאר א מנהג פאר ארץ ישראל".
"אונז וועלן לאזן די ארץ ישראלדיגע אידן אין ארץ ישראל זיך פירן מיט זייערע מנהגים אוז וועלן זיי נישט זאגן קיין דעות".