מיר אלע קענען דעם באקאנטן הצלה סטרעטשער, דאס איז א בעט וואס האט רעדער.
אין ארץ ישראל איז ארויסגעקומען א 'פריש'ע פאטענט, א בעט אויף רעדער און פארט נישט א סטרעטשער.
איך ווייס נישט צו דאס קומט פון גרויס דחקות אדער פון די גארביטש קאלעקשאן האבי וואס געוויסע זענען נעבעך געשלאגן דערמיט.
פאר פאליציי איז דאס געווען א זעלטענע ערשיינונג.
פאסירט האט דאס פארגנגענעם זונטאג ל"ג בעומר אין די געגנט פון מירון.
פאליציי האט אפגעשטעלט א קאר וואס איז געפארן זייער שטאט און מיט א אפענע טיר, דער דרייווער האט יעדע פאר סקונדעס ארויסגעשטעקט זיין קאפ פון די אפענע טיר צו מאכן זיכער אז ער פארט גוט. פארשטייט זיך אז א טרעפיק האט ער אנגעווערטשאפט אינגרויסן, עס האט זיך געטון א פייפעריי, אבער הוא בשלו, ער קריכט.
וועט איר אוודאי וועלן פארשטיין פארוואס ער האט נישט געקוקט פונם פאדערשטען פענסטער פונקט ווי אלע נארמאלע מענטשן?!
אט הערט, ער האט נישט געקענט ארויסקוקן פון פארנט ווייל ער האט געהאט א מאטראץ אויף די האד (די נאז) פון זיין קאר וועלכע האט אים פארשטעלט דעם גאנצען וויא.
דער דרייווער האט "מסביר" געווען פאר די פאליציי אז ער איז געפארן זייער פארזיכטיג אין די ריכטיגע דירעקציע, איך בין געפארן גענוג שטאט נישט אריינצוקראכן אין קיינעם, און איך האב כסדר ארויסגעשטעקט מיין קאפ צו מאכן זיכער אז איך בין אין די ריכטיגע לעין.
אויף די שאלה וואס זיכט א מטראץ אויפן האד? האט ער מסביר געווען אז ער קומט יעצט פון מירון. "איך האב געטראפן אין די זייט פון די ראוד גוטע מאטראצן און איך האב דאס נישט געקענט איבערלאזן איך האב דאס געמוזט אהיימנעמען".
דער דרייווער האט באקומען א טיקעט פאר רעקלעס דרייווינג