בית פורומים אידישע געדאנק

דריי חתונות געקענסלט אין בני יואל האל, עטרת מאיר צבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2010 19:08 לינק ישיר 
דריי חתונות געקענסלט אין בני יואל האל, עטרת מאיר צבי

דריי חתונות וואס זענען געווען געסקעדזשלט אין נייעם בני יואל האל איז געווארן געקענסלט נאכדעם דעם ווי די נאנטע משפחה האט קלאר געזאגט אז זיי נעמען אן דעם פסק פון הגאון הגדול רבי געציל בעערקאוויטש שליט''א אז לויטן פסק פון רבינו הקוה''ט דער בעל דברי יואל זי''ע איזפארבאטן זיך משתתף זיין אויף א חתונה ווי דער מסדר קידושין טיט דאס שלא ברשות המרא דאתרא, האבן די דריי (און אפשר מער,נאר איך ווייס פון דריי) באשלאסן דאס צו קענסלען און אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל, מיר וואונטשן די דאזיגע מחותנים, זיי זאלן חתונה מאכן בשעה טובה ומוצלחת און זען ביי זייערע קינדער פיל נחת.


תוקן על ידי המהדרין ב- 03/05/2010 21:08:07




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 19:39 לינק ישיר 

טעות לעולם חוזר

ס'איז "דרייצן" חתונות, און איין משפחה האט קלאר געזאגוט אז ס'איז נישט וועגן ר' געציל, נאר וועגן לאוב!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 19:43 לינק ישיר 

אגוטןטאג

לויט ווי איך קען די אהרוינישע מעשיות איז די אמת בערך אזוי: עס האלט שוין ביי 3 משפחות וואס האבן געוואלט חתונה מאכן ביי בני יואל, און בני יואל האט זיי אפגעזאגט ווייל ס'איז שוין נישט דא קיין אפענע דעיטס..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 19:51 לינק ישיר 

ניין נייפל,
טעות נומ. 1: אלע דריי האבן באקומען א דעיט אין בני יואל האל, און נאכן מפרסם זיין אז זיי גייען דארט חתונה מאכן האבן די זיידעס געזאגט אז זיי קענען דארט חתונה מאכן בכבוד גדול נאר זיי -די זיידעס- און א גרויס חלק פון די משפחה וועלן זיך נישט באטייליגן, האבן זיי בדלית ברירה געטוישט, איינער קיין מאנסי און צוויי קיין וויליאמסבורג.

טעות נומ. 2: האסט געלייגט א פארקערטע האנד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 19:58 לינק ישיר 

די ביסט זיכער אז "די זיידעס" לויט ווי איך האב געהערט איז ביי בערך 200 משפחות די סיבה גאר די באבע'ס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 20:04 לינק ישיר 

פארשטייט איינער די ארונים בכלל דא הערט מען פין איינעם זאבעל אז אלע חתונת פין ק"י אפי' מטראגט עס אוועק איז עס אויך נישט א גיטע קדושין ווייל סגעהערט פארן פרה דאתרה ממילא אפי' מטראגט עס אוועק גייט נישט אראפ די איסור דערפון אין יעצט זינגן זיי שוין א נייע ניגון אז ב"ה דריי (מיליאן) מענטשן האבן אוועק גענימען די חתונות פין בני יואל אין טראגן עס אוועק פין ק"י

נאר וואס דען פרעג א קשיא אויף א.............חלה דעקל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 20:15 לינק ישיר 

אוי אוי דאס ליצנות, דער שרייט צוויי הונדערט משפחות מיט באבעס, דער שרייט דריי מיליון מענטשן.. אבער דער ביטערער אמת שלאגט שטארק אין פנים, חלה דעקל אהער חלה דעקל אהין, דער ביטערער פארקט איז אז (מינימום) דריי משפחות וואס האבן געגעבן א דעפאזיט פאר דעם געאסר'טן האל האבן בחרפתינו געמיזט צוריק צוען, און אוועק גיין פון דארט, און די בושות זענען מעכטיג, און אויב חלה דעקל בארוהיגט אייך, סא בי איט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 20:21 לינק ישיר 

לאמיר זאגן סאיז אמת וואס איז דיין שמחה אויב איז עס וועגן דעם דיין געציל (ווי פארמעליך שרייבט ר' געציל דער עם הארץ) פארוואס האבן זיי געדינגן די זאל האבן זיי דען נישט געזען די הייליגע פסק פין פאריאר אז מטאר נישט נאר וואס דען ענקער טעראר האט עס געמאכט יא ענק קענען גיט די טעראר פאך אזוי ווי דיין רבי'ס רבי היטלער האט אויך אויסגעפירט מיט טעראר צי מאכן ארייפא כמעט אידן ריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 20:29 לינק ישיר 

ביזט גערעכט, סב'איז בכלל נישט וועגן רבי געציל שליט''א, ווייל אויב יא, וואלטן זיי לכתחילה נישט ארויס גענומען דעם האל, ס'איז נאר, נעבעך וועגן אפאר אלטע זיידעס, די אלטע אויסגעוועפטע זיידעס, וואס פארשטייען נישט ווי וויכטיג דאס איז א פראסק צוטין פאר דעם רבי אהרן, די זעלבע זיידעס וואס ווילן נישט ליגן אין פאללאקס לאט, איך האלט אז מען דארף איינפירן אזוי ווי ביי פאלאקס לאט, אויס מיט "אלטע" זיידעס, מיט זיי קען מען נישט מאכן קיין לעבן, זיי זענען אלט און נאאיוו, און פונקט אזוי ווי ביי פאלאקס לאט האט איר דערווישט "יונגע" נפטרים/ות וועלן מיר איינפירן "יונגע" זיידעס, אראפ  מיט די אלטע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 21:03 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, און ס'איז בכלל נישט משנה.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער געוואלדיגער טעראר פון די ראטן, צו באגיסן קארס מיט פעינט, און צו ארומפארן מיט טראקס אויסרופן נעמען וכדומה, אדער נאכשרייען מענטשן אין די גאסן, און עד כדי כך זיך צו שפילן בטהרתן של ישראל, דאס אלעס איז מסתמא ביכולת אפצושרעקן א געוויסע צאל מענטשן מיט שוואכע נאטורן, אין אנהייב, נישט צו מאכן די חתונות פון זייערע קינדער, אין די ערליכע כשר'ע האללס אין קרית יואל, ס'קען טאקע זיין אז נישט יעדער בני יואל אדער זאלי וועלן טאקע דארט חתונה מאכן תיכף אנהויב, די פחדנים ורכי הלבב אדער אזעלכע אין געוויסע משפחה סיטואציעס וועלן ווייטער טראגן די חתונות קיין וויליאמסבורג אדער מאנסי.
הגם יעדער פארשטייט אז ביי די קינדער וואס וואקסן אויף אין בני יואל אדער ויואל משה, איז דער גרעסטע שטאלץ כבוד און חשיבות, ביי די חברים און פרענדס, דוקא יא צו מאכן די חתונה אין די האלל פונעם אייגענעם מוסד, אזוי איז מען ארויפגעקוקט, אז מען דערשרעקט זיך נישט פון די אהרונישע צוהיצטע בויעס, און אזוי הייבט מען דעם כבוד פון די אייגענע רבנים ומורי צדק, מיטן ווייזן אז זייער פסק איז שטארקער ווי די באטלעך פעינט וואס די אהרונים שפריצן אויף די קארס.

אבער אפילו פאר די פחדנים וועט עס קיין סאך נישט אויסמאכן, לאנג טוירם, א חתונה ארויף א חתונה אראפ, די האללס וועלן ווייטער אנגיין, און דער ציבור היראים פון קרית יואל וועט אויספאלגן דעם פסק פון די גדולי ישראל, אז מען מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, און במשך הזמן וועט דאס ווערן א דבר יום ביומו.

פונקט ווי עס ווערן היינט נתחנך אין קרית יואל אפאר טויזנט קינדער אן די טעראריסטישע השפעה פון דעם רא"ט, וואס אמאל איז דאס געווען פארבינדען מיט שפיכת דמים אויף יעדן מענטש באזונדער, און עס האט זיך פארלאנגט מסירת נפש ממש.

די גוטע נייעס איז, אז טראץ דעם וואס בשעת מעשה האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן האט געהאט א צייטווייליגע הצלחה אז ער האט אפגעהאלטן אסאך מענטשן פון ארויסגיין, האט זיך במשך די צייט ארויסגעשטעלט אז ער האט שאדן געהאט כפל כפליים בכל העולם כולו, ער איז אדאנק זיינע מעשים, נישט געווארן סאטמאר'ע רבי נאר אויף א טייל פון סאטמאר, און פאר די אלע טעראר האט ער באצאלט מיט ריבית דאורייתא.

דער חילוק איז, אז היינט איז שוין ברוך השם דא גענונג און נאך מענטשן וועלכע האבן קוראזש און דערשרעקן זיך נישט פון די אהרונישע טעראריסטן, און ס'איז נישט קיין שום שאלה אז די זאך גייט פאראויס מיט גרויס הצלחה, אפילו אויב נישט יעדער וועט דארט חתונה מאכן גלייך אין אנהויב.

און ס'איז אויך נישט קיין ספק אז אויף די שרעקליכע טעראר וואס ער פרובירט אנצוזייען וועט ער אויך באצאלן כפל כפליים, און דאס איז חוץ דעם טריקענעם מציאות אז יעדע חתונה וואס קומט יעצט פאר, טראץ די אהרונישע טעראר, צוברעכט אהרונס איינגערעדטע בעלות, אסאך אסאך מער ווי ווען ער וואלט עס געווען נישט אזוי שטארק באקעמפט מיט אלע זיינע כוחות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 21:19 לינק ישיר 

וואס האבן די זאליס עפעס קראנקהייט נאר צו רעדן פון טעראר?, דארף זיין אז זיי זענען אנגעשטעקט מיט טעראריזאם פון קאפ ביז פיס, דא רעד מען בכלל נישט פון קיין טעראר, אדרבה די בני יואל האבן שוין ארויס געוויזן מאל נאך מאך אז זיי שרעקן זיך נישט פאר טעראר, דא רעד זיך בלויז פון אלטע זיידעס וואס האבן קלאר געזאגט פאר זייערע קינדער/אייניקלעך אז אויב מאכט מען דארט די חתונה וועלן זיי נישט גיין, און לא הרי הבני יואל כהרי הזאליס, א זאלי וואלט גענטפערט פארן זיידן גיי אין דער ערד, איך פייף מיך אריין אין דיר, ביי די זאליס איז גאר א מצוה נישט צו גיין צו קיין משפחה חתונה, און זיי וואלטן זיך אויסגעלאכט, זעט אויס אז ביי די בני יואל איז אנדערשט, זיי האבן נאך דרך ארץ פאר זייערע טאטעס/זיידעס, ובפרט אז צוריק צו ציען מיינט דאך נישט צו גיין צו רבי אהרן, זיי גייען נאר אוועק פון קרית יואל נאר כדי צו האבן די זכי' אז דער ראש המשפחה זאל יא באשיינען ביי זייער שמחה, הייסט דאס טעראר???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2010 22:02 לינק ישיר 

גערעכטער איך ווייס נישט צו די ווייסט אז בני יואל האבן רבנים חשובים שליט"א, און די זאליס האבן א רבי'ן שליט"א, און די אלע זאגן אז מען קען חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי.


דאס וואס עטץ נוצט אלע סארט טעראר מיטלען אריינגערעכנט קאלן אלטע זיידעס און זיי רודפ'ן אן אויפהער. פונקט ווי ענק פלעגן אמאל טאן פארן יעדן קראנקן איד, האט עטס געקאלט טעראריזירן וועגן די בית החיים, ביז מען האט צובראכן ענקער מאנאפאל. די זעלבע זאך פרובירט עטץ מיט די חתונה האלל צו טעראריזירן די זיידעס, די באבעס די ברודער די שוועסטער, אדער אנגיסן דעם מחותן'ס קאר מיט פעינט אדער אנדערייען צודרייטע פרויען צו שרייען אויף די גאסן, און עס קען זיין אז עטץ וועטס אנטרעפן עפעס א שוואכלינג וואס וועט זיך פון ענק דערשרעקן.

איך ווייס נישט ווי אלט די ביזט, אבער ווען בני יואל האט זיך געעפנט איז יארן לאנג געווען א קאמפיין, ביי די אהרונים מען זאל נישט גיין צו קיין משפחה שמחות, און עס האט גארנישט געהאלפן, יא, אפאר משפחה מיטגלידער האבן זיך נישט באטייליגט ביי שמחות פון זיי געשוויסטער ווייל זיי האבן געשיקט די קינדער אין בני יואל, אבער ביי דעם האט זיך עס געענדיגט, דעם מוסד האט עס נישט אפגעשטעלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2010 22:20 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
דריי חתונות וואס זענען געווען געסקעדזשלט אין נייעם בני יואל האל איז געווארן געקענסלט נאכדעם דעם ווי די נאנטע משפחה האט קלאר געזאגט אז זיי נעמען אן דעם פסק פון הגאון הגדול רבי געציל בעערקאוויטש שליט''א אז לויטן פסק פון רבינו הקוה''ט דער בעל דברי יואל זי''ע איזפארבאטן זיך משתתף זיין אויף א חתונה ווי דער מסדר קידושין טיט דאס שלא ברשות המרא דאתרא, האבן די דריי (און אפשר מער,נאר איך ווייס פון דריי) באשלאסן דאס צו קענסלען און אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל, מיר וואונטשן די דאזיגע מחותנים, זיי זאלן חתונה מאכן בשעה טובה ומוצלחת און זען ביי זייערע קינדער פיל נחת.


אין אנדערע נייעס. איבער פופציג חתונות געסקעדזשלט אין די אהרונ'ישע חתונה זאל פרדס האבן גע'קענסלט נאכדעם ווי די מחותנים האבן קלאר געזאגט אז זיי נעמען אן דעם פסק פון גדולי דורינו אז מען דארף כשר'ן די כלים צוליב די טריפה פלייש וואס מען האט דארט סערווירט. האבן די פופציג באשלאסן דאס צו קענסלען און אריבער פירן די חתונה צום נייען זאל פון בני יואל אדער קיין מאנסי, וומסב"ג מיר וואונטשן די דאזיגע מחותנים, זיי זאלן חתונה מאכן בשעה טובה ומוצלחת און זען ביי זייערע קינדער פיל נחת.



תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 03/05/2010 22:43:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 00:02 לינק ישיר 

גערעכטער! מיין קשה איז געווענט צי דיר! זאג נאר שעפעלע... אז איך וויל היינט חתונה מאכען אין קרית יואל אין איך וויל נישט האבען געוויסע מענטשען... אלץ מסדר קידושין!  קען איך יא אדער ניין? האב איך ווי צי גיין יא אדער ניין! האב איך אמאל געהאט ווי צי גיין יא אדער ניין
אבער פארגעס נישט היינט איז א גרויסער טאג... מען זאגט גאנץ הלל... ווייל מען האט געקענסעלט 3 חתונת..


תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 04/05/2010 00:05:15




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2010 00:08 לינק ישיר 

ברוך השם ס'האלט ביי דריי, אין א צווייטע אשכול האט גערעכטר געשריבן אז ער ווייסט פון 6 חתונות זעט אויס אז מענטשן קומען שוין ב"ה צוריק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 02:46 לינק ישיר 

מיט א שרעק האב איך מיטגעהאלטען וואס דער געלינקטער האט דא באשריבען
נישט געוויסט ווי זיך אהינציטין פאר חרפה אין בושה
אפילו די בני יואל אליינס ציען שוין צירוק פין זייערע אייגענע חתנות אין די הייליגע זאלען פין בני יואל
אלעס ווייל דער בערקאוויטש האט עס געאסערט
אין יעדער איז דערשראקען געווארען ביז גאר
ווייל דאס איז דאך דער ערשטער מאל וואס ער אסערט עפעס
איי וועסטי פרעגען וואס איז מיטען איסור פין אנפאנג טאקע אויף די הייליגע מוסדות
דאס וועט לכאורה בלייבען אים פארענטפערט לויט דעם געלינקטער פארדרייטע סברא
 אין אויך ווערט גלייך שווער פין וואנעט זאל ער וויסען נעמען אין טאקע נאר ער
אין אויך ווי ער פארציילט מיט אזא זאפטיקייט אין געשמאקייט אז אלעס איז וועגען די זיידעס
זיי האבען געסטראשעט אין רוב פין די משפחה
אויך ממש איך בין געווארען צירידערט פין די דאזיגע ליגענטס
אויך איז מיר שווער געווארען פין וועלעכע זיידעס טיט
מען דא רעדין
 אפשר אפרים שמואל פעלדמאן
לכאורה
ווייל ער איז נישט געגאנגען צי זיין איינקעלס חופה אין מאנסי אין וויזניטץ ווען הרר" אברהם לייטנער איז געווען מסדר קדושין דארטען
אבער דער טאטע אין מחותן האבען זיך גאנץ ווייניג דערשראקען
דעמאלטס אין וואס איז היצטער געשען
ביז איך האב גענדיגט מיין טעלעפאן קאל צי דער וואס פארדינגט דעם זאל זאגד ער
קיינער האט נישט געקענסילט גארנישט
אויסער ר' מייער וואס זיי האבען אויך נישט אוועק געשיקט ער האט עס געטין פין זיך אליין
קען זיין אז אינזער פערד ווייסט בעסער
וואס ווייס איך
 אבער דאס קען איך פארציילען וואס איך האב געהערט פין דעם וואס פארדינגט דעם זאל אין אויב וועט ער קימען מיט נעמען וועל איך אים אויך נישט גלייבען ווייל ער האט נישט געזען דעם ליסט אין אויך האט ער מן הסתם קיינמאל נישט געזען דעם יוד וואס פארדינגט דעם זאל צי בכלל קענען רעדין אז ער ווייסט נעמע
נאך אמאל לאמיר קלאר מאכען איין זאך
אויב א בני יואל יוד מאכט נישט חתונה דארט מיינט נאכ נישט אז ער האלט ווי דעם בערקאוויטש
עס קען זיין אסאך אנדערע סיבות
למשל א זיידע איז צי שוואך ארויס ציקימען
אדער דער אנדערע מחותן באצאלט די גאנצע זאך
אדער די כלה קימט פין א אנדערע שטאט
דאס מיינט נישט אז איינער האלט זיך צירוק בכלל
ווייל קיין שום בני יואל קיקט ניטאמאל אויף דעם בערקאוויטש'ס זייט ער האט אויך אינטערגעשריבען אקעגין אינזער מוסדות
אין אינז האבען זיך גאנץ ווייניג דערשראקען פאר עם
ער איז נישט מער ווי א באצאלטער דיין
אין ווער רעדט נאך פין לאויב
מן דכר שמיה.
אין אויך וואלט איך געוואלט ארויסברעגען אז עטץ ארוינישע דעקעלעך טארען ניטאמאל קימען צי אינזערע שימחת ווייל ענק דארפען אוועק שטיין גאנצע ד' אמות
אין וואס וועט דאס העלפען א אנדערע זאל
נא ענטפער
ווייל איך וועל דיר ענטפערין 
די ביזט א פרעכער פראסטער ליגענער

נב. איך בין נישט יעצט אינעם אמבעלאנס אין אויך נישט אין שפיטאל
אז די מיט דיינע חבירים זאלען יעצט מיר ענטפערין אז אין בין אינגאנצען צידרייט געווארען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דריי חתונות געקענסלט אין בני יואל האל, עטרת מאיר צבי
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext