ווי באקאנט הייסט אין די וועלט אז ליבאוויטש האט די גרעסטע קאנעקשאנס מיט אלע פרעזידענטן און פאלעטישנס, וכדו'זיי האבן אפי' א אייגענעם רב אין ווייט הויז, אלע פאלעטישענס פיקטשערן זיך מיט זיי, מען כשר'ט די קאך פונעם ווייט הויז צו מאכן א פארטי מיט זיי, דער פרעזידענט צינדט די מנורה, זיי פירן א סדר מיטן פרעזידענט, און אלע קאורט הייזער לייגט מען חנוכה א מנורה צוליב זיי, וכו' וכו'.
אזוי אויך ווען מען רעדט פון געלט האבן זיי מיליאנען, איבעראל אין די גאנצע וועלט אייגענע בתי מדרשים, ווען עס פארגליסט זיך זיי אריינצולייגן פיקטשערס פון רעבי אויף ריזיגע ביל באורדס אדער באס סטאפס, איז דא געלט דערפאר, וכו' וכו'.
וואס עס איז אינטערסאנט איז, עס האנדלט זיך יעצט די פרשה פון ר שלום מרדכי רובאשקין, א עכטער ליבאוויטשער חסיד, אלץ געגעבן געלט פאר זיי, אבער פלוצלינג יעצט ווען ער איז אין אן עת צרה, קומען נישט די אלע ליבאוויטשע שישקעס העלפן.
די לעגאלע פראנט ווערט אנגעפירט דורך הרב ליפשיץ, א ליטוואק פון מאנסי, דער רעדאקטער פונעם יתד, (וואס ווי באקאנט זענען די ליטוואקעס קיינמאל נישט גיט געווען מיט ליבאוויטש), א עכטער געטרייער עסקן לש"ש, אזוי אויך די געלט ווערט אנגעפירט דורך ר' אברהם יצחק פלאר פון ק"י, (וואס ווי באקאנט זענען די סאטמארע קיינמאל נישט גיט געווען מיט ליבאוויטש), שטעלט זיך די פראגע ווי זענען זיי, פארוואס טוען זיי גארנישט, עס איז דאך זייער אייגענע בלוט און פלייש.
נאר דער תירוץ איז אז אלעס איס איין גרויסע זייפן בלאז, זיי פארשטייען גיט צי PR אבער אויף למעשה גארנישט, זיי זענען בלויז כבוד שמעקערס און העלפן א צווייטן ווייסן זיי נישט.
ליצים זאגן אז אפשר קענען זיי באשטיין אז ער זאל זיצן, ווייל אזוי וועלן זיי האבן א "שליח" אין תפיסה!
לאמיר אלע טאקע ארויסווייזן אונזער געטריישאפט און העלפן א איד בעת צרה דורך ארויסהעלפן מיט גרויס געלט יותר מכפי יכולת.