מיט א שרעק האב איך מיטגעהאלטען וואס דער געלינקטער האט דא באשריבען
נישט געוויסט ווי זיך אהינציטין פאר חרפה אין בושה
אפילו די בני יואל אליינס ציען שוין צירוק פין זייערע אייגענע חתנות אין די הייליגע זאלען פין בני יואל
אלעס ווייל דער בערקאוויטש האט עס געאסערט
אין יעדער איז דערשראקען געווארען ביז גאר
ווייל דאס איז דאך דער ערשטער מאל וואס ער אסערט עפעס
איי וועסטי פרעגען וואס איז מיטען איסור פין אנפאנג טאקע אויף די הייליגע מוסדות
דאס וועט לכאורה בלייבען אים פארענטפערט לויט דעם געלינקטערפארדרייטע סברא
אין אויך ווערט גלייך שווער פין וואנעט זאל ער וויסען נעמען אין טאקע נאר ער
אין אויך ווי ער פארציילט מיט אזא זאפטיקייט אין געשמאקייט אז אלעס איז וועגען די זיידעס
זיי האבען געסטראשעט אין רוב פין די משפחה
אויך ממש איך בין געווארען צירידערט פין די דאזיגע ליגענטס
אויך איז מיר שווער געווארען פין וועלעכע זיידעס טיט מען דא רעדין
אפשר אפרים שמואל פעלדמאן
לכאורה
ווייל ער איז נישט געגאנגען צי זיין איינקעלס חופה אין מאנסי אין וויזניטץ ווען הרר" אברהם לייטנער איז געווען מסדר קדושין דארטען
אבער דער טאטע אין מחותן האבען זיך גאנץ ווייניג דערשראקען
דעמאלטס אין וואס איז היצטער געשען
ביז איך האב גענדיגט מיין טעלעפאן קאל צי דער וואס פארדינגט דעם זאל זאגד ער
קיינער האט נישט געקענסילט גארנישט
אויסער ר' מייער וואס זיי האבען אויך נישט אוועק געשיקט ער האט עס געטין פין זיך אליין
קען זיין אז אינזער פערד ווייסט בעסער וואס ווייס איך
אבער דאס קען איך פארציילען וואס איך האב געהערט פין דעם וואס פארדינגט דעם זאל אין אויב וועט ער קימען מיט נעמען וועל איך אים אויך נישט גלייבען ווייל ער האט נישט געזען דעם ליסט אין אויך האט ער מן הסתם קיינמאל נישט געזען דעם יוד וואס פארדינגט דעם זאל צי בכלל קענען רעדין אז ער ווייסט נעמע
נאך אמאל לאמיר קלאר מאכען איין זאך
אויב א בני יואל יוד מאכט נישט חתונה דארט מיינט נאכ נישט אז ער האלט ווי דעם בערקאוויטש עס קען זיין אסאך אנדערע סיבות
למשל א זיידע איז צי שוואך ארויס ציקימען
אדער דער אנדערע מחותן באצאלט די גאנצע זאך
אדער די כלה קימט פין א אנדערע שטאט
דאס מיינט נישט אז איינער האלט זיך צירוק בכלל
ווייל קיין שום בני יואל קיקט ניטאמאל אויף דעם בערקאוויטש'ס זייט ער האט אויך אינטערגעשריבען אקעגין אינזער מוסדות
אין אינז האבען זיך גאנץ ווייניג דערשראקען פאר עם
ער איז נישט מער ווי א באצאלטער דיין
אין ווער רעדט נאך פין לאויב
מן דכר שמיה.
אין אויך וואלט איך געוואלט ארויסברעגען אז עטץ ארוינישע דעקעלעך טארען ניטאמאל קימען צי אינזערע שימחת ווייל ענק דארפען אוועק שטיין גאנצע ד' אמות
אין וואס וועט דאס העלפען א אנדערע זאל
נא ענטפער
ווייל איך וועל דיר ענטפערין
די ביזט א פרעכער פראסטער ליגענער
נב. איך בין נישט יעצט אינעם אמבעלאנס אין אויך נישט אין שפיטאל
אז די מיט דיינע חבירים זאלען יעצט מיר ענטפערין אז אין בין אינגאנצען צידרייט געווארען
עפעס האט מיין ידיעה זיי געטראפן ווי א דינער, גיט א קיק ווי זיי זענען צושפרינגען געווארן, איך האב בלויז דערציילט א שטיקל גאר קראנטע נייעס, דאס מאכט נאכנישט צו זייער טרפה'נעם זאל, דער מחוצפים קלאב האט נאכנישט באנקראטירט, רובא דרובא שונאי סאטמאר וועלן ווייטער דארט חתונה מאכן, אויב מעג מען פרעסן חמציגע מצות, אויב מעג מען פרעסן שאלות'דיגע פליישן, אויב מעג מען גיין אין ערכאות העכו''ם יעדן צווייטן טאג, אויב מעג מען זיצן אין בג''ץ הציוני, אויב מעג מען טוישן די זאלץ טראץ דעם קפידה פון בעל דברי יואל זי''ע, אלעס נאר להכעיס רבי אהרן, וואס מאכט שוין אויס עפעס א תשובה'לע פון בעל דברי יואל, בארוהיגט אייך, דריי קענסעלעישאנס אדער אפילו דרייסיג קענסעלעישאנס וועט נאך אלץ נישט אפשפארן דעם זאל, און פגום'ע קינדער איז ביי אייך קיין שום מעלער נישט, ווייל איר זענט שוין געוואוינט צו זיין מיט א פגום, סא שפרינגט נישט, טאנצט נישט, שעלטס נישט, מען רעדט דא נישט פון קיין אלטן זיידן וואס איז נישט בכח ארויס צו פארן קיין קרית יואל, ווייל איין זיידע וואוינט אין קרית יואל, און איין זיידע איז נאך גאנץ יונג און גייט און קומט געהעריג, און דער דריטער זיידע, איז גרייט ארויס ארויס צו פארן קיין קרית יואל אינעם כשר'ן (הייליגן) זאל, אדער אפילו קיין מאנסי, אבער נישט אין געאסר'טן זאל, מען האט קיינעם נישט געסטראשעט, מען האט קיינעם נישט טעראריזירט, א קליינער פ]סק פון הגאון הגדול רבי געציל בערקאוויטש שליט''א, האט דאס אנגעמאכט.
נשלח ב-4/5/2010 03:56
האלט זיך צי דיין ליגענט די נאמבער דריי נעם ציזאם אלע פאקטען וואס איך האב דיר ארויסגעברענגט אז דאס מיינט נישט אז ער האט מורא דארט צי מאכען א חתונה אין מאך א גאנצע מעשה אדרבה ברענג א נאמען פין נאך איינעם אויסער מייער אדער שיק עס מיר אין אישי אין איך וועל דיר אויפווייזען וואסארא ליגענטס די זאגסט נאא לאמיר זען וואספאר אמת די רעדסט
נשלח ב-4/5/2010 04:09
וואס מיינט "אדער שיק עס מיר אין אישי אין איך וועל דיר אויפווייזען וואסארא ליגענטס די זאגסט נאא לאמיר זען וואספאר אמת די רעדסט" וויאזוי וועסטו איבערצייגן? די שרייסט דאך אז עס עקזעסטירט נישט קיינער אויסער מייער, נו, וואס מיינט איבערצייגן? מיט פשעטליך? דריידליך? סברות? נארישקייטן? כדרכך בקודש...
איך האב געשיקט אין אישי איין נאמען אויסער מאיער און איך קען שוין קוים ווארטן אויף דיינע זיסע פשעטליך פארוואס דאס הייסט עכט נישט צוריק געצויגן, דער האט געגעבן א דעפאזיט פאר בני יואל זאל, און נאך דעם וואס א זיידע מצד השני האט קלאר געזאגט אז ער גייט זיך נישט באטייליגן ביי די חתונה כפי פסקו פון הגאון הגדול רבי געציל שליט''א האט ער בדלית ברירה געטוישט קיין וויליאמסבורג, איך האב דאס מברר געווען הונדערט פראצענט.
נשלח ב-4/5/2010 05:19
איך מיין איך ווייס פון וועם די רעדסט, און יענער האט עס לכתתחלה געמאכט אין וומ"ס,
אבער עכ"פ שיק מיר די נאמען אין אישי, און איך וועל דיך אויפווייזען ווי נישט גערעכט די ביסט.
נשלח ב-4/5/2010 16:44
אדרבה שרייב ארויס דעם נאמען אפשר וועלן מיר געוואר ווערן אז איז שוין דא פיר קענסעלעישאנס.
נשלח ב-4/5/2010 19:24
אהה גערעכטער איך האב יעצט גערעדט מיט ר" שד"ב טרייענדיג צי געוואר ווערען אויב עס איז אמת פין וואס די רעדסט הער א ענטפער וואס ער האט מיר געגעבין איך האב בכלל נישט געהאט א פלאן דארט צי חתונה מאכען ניטאמאל געדינגען דעם זאל צי קיינעם נישט גערעדט דערוועגין גארנישט געקענסעלט אין דריי נישט קיין קאפ
נשלח ב-4/5/2010 20:52
לייקענען לייקענען לייקענען, האלסט טאקע אז איך האב דאס פלעין ארויס געזויגן פון פינגער?, הער מיך גיט צו, שד''ב האט געגעבן א דעפאזיט און געבוקט א דעיט אין ענקער בני יואל האל, אמת אז ער האט בו בזמן געבוקט אויך אין וויליאמסבורג, ווייל ער האט פארשטאנען אז עס איז מעגליך אז ער וועט זיין געצווינגען נישט חתונה מאכן אין דעם טרפה'נעם האל, דאס איז נישט 90% אדער 99% דאס איז 100פראצענט זיכער, איך האב דאס געהערט מפה קדשו און פון זיין ווייב נישט איינמאל, איך בין דארט א גאר נאנטער משפחה, און אויב לייקענען מאכט דיך פילן גיט, קענסטו לייקענען אז אונזער הייליגער דברי יואל האט קיינמאל נישט געפסק'עט אז מען דארף נעמען דעם מרא דאתרא פאר סידור קידושין. אגב, לויט דיר, פארוואס מאכט טאקע שד''ב נישט חתונה אין ענקער האל? אפשר גאר טעראר? שד''ב האט מורא פון טעראר?
נשלח ב-4/5/2010 21:58
גערעכטער
דו פרעגסט אויב מען האלט אויף דיר, א היידפארק שרייבער, אז דו האסט דיינע מעשיות ארויסגעזויגן פון פינגער?
זיי נישט ברוגז, עס איז זייער מעגליך
דער עולם דא ווייסט נישט ווער דו ביזסט, און עס איז נישטא דער וועג מברר צו זיין
אויב דער שד"פ האט טאקע געבוקט אין עטרת מאיר צבי,
און אויב דו ביזסט טאקע א נאנטער קרוב צו שד"ב,
און אויב דו רעדסט צו שד"ב'ס ווייב.
און אויב דו האסט גערעדט צו די מיסיס פה קדשו מער ווי איינמאל.
די איינציגסטע זאך וואס איז יא קלאר אז רביה"ק זי"ע האט ביי אזא פאל ווי קרית יואל נישט געשריבן אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות ר' אהרן טייטלבוים, פארקערט די גדולי הדור טאקע תלמידים פון הייליגן רבי'ן זי"ע ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האבן קלאר גע'פסק'ט הלכה למעשה אז מען קען אין קרית יואל מסדר קידושין זיין,
און ווי געשמועסט ביי 90 פראצענט ציבור, פאטענציעלע קאסטומערס פון די נייע האללס, איז דער גרעסטער כבוד און זכיה דארט חתונה צו מאכן, כפסק הרבנים שליט"א, ולחיזוק הקהלה, און מען רעכנט זיך נישט מיט די אהרונישע טעראר אפילו זיי וועלן אפשר אנגיסן דעם מחותן קאר מיט א שאכטל פעינט.
נשלח ב-4/5/2010 23:20
בעסיקלי אגרי איך מיט דיר כמעט מיט אלעם וואס דו האסט געשריבן, און פונקט ווי מען קען מיר נישט גלייבן קען מען דאך נישט גלייבן דעם יעניגן וואס האט געשריבן אז ער האט דזשאסט גערעד מיט שד''ב און אז ער לייקענט דאס, איין זאך איז זיכער אז שד''ב גייט "נישט" חתונה מאכן אין דעם געאסרטן זאל טראץ וואס ער איז א פלאם פייערדיגער בני יואל און ער שרעקט זיך נישט פאר קיין טעראר, דאס צו ער האט לכתחילה דארט יא געסקעדזשלט צו נישט (וואס איך ווייס זיכער אז יא) איז בכלל נישט מעלה ומוריד, זעט אויס אז דער שד''ב איז א ערליכער און איז נאך יא חושש פאר א הקפדה פונעם בעל דברי יואל, און ער דארף נישט קיין אייניקלעך חשש פגומים,
למעשה האלטן מיר ווייט פון א עולם התיקון, ס'זענען נאך אלץ דא פלענטי מחוצפים און עזות פנימער, איך פארשטיי נישט וואס איר שפרינגט אזוי מיט דריי קענסעלעשאנס, איר וועט דארט האבן פלענטי חתונות, און ענקערע מוסדות וועלן האבן פלענטי פגומים, מאכט נישט קיין ביג דיל פון אפאר פחדנים וואס שרעקן זיך אזוי פון עפעס א אלטן זיידע.
נשלח ב-5/5/2010 00:08
איין קשיא וואס מאטערט,
ר' שד"ב האט דאך געסקעזשעלט דעם זאל שוין נאכן הערן דעם פסק ר' געציל פאראיאר זומער, נו אויב וויאזוי דו שרייבסט אז ער האט זייער מורא פון דעם דעת יחידי פארוואס איז ער נאך געגאנגען סקעזשלען און קענסלען?
אלא מאי, ער איז פשוט נישט אינטערסירט יעצט פעינטיג צו מאכן זיין נייע אדיסי
נשלח ב-5/5/2010 00:16
אלזא סענדער פיר אויס, אין כאן שום טעראר אין כאן שום פחד, ס'האט נאר צוטון מיט עפעס א אויסגעוועפטן זיידע, און דער שד''ב איז יא א שטיקל בעל דרך ארץ, און פייפט זיך נישט אריין אין דעם זיידע, צו אזוי צו אפשר האט ער באקומען הרהורי תשובה, איך ווייס באמת נישט, איין זאך איז קלאר, אז ער גייט דארט נישט חתונה מאכן, (און אפשר יעצט וועלן עם די בני המן טעראריזירן אז ער וועט נישט האבן קיין ברירה און יא דארט חתונה מאכן, אויב יא, שיקט מיר א ביסל קאמישן...)
נשלח ב-5/5/2010 00:18
אויב וועט ארויסקומען א איסור פון ר' געציל צו קומען אויף מאנרא דורךן פאלעסיידס, און ווער ס'וועט יא קומען דורכן פאלעסיידס וועט ווערן באגאסן זיין נייע קאר מיט ווייסע פעינט פארשטייטזיך אז מענטשן וועלן מאכן יוטירן'ס ביי די ערשטע געלעגנהייט.. וועסטו מאכן א אשכול "דער עולם פאלגט ר' געציל מ'מאכט יוטירן'ס"
--
אגב, ביסט אומדירעקט מודה אז די גאנצע קענסעלעישן איז צוליב די זיידע, דעס מאכט שוין יא סענס, אויף דעם בין איך נישט מחולק, איך האב אויך דרך ארץ פאר מיינע זיידעס, און אודאי וועל איך מיך נישט צוריקהאלטן פון פאלגן ר' געציל'ס דעת יחידי ווילאנג ס'איז לכבודו פון די זיידע!
גערעכט...!
תוקן על ידי סעננדר ב- 05/05/2010 00:39:44
נשלח ב-5/5/2010 00:40
אוי איז דאס שווער געווען פאר די פארשטאפטע זאליס צו פארשטיין, יעצט ליין איבער אלע מיינע תגובות וועסטו זען אז איך האב קיינמאל נישט געקלעימט עפעס א נצחון, איך האב דערציילט א בלויזער פאקט און די זאליס זענען עפעס אויפגעשפרינגען. פארפאלן, נאך 10 מאל עקספלעינען פארשטייט איר אויפן ווינק.
נשלח ב-5/5/2010 02:05
וואס איז דא אינטרעסאנט די שרייסט אז ער האט יא פין אנפאנג גענימען דעם זאל אין איך וואס איך האב גרעדט סיי צי עם אין סיי צי די אדמיניסטרעטער פין בני יואל וואס ער איז דעם וועם מען דארף ריפען צי באקען ביידע זאגען קלאר אין דייטליך אז קיינמאל זענען די צוויי נישט געשטאנען אין ווארט צי נעמען דעם זאל פאר די חתונה
הער אויף מיט דיינע ליגענטס דא אבער שוין אין דריי נישט דעם קאפ מיטען רביןס בריוו וואס האט דא נישט קיין טראפ שייכות ווייל דער רבי שרייבט נישט דאס ווי שוין אויפגעוויזען אפאר מאל אין אויך איז גאפאסקענט געווארען דירעך אלע סאטמארע דיינם אז עס איז מיתר לכתחילה אויסער איין לץ בערקווויטש וואס האט באקימען זיין גרעסערען פעי ראלל טאקע יענע וואך וואס קיינעם אינטרעסירט נישט וואס ער האט צי זאגען אין דאס וואס די זאגסט אז די האסט גערעדט מיט זיין ווייב ביסטי א ריזעגער ליגענער אין דאס וועט נישט זיין דיין ערשטער ליגענט
נשלח ב-5/5/2010 02:35
עפעס ביסטו זייער נישט באקוועם מיט דעם לכאורה אומוויכטיגער נייעס פון דעם קענסעלעישאן, דו מאכסט דערפון א פעדעראל קעיס, און שרייסט געוואלד אז איך בין א ליגנער, און פשוט, דו ווייסט גאנץ גיט אז איך קען דיר נישט איבערצייגן אז איך זאג נישט קיין ליגענט, אלזא וועלן מיר דאס לאזן אפן, איך טענה נאך אלץ אז איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז ער האט יא געבוקט ביי די בני יואל, און די לייקענסט דאס, א קיי, אבער לויט דיר, אפשר שרייבסטו פארוואס טאקע האט אזא פאטריוט ווי שד''ב נישט די גאטס חתונה צו מאכן אין דעם טרפה'נעם זאל? און שרייב מיר נישט אז דאס איז וועגן טעראר, ווייל אויב יא קענסטו נישט דעם שד''ב, ער ציטערט בכלל נישט פון טעראר, איז הדרא קושיא לדוכתי', פארוואס? פארוואס? פארוואס? האט ער אויך מורא פון דעם (לץ) דיין רבי געציל שליט''א? אדרבה ענטפער דעם תירוץ, דאס איז דאך א פאקט און אויף דעם ביסטו אויך מודה אז ער גייט דארט נישט חתונה מאכן,
און זאג מיר ווען דו ביסט גרייט צו אנהייבן דיסקאסן דעם דריטן פערשוין וואס האט געקענסלט, איינס איז מאיער, דער צווייטער איז דאך אינזער מדובר שד''ב, און דער דריטער איז...... זאג מיר ווען דו ביסט גרייט.