בית פורומים כל העולם כולו

שוידערליכע אויפדעקונג: חמץ - און אפשר טריפה - בהשגחת crc

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2010 00:03 לינק ישיר 
שוידערליכע אויפדעקונג: חמץ - און אפשר טריפה - בהשגחת crc

א שוידערליכע אויפדעקונג ווערט אויפגעדעקט דא אינעם אשכול הכשרות:

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2780395&whichpage=1&forum_id=16386#R_8




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 04:43 לינק ישיר 

לתועלת הענין, כדי מ'זאל קענען זאגן הערות גרינגערהייט, לייגן מיר דא איבער די שערורי' איבער סי. אר. סי.:


יזדעזע העולם ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה

שוידערליכער אויפדעקונג!

 עס רייסט ביים הארצן פון יעדן ערליכן איד אין אמעריקע, ווען עטליכע כשרות-משגיחים און חשובע תלמידי חכמים מנאמני הכשרות בארה"ב האבן אנטדעקט א שרעקליכן מכשול וואס האט זיך אפגעשפילט הונטער די קוליסן, און איז ליידער פארהוילן געווארן פונעם ברייטן ציבור יראי ה', מדקדים בכשרות.

מעשה שהי' כך הי':

עס איז פאר אלעמען באקאנט די "חוסטער לאקשן פירמע", וועלכע שטייט אונטער די השגחות פון די פאלגענדע צוויי ארגאניזאציע-השגחות: "או-יו" (ou)  און "סי. אר. סי" (crc).

אין די לעצטערע תקופה האבן א קבוצה פון געקליבענע תלמידי חכמים, מנאמני הכשרות בארה"ב – מיטן מיטהילף פון הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי ועד הכשרות שע"י העדה החרדית בארצינו הק' – געהאלטן א וואכזאם אויג אויף די צוויי א.ד. ארגאניזאציעס, נאך אומצאליגע מכשולות און א גאר-לויזע ווירטשאפט מיט וואס זיי האבן זיך ליידער "אויסגעצייכנט", לדאבון לב יראי ה'.

מיט א קורצע צייט צוריק האבן זיי זיך ווידעראמאל איבערצייגט אז זייערע חששות זענען ליידער נישט קיין איבערגעטריבענע, ווען עס איז אנטדעקט געווארן, אז די צוויי א.ד. ארגאניזאציעס האבן געגעבן אן "השגחה"... אויף א קאמפאני וועלכע האט פראדוצירט זייערע פראדוקטן – אזוי ווי רוב היינטיגע פראדוקטן – ביי א גויאישע פירמע, און די חמצ'דיגע מאכלים, ווי לאקשן, זופ מאנדלען, א.א.וו. זענען פראדוצירט געווארן אום סאמע שביעי של פסח!!!...

עס שוידערט אויף א יעדן רעכטדענקיגן מענטש, געוואויר צו ווערן אז אזאנס האט געקענט פאסירן.


עס איז וויכטיג צו פארשטיין די אפטייטש פון אזא מכשול:
 
1) די פראדוקטן זענען רעכטע "חמץ" געמאכט געווארן "אום פסח", ווען עס ווערט ווארשיינליך פארקויפט אלס "געבאקן נאך פסח".

2) יעדער ווייסט אז ווען מ'מאכט א פראדוקט ביי א גוי'אישע קאמפאני דארפן די משגיחים פונעם הכשר אראפ פארן און כשר'ן די כלים, און זיכער מאכן אז עס ווערט נישט אויסגעמישט מיט טריפה'נע פראדוקציעס.
אצינד אז דאס איז געמאכט געווארן אום שביעי של פסח, פארשטייט יעדער אז קיין משגיח איז נישט געווען דארט! און דאס פארמאגט א חותם פון ביידע הכשרים!!! (און ווערט פארקויפט ביי אונז אין די געשעפטן "ויאכלו ענוים וישבעו")


עס איז נישט קיין פרייד ביי אונז אז מען האט געפינען א מכשול ביי א בעל מכשיר, עס איז א ווייטאג! עס ווייטאגט דאס הארץ אז אונטער אונזער רוקן ווערט אנגעפירט השגחות וועלכע ווערן געפירט דורך בלויזע געלט-ליב-האבנדע "בעלי בתים" - אונטער א גאר שוואכן אויפזיכט פון די ערליכע רבנים דארטן - און די תוצאות דערפון זענען אזאנע וואס קיינער וויל זיך נישט פארשטעלן!

אט זעהט בייגעלייגט די בילדער פון די זיגלען, וואו עס ווערט איבערצייגט די דאטום פון די פראדוקציע:

כדי איר זאלט דאס פארשטיין, איז וויכטיג צו מסביר זיין, אז די פראדאקשנס ווערן געמאכט מיט "קאוד" נומערן וועלכע פרעזענטירן דעם דעיט, און נאך איינצעלהייטן.

אין אונזער פאל, איז דער דעיט געזיגלט אלס "95", וואס אינעם לינק וואס מיר ברענגען דא אראפ קענט איר זעהן די באשיידונג פון דעים קאוד-דעיט.







http://www.timeanddate.com/calendar/custom.html?year=2010&month=4&country=1&doy=1&typ=1&display=1&df=1




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 05:23 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן וואס דא טוט זיך!! WOW



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 06:14 לינק ישיר 


ווער עסט נאך פון התאחדות הגנבים איך עסן שוין לאנג נישט פון זייער הכשר פון די מעשה מיט קארן, שטערן בעקערי ווי זיי האבן פראבירט צו צוברעכן דעם לעצטען גוטע הכשר דא און אמעריקע וואלאווע עס איך נאר וואלאווע אדער עדה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 17:59 לינק ישיר 

ליידער איז עס שוין ד פערדע מעשה וואס האט מיט התאחדות די לעצטע פינף חדשים
1 קאטענסיד אויל
2 שפרה קאקא
3 גל'ק'ס פאטעטא טשיפס
4 חוסטער לאקשאן
איך וויייס אויף יעדע זאך גייט מען האבן א תירוץ אז זיי זענען נישט שולדיג אבער ביי אלע דעי זאכן האט התאחדות געדארפט שיקען די משגיח נאר אז עס איז דא א פראבלעם זאגט מען אז די אנדערע בעל מכשיר איז אחריות אויף דעם
וועגן דעם קען מען שוין פארשטיין פארוואס די סקווירא דיין פון בארא פארק ר' מעכיל שטיינמעץ שליט"א זאגט ביי זיין שבת הגדול דרשה אז א זאך וואס האט מעהר ווי איין היימעשעה השגחה איז נישט גוט ווייל ביידע פארלאזן זיך אויפ'ן צווייטען און צום סוף קוקט קיינער נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 19:22 לינק ישיר 

וואס הייסט דאס א תירוץ אז זיי זענען נישט שולדיג??

ווי קען דאס זיין אז זיי גיבן זייער זיגל אויף א זאך וואס זיי ווייסן נישט וואס דארט טוט זיך און ווען דאס איז געמאכט געווארן? וואס הייסט דאס אז מ'שיקט נישט אראפ א משגיח ווען מ'נעמט פון א גויאישע קאמפאני?? ווער האט גע'כשר'ט?? ווער האט געקוקט וועלכע אינגרידיענס מ'לייגט?? דאס איז א שרעקליכע זאך.

צווייטנס, וועלכע השגחה נאך איז דא אויף דעם? או. יו., נו, הייסט דאס אז די אלע פארבריקן וואס פארמאגן א הכשר פון התאחדות מיינט דאס בלויז אז זיי באשטעטיגן אז עס האט א או. יו. הכשר? נו נו, גוט צו וויסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 21:14 לינק ישיר 

אפשר איז דא א גיטע תירוץ דערויף?

כאב נישט גיהערט די צד שכנגד אבער אפשר קענען זיי דעס פארענטפערן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2010 22:03 לינק ישיר 

מגייט עס שוין פארענטפערן אז ס'איז געוועהן א טעות אין די פרינטער מאשין
ויאכלו ענוים וישבעו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2010 22:10 לינק ישיר 

ס'איז שוין געקומען עטליכע תירוצים מצדם, א חלק זענען געווען שקר (איבערגעגעבן דורך זייערס א משגיח), און א חלק איז מען מברר, לגבי דיעבד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2010 22:43 לינק ישיר 

http://yudelstake.blogspot.com/2010/05/chuster-lukshen-noodles.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידערליכע אויפדעקונג: חמץ - און אפשר טריפה - בהשגחת crc
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext