בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליכע פריצות פארגעקומען נעכטן ד' אמור אין וויליאמסבורג!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2010 17:41 לינק ישיר 
שרעקליכע פריצות פארגעקומען נעכטן ד' אמור אין וויליאמסבורג!!!

נעכטן ד' אמור איז פארגעקומען א גויאישע חתונה אינעם זאל "ראז קעסיל" ווי אויף די גאס איז לכבוד דעם געווען געפערליכע תערובות.
די זאל ווערט אנגעפירט דורך די טרועריג בארימטע משפחת רוזענבערג וואס האט אויף זייערע פלייצעס שוין אנגעמאכט אסאך פריצות אין וויליאמסבורג, לעצטענס איז באקאנט געווען די אויסגעלאסענע ביטש וואס זיי האבן געוואלט אויפשטעל אין וויליאמסבורג, וואס ב"ה אדאנק די געטרייע עסקנים איז דאס מבוטל געווארן.

דא האט איר א בילד פון די גאס נעכטן (פארשטייט זיך אז מען האט עס געמיזט מאכן בלורי, משום צניעות)



מען בעט אז ווער עס קען זאל זיך בעטן ביי די בעלי בתים אז זיי זאלן אויפהערן מיטן פארשפרייטן פריצות אין שטאט!!!!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/4/2010 17:57 לינק ישיר 

איך זעה מענטשן אין רויט, מענטשן אין ווייס
פריצות זעה איך נישט.

אין גרעטש און שעיפר זעט מען רח"ל סאך ערגערס.

אויב נוטרעלער זעט דא פריצות, זאל ער גייט קיין עטרת בלעם און זעהן וויאזוי "די זאלי" שיקסעס גייען רח"ל און זענען מטמא אינזער שטאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 17:58 לינק ישיר 

ווי אויך בעט מען ווער עס ערלעדיגן ביי ר' זלמן לייב טייטלבוים
זאל אפשטעלן די פריצות פין עטרת אברהם זאל אים אנרופן, וואס געפינט זיך אין הארץ פין שטאט, אין איז געבויט גווארען דורך צציבור'שע געלט פין די תושבי העיר.
ער זיצט יעצט אין קווינס קעמפ מיט די פיס אין די הייעך
מ'זאל זאגען אז מ'רופט מזכיר זיין א חולק וועט ער זיכער אויפהייבן (איר וועט באמערקן א מין עקסייטמענט)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2010 18:46 לינק ישיר 

גיט זאגער
יעדע זעהט דארט וואס מ'וויל, א מנוול וועט זעהן פריצות אויף ת''ח אויך אין אויף וואס נישט.

צום ענין:

עס איז ממש מבהיל וואס דא טוט זיך

אין הארץ פין שטאט איז דא א זאל פין ציבורישע געלט וועלכע נעמט אן חתונות נאך יעצט ביים שרייבן די שירות מיט  די גרעסטע פריצות,
יא! ווען מ'האט געבויט די זאל איז שוין דארט געווען א שטארק באוואינטע געגענט
אזש הרה''ג ר' בערל כ''ץ אב''ד דשינסקיא וומס''בג וועלכע די זאלי'ס האבען אים פאררעכנט אלס איינס פין זייערע רבנים  האט זיך געמיזט אוועקציען נאכדעם וואס זיינע געשרייען זענען געפאלען אויף טויבע אויערן.
אין דארט זענען זיי  שטיל

אבער אויף פרענקלין ביי פלאשינג, א גאס וואס איז נאך היינט נישט באוואינט, אין די אלע נייע גאסען ארום אין ארום האט מען אויפגעבויטן נאך לאנגע יארען וואס די זאל שטייט שוין,
ד''מ אז די נייע תושבים האבען געוויסט וואס פאר א שכן ''זיי נעמען זיך'', אין דאך האט דער בעה''ב געזאגט אז ער נעמט מער נישט קיין בוקקינג פאר גויש'ע חתונות, אין פארשטייט זיך אז דאס וואס איז שוין געבוקט קען מען נישט אפזאגען, ''דאס הייסט פריצות'דיגע זאל'

נאך מער, א גאס אוועק פין ראוז קעסיל אז דא א זאל וואס וואס האט זיך איבערגעבויט עטליכע יאר ציריק אין רופט זיך עידען פאלאס, וואס דארט קומען פאר יעדע נאכט אויסגעלאסענע חתנות, מיט א אויסרייד אז זיי ניצן זיין דרייוועי, ואין פוצה פה, ווייל יענע באלאנגט ביי די זאלי'ס, אין שמירט ווי מ'דארף.

ס''ה ווייל די בעלי האולם לאזען זיך קאסטען שווערע געלטער פאר תורה וגמ''ח בעיקר פאר סאטמאר זענען זיי א ציל ברעט פין די זאלי'ס, זייערע נכסים מעג מען מפקיר זיין אין מאביד זיין ממון ישראל ביד עכו''ם (ראוז פלאזא) מיט מסירה אין וואס נישט,

דרך אגב, נוטראלער כ'וויל נישט אריינגיין אין די טעמע, אבער ביי די געשיכטע פין ראוז פלאזא איז ענקער מסור געבליבן די לוזער אין שטאט, ווען די ראוז פלאזא פראיעקט איז דורך מיט א לענדסלייט ב''ה, מיט ס''ה מינומאלע שאדען'ס

אין די טרועריג בארימטע משפחת רוזענבערג - ווי די רופסט זיי, זענען (צו דיין ווייטוג) באקאנט אלס גרויסע בעלי צדקה וחסד, אין האבען אויף זייער זכות מיליאנען שעות תורה ותפילה.
הלוואי פאר מיר אזעלכע זכותים.
איך פארשטיי דיין ווייטוג



תוקן על ידי היראים ב- 29/04/2010 18:49:27




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2010 18:48 לינק ישיר 

יעצט גערעדט צי הערשל קלאר ער זאגט ס'איז נישט קיין פראבלעם מיט ראוז קעסיל
ער טענה'ט ס'איז דא ביימער אינדרויסן   .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 23:18 לינק ישיר 

נישט געוויסט אז גוים בתערובות איז א פראבלעים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליכע פריצות פארגעקומען נעכטן ד' אמור אין וויליאמסבורג!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext