| נשלח ב-4/5/2010 22:50 |
|
| |
ואס האבן די אהרונים אקעגן התאחדות הרבנים??
ווי איעדער זעהט פירן די אהרונים לעצטנס א שטארקע
מערכה אקעגן די התאחדות הרבנים בכלל
און אקעגן הג''ר הילל וויינבערגער שליט''א בפרט,
ווייסט איינער וואס זיי ווילן?
אדרבה אהרונים זייטס מסביר וואס עטס צילטס פונקטליך און וואס עס ליגט אונטער דעם ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2010 23:00 |
|
| |
די ארונים האבן א פראבלעם זיי ווילן עסן כשר'ס לכתחילה אין נישט וואדאי טריפות
אדרבה העלף אינז ארויס דערמיט
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2010 00:05 |
|
| |
זיי האבען א רבי וואס איז מעורר אויף כשרות במילא האבען זיי א פראבלעם, אבער אנדערע וואס זייער רבי האט נישט קיין פראבלעם מיט כשרות איז טאקקע יוכלו......
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2010 00:57 |
|
| |
ווען איך זאל האבן די ציייט אראפצושרייבן אלע קראנטע פאקטן וואס איך האב שוין געהערט איבער די קארופטירטע השגחה פון התאחדות, וואלטסטו שוין איינמאל פארשטאנען וואס מען וויל פון התאחדות.
און ניין, מ'מיינט "נישט" קיין איינע פון די רבנים דארט פערזענדליך, מ'מיינט די ווירטשאפט פון די השגחה, וועלכע ווערט - ווארשיינליך - געפירט דורך ר' איצא גליק (שיעור פארגעסן: הרב).
צענדליגער געשעפטן וועלכע האבן זייער השגחה זענען עדות דערויף. איין פעקטארי וואס פארמאגט זייער הכשר (איך שרייב נישט קיין נאמען משום חשש נקמה) האט מיר געזאגט: זאלסט וויסן, איך האב די זיגל פון התאחדות, איך האב נישט קיין שום פראבלעים צו טוישן א אינגרידיענס, און אפילו צו ארויסקומען מיט א נייע סארט (... ...), און "קיינער" וועט מיך נישט פרעגן וואס איך האב דארט אריינגעלייגט! קיינער וועט נישט זעהן, קיינער וועט נישט פרעגן, ויאכלו ענוים וישבעו.
און למען האמת, מ'מיינט אויסדרוקליך נישט דוקא התאחדות, ס'איז דא זייער אסאך השגחות וואס זענען אזוי, און מ'מיינט זיי אלע, און ליידער איז התאחדות "פון די שוואכסטע" פון זיי.
(איך האב געהערט פון די עסקנים אז בקרוב גייט ארויסקומען א ליסטע פון די השגחות וואס ווערן רעקאמענדעט אלס פארלעסליך).
און די נקודה איז: ר' איצא גליק וחביריו זאלן דערהערן:
די סאטמארע רבי האט געברענגט א ענדע צו די "יאכלו ענוים וישבעו עפאכע", ס'איז נייע צייטן. אידן אין אמעריקא ווילן כשרות!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2010 01:47 |
|
| |
אינז וועלן מיר נישט אפלאזן התאחדות ביז ווילאנג זיי וועלן אויף נעמען הגז"ל פאר נשיא נאכן אויף פאר נשיא. וועלן מיר אפלאזן התאחדות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2010 06:19 |
|
| |
טייערער העלד, ארגינעלער, נפל, דוד46 ושותפ'
לויט מיין פארשטענדעניש איז באמת נישטא קיין זאך פערזענליך אנטקעגן די התאחדות הכשר, נאר ליבערשט אנטקעגן די התאחדות הנהגה. ווען די ארוינים האבען געמאכט די טעקסאס שחיטה דאן איז קיין פארלאנג געווען אז מען זאל צוליב זייערע חומרות אראפנעמען די הכשר פון אב"ד נירבאטור שליט"א,, נאר, מען האט מוסיף געווען חומרות. וואס ווי איך האב געהערט פון א יאטקע אויפזעהער האט זיך נירבאטור רב שליט"א זייער מתמרמר געווען אז ער וואלט ווען אויך געדארפט מוסיף זיין די אלע חומרות, און איך שרייב דא "חומרות" ווייל דאס איז זיכער אז דעם נירבאטור רב'ס השגחה איז זייער גוט.
אצינד התאחדות: ר' הלל וויינבערגער שליט"א איז באמת א וואוילער איד און ער לעבט נישט אויף טשעפענען, אבער די ארוינישע הכשר באדערט אים געפערליך און עס נעמט אים ארויס פון גלייכגעוויכט - אזש ער הייבט אן צו רעדן זאכען וואס ער וואלט סתם אזוי נישט געזאגט, און אפילו נאכען רעדן איז ער פיל מיט חרטה געפילען - ווייל ער זעט דאס אוואו א קאנקורענט, ווי למשל, זאלען וואס האבען התאחדות הכשר לאזט ער נישט אריין קרית יואלער פלייש,טראץ וואס זיי קענען קומען קוקען די שחיטה סיי ווען, לעומת זה ווען וועד הכשרות פון ק"י האט געוואלט גיין קוקען די מעלק פון גאלדען פלאו דאן האט זיך התאחה"ר געשטעלט אויף די לענג און די ברייט דאס נישט צוצולאזען. אלזא, אויב איז מיין הכשר נישט גוט פאר דיר טראץ וואס מען לאזט אריין קוקען צו יעדע צייט, דאן ענקער הכשר וואס מען לאזט אונז נישט קוקען וויאזוי עס גייט צו, און לאמיר שוין נישט רעדן פון לייגן א כשרות שטעמפל קענען מיר דאס נישט געטרויען.
דער ארטיקל רעפרעזענטירט מיין אייגענע מיינונג און איך בין נישט קיין פארשטיער אדער א קעגנער פאר קיינעם וואס ווערט באשריבען דא.
לחיים לחיים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2010 11:39 |
|
| |
לחיים טובים ולשלום
|
|
|
|
|