בוני עולם
איך וויל דא פרעגען עטליכע קשיות אבער ביטע ענטפערען צו דער זאך אן פארשרייען אדער סתם חוזק מאכען.
עס איז ידוע אז אלע מוסדות התורה זיינען היינטיגע טעג פינאנציעל געבראכען אדער ווי מען זאגט "באנקראט". מען איז שולדיג די מלמדים וועלכע בויען אונזערע צוקונפטיגע דורות שווערע צענדליגע טויזענטער דאלער, אויב נישט הונדערטער טויזענטער.
דאס זעלבע אויך די לערערען'ס אין די מיידעל סקולס.
ווילטס זיך פרעגען א פראגע, וואס פאר א רעכט האט מען צו פאדערען און מאנען געלט, און אוודאי צו געבען געלט, פאר בוני עולם. עס איז ליידער א אומגליק פאר דעם פארפאלק וואס דארף צו דעם צו קומען. רבותי, וויפיל מיליאנען האט שוין בוני עולם ארויס געריסען פון עולם מיט די עמאציענעלע דינער'ס און פאמבע?
אפילו עס איז זיי געלונגען דער תכלית ביי עטליכע צענדליגע משפחות לעומת זה וויפיל טויזענטער קינדער וועלכע זענען שוין בעולם, קענען נישט באקומען א נארמאלען חינוך ווייל מען רייסט אוועק די פאר טאלער וואס איז נאך פארבליבען, פאר בוני עולם!
וואס איז געשען מיט דעם תלמוד תורה כנגד כולם? קען מיר איינער ברענגען א מקור אז בוני עולם איז אפילו נכלל אין מצות צדקה? אפשר אין גמילת חסד אבער פאר דעם איז שוין תלמוד תורה פון תינוקות של בית רבן פיל פאכיג גרעסער!
טאמען איז דאס נאך נישט גענוג, איז אינטערגעקומען א מחלוקה'לע צווישען די פירערשאפט און מען האט געמאכט A-Time אויף צו קענען נאך רייסען פאר'ן זעלבען צוועק און נאך אוועק רייסען פון די תלמוד תורה'ה און מיידל סקול'ס.
איך האב נישט קיין שייכות מיט קיין תלמוד תורה ישיבה מיידל סקול איך בין סתם א פשוטער ארבעטער וואס קוקט צו ווי די פראפאגאנדע רייסט אוועק אוצרות פון די תלמוד תורה'ס און קיינער שטעלט זיך נישט פרעגען, יושר?
 |
|
|