קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די אהרוינים ציטערן אזוי פון ר' חיים הערש אב"ד סאטמאר ירושלים?
ער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צו פאנדרעזן געלט פאר זיין כולל אין ירושלים, (איך ווייס דאס ערשט האנטיג, עס האט מיר דאס פארציילט א גביר ביי וועם ר' חיים הערש האט נעכעטן געמאכט א וויזיט פער דעם צוועק). אבער די אהרוינישע דמיונירטע מוח קען נישט פארשטיין פשוטע זאכן, ביי דמיונירטע מוחות איז אלעס "קאנספירעסיס" נא וואס איז די בעסטע קאנספירעסי אין אזא פאל? יא איר האט גוט צוגעטראפן.. ר' חיים הערש איז אין אמעריקע ווייל די זאליס גייען אים אויפנעמען אלס רב אין קרית יואל!
עס ווינדערט מיר נישט בכלל זייערע היציגע דמיונות, וואס עס ווינדערט מיט יא איז אז געוויסע נארמאלע מענטשן האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט אז אפילו אויף א אמת קען מען זיי נישט גלייבן.
דא האט איר וואס דער אהרוינישער ווארט זאגער "רבי_יונה" האט גע'דמיון'ט שוין איבער א יאר צוריק.
ער ווייסט אויך פרטים ווי אזוי די זאך וועט אויסזען
ער האט אויך ערהאלטן קלאסיפיצירטע אינפארמאציע פון אינערהאלב די העכסטע פענסטער... (ווי אזוי האט פארמעגליך געשריבן בכגון דא? "זעט אויס ער האט זיך באהאלטן אינטערן טיש, און קיינער האט אים נישט באמערקט אין צימער)
אויב מיינט איר אז דאס איז א זעלטענע ערשיינונג ביי די אהרוינישע פארטיי, און יונה איז דער איינציגסטער דמיונער דא האט איר וואס "שורשנגח" דער אפיציעלער אהרוינישער ווארט זאגער אויף הייד פארק (בעיקר אין די עברית'ישע פורום בחדרי חרדים) האט געדמיונט פאר 4 יאר צוריק אז ר' חיים הערש האלט ביי די גסיסה די קהלה האלט זיך ביים אפשפארן און דער יפוער "מופט קיין ווילי"