בית פורומים כל העולם כולו

בית החיים ערכאות: זאליס אין פלאנטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2010 03:31 לינק ישיר 
בית החיים ערכאות: זאליס אין פלאנטער

די זאליס זענען איצט אין א פרישער פלאנטער נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין קארט שלא ברשות בי"ד און אן מזמין זיין לדין תורה קעגן קהל יטב לב, איבער די דיעד פונעם בית החיים.

קהל יטב לב דסאטמאר האט אריין געגעבען די וואך א מאשען אין די קעיס, - וואס האלט נאך פארן אנהייב - אז די ריכטער זאל עס שיקן צו דין תורה, אזוי ווי די ריכטער האט געצווינגען די זאליס אין בארא פארק צו גיין צו דין תורה, זאל עס די ריכטער אויך שיקן צו דין תורה און צו די זעלבע בי"ד וואס פירט די ב"פ דין תורה.

די זאליס געפינען זיך אין פלאנטער ווייל זיי ווילן דאך בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, דין תורה איז ביי זיי אסור ווי חזיר, איצט מיזן זיי ענטפערן ביז נעקסטע וואך מאנטאג פארוואס זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה, און פרייטאג may 7 וועט פארקומען א הירונג איבער די דין תורה.

כלל ישרא' און אנשי שלומינו זענען מתפלל אז די חילול ה' וואס די הולכי בג"ץ וערכאות די זאליס טוען אפ זאל זיך שוין אפשטעלען, און די ריכטער וועט זיי אי"ה צווינגען זיך צו שטעלען צו דין תורה אזוי ווי אין בארא פארק.

אבער לויט די זאליס חיי שעה בעקעריי קומט פאר א "טרייעל" נעקסטע וואך מאנטאג... און די אהרונים פלאצען שוין... מן הסתם וועט זיין די טרייעל איבער צו מען זאל שוין ארויס לאזן ר' שמואל דוד מארקאוויטש, מיט ר' יוסף ווייס פון תפיסה וואס שמאכטן שוין דארט 2 יאר צוליב די דיעד....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2010 06:24 לינק ישיר 

אהרן וועלץ גייט אין תפיסה פאר בארא פארק
משה חיים ווייס גייט אין תפיסה פאר בני ברק
ארי' לייב גלאנץ גייט אין תפיסה פאר די מתיבתא
שמואל דוד מארקאוויטש גייט אין תפיסה פאר די בית החיים

דערווייל זיצט אין תפיסה נפתלי שלעזינגער ברוך מרדכי לעבאוויטש מיט די בני אביגדור יאקאבוויטש

א פריי ליכען פורים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 18:35 לינק ישיר 

קריסטאל, עס איז ביי קיינעם נישט קיין שמחה איז יודן זיצען אין תפיסה
נאר די שמחה איז אז ס'איז נישט געלונגען פאר די מוסרים איינצוזעצן אחב''י אין תפיסה

צום ענין:
די זאלי'ס זענען זייער אנטוישט פין די נייעס
נאכדעם וואס זיי האבען געהאט א ברעיקינג קעפל
מיט די מעכטיגע געווינס, אין דורכליינענדיג ר' יונה'ס תגובה האבען זיי בארמערקט די בייסיגע ווערטער ''דין תורה''
אין זייער חכם פין פארמעגליכ'ס תלמידים איז אויופגעשפרינגען ''אויף א דיעד קען נישט גיין צו די''ת''
שטעלט אייך פאר, וואס זייער היתר ערעכות איז ''אויף א דיעד קען מען נישט גיין צו די''ת''
אויף וואס דען גייט מען צו די''ת? אויף וואס זיצן בע''ד ביי די''ת יעדן מאנטוג דאנערשטוג אויב נישט ווען זה אומר שלי וזה אומר שלי...

וואס פאר נייע תורה האט מען דארט מחדש געווען ה''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בית החיים ערכאות: זאליס אין פלאנטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext