| נשלח ב-7/5/2010 00:06 |
|
| |
מאנסי "כשרות ריפארט"
א חבורה מפקחים פון מאנסי אויף עניני כשרות, מיטן נאמען "חבורת לחקר הכשרות", האבן ארויסגעגעבן א מייסטערהאפטע ריפארט איבער הכשרים, זיי זעען אויס צו זיין אויסערגעווענטליך פונקטליך און אויסגעהאלטן, ממש א וואונדערבארע חקירה-ארבייט.
דאס איז גוטע נייעס פאר אונזער עולם וועלכע פרעגט אלס "וואס מעג מען יא עסן"? וואס איז יא גוט? פון וואו וועל איך וויסן וועלכער בעל מכשיר איז אויסגעהאלטן און וועלכע נישט?
פארשטייצעך אז געווענטליך האט דאס נישט קיין תירוץ, ווייל קיינער נעמט נישט די דרייסטקייט צו זאגן אויף יענעם רב צו ער איז גוט צו נישט.. דא אבער זענען זיי א אנאנימע חבורה אן קיין אידענטיפיקאציע (ווי זיי זענען מבאר אינעווייניג), אזוי אז זיי האבן געקענט דורכברעכן די שטילשווייגעניש, און ארויסזאגן אלעס קלאר.
פאלגענד איז די ריפארט:
די קרית יואל'ער ועד הכשרות איז זעהט אויס נישט געווען אין זייער סדר היום, (וויבאלד דאס איז דערווייל כמעט-נישט קיין נאציאנאלער הכשר) און עס ווערט נישט דערמאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 19:48 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 20:08 |
|
| |
די חבורה לחקר ולכשרות קוקט אויס א ליצנות אן קיין אדרעס קיין פאן נאמבערס אין ווער איז די וועד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 20:27 |
|
| |
נוטראלער, איך ווייס נישט פשט פון דיין צעטל, וואו דאס איז געהאנגען אדער פובליצירט געווארן (אויסער דא אויף היידפארק...), און אויב דאס איז אמת, וואס די מעשה איז. איך פרוביר יעצט מברר צו זיין.
די ריפארט האב איך באקומען פון זייער אימעיל.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 21:32 |
|
| |
דער צעטל דא איז פאלש, מעשי ידי ה'זאליס.
מנהל ביטע אויסמעקן.
(וראי' לדברי, די חבורה שרייבט קלאר אינעם קונטרס אז זיי זענען א אנאנימער חבורה אנע נעמען, כדי צו קענען שרייבן אלעס אן קיין מורא בשר ודם. טא, אפשר קען נוטראלער מיר מסביר זיין, אז איינער וויל זיך אהערשטעלן אנאנים, פארוואס זאל ער נעמען א צווייטנ'ס נאמען [לשיטתכם] און גיבן די געלעגנהייט יענעם אים צו אפפרעגן??? [טראכט גוט בעפאר די ענפער'סט דערויף] שנית, ווען מיר מאכן דאס אליינס וואלטן מיר ווען דען נישט אריינגעלייגט אונזער ועד הכשרות קר"י דארט? שלישית, איך האב גערעדט צו עטליכע וואס זענען אין די ליין, און זיי זאגן אז דאס איז א מייסטערהאפטע ארבעט מיט ריכטיגע אינפארמאציע).
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2010 01:40 |
|
| |
דער חבורה לחקר הכשרות גייט שוין אן עטליכע יאר, און כסדר האט מען געוויסט נעמען, און פליצלינג קומט ארויס א צעטיל אז זיי זענען אנאנים
טראכט גיט בעפאר די ענטפערסט, און פרעג דיר נאך ביי אידן וואס וואוינען אין מאנסי
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2010 01:51 |
|
| |
בכלל אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען קען זיין אנאנים, בשעת זיי שרייבן אין זייער ווערטער: עבודתינו נעשה ע"י "שיחות" עם הרבנים המכשירים שליט"א, משגיחים, מומחים בכשרות, וועדי הכשרות, דיסטריביוטערס, בעלים של קאמפעניס שבהם נעשים המאכלים ועוד.
ווי אזוי קען מען רעדן מיט אזויפיל מענטשן אין בלייבן אנאנים?
תוקן על ידי נוטראלער ב- 08/05/2010 01:53:31
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 01:20 |
|
| |
| נוטראלער כתב: |  | דער חבורה לחקר הכשרות גייט שוין אן עטליכע יאר, און כסדר האט מען געוויסט נעמען,
|
|
אזוי? נו לאמיר הערן די נעמען וועלכע מען האט כסדר געוויסט?
גיב אראפ א פונקטליכע ליסטע. און אדרבה, איך וועל זיי אנרופן און אויסקלארן וואס דא גייט פאר.
אגב, איך ווארט נאך צו הערן וואו נאך דער צעטל איז געווען פובליצירט אויסער אין זאלי-פארום.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2010 00:09 |
|
| |
איך האב אנגעפרעגט ביי זייער אימעיל וואס זיי זאגן צו דעם מכתב גלוי, און דאס איז זייער תשובה:
Hello, Thanks for your remarks. Here is what LeCheker Hakashrus has to say regarding your comments: The document attached is fraudulant and was not produced by the mentioned Mechon. It seems like it was created by some of the people who feel offended by the report. If you come to think about it, id does not take much to product such a document using Microsoft Word. Our report, on the contrary, contains research done in a span of many months, and is obvisiously a product of great effort and investment. Thanks. און אגב, נוטראלער, האסט נאכנישט געענטפערט אויף מיין פריערדיגע תגובה.
כ'ווארט צו הערן פון דיר.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 11/05/2010 01:01:55
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2010 02:18 |
|
| |
דער פייוובארא דערמאנט מיר א משעה.
א חסיד זאגט "מיין רבי האט רוח הקודש" פרעג איך אים פון ווי ווייסטו? ענטפערט ער "מיין רבי האט אליינס געזאגט" פרעג איך אים, אפשר האט דיין רבי געזאגט ליגענט? ענטפערט ער נעע קען נישט זיין, א רבי וואס האט רוח הקודש זאגט נישט ליגענט.
נאכדעם וואס מען האט אויפגעדעקט די בלאפערישע פנים פון דעם פייוובארא מיט זיין בלאפערישע קונטרס האט ער קודם איינגעריעט, ביז ער האט זיך געכאפט "איין מינוט, קען נישט זיין אז א רבי וואס האט רוח הקודש זאגט ליגענט". ער לייגט שנעל ארויס א תשובה וואס ער האט באקומען פון "יענעם" אימעיל... וואס ער האט זיך אליינס גענטפערט!!
נ.ב. פייוובארא, דיין ענגליש איז זייער שלעכט געספעלט. (קרעדיט פריש)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2010 02:24 |
|
| |
אגב פייפער! אפשר פרעגסטו זיי אויך וועלכע דריי הכשרים זיי האבן אויסגעלאזט
און אזוי אויך קענסטו זיי פרעגן דיינע אויבנדערמאנטע פראגעס
נ.ב., איך וויל אויך וויסן וועלכע וויין און גרעיפ דזשוס מען קען טרינקען, ווייל איך זעה נישט צעלימער הכשר
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2010 16:35 |
|
| |
נוטראלער, ביסטו אפשר דער וואס האט זיך אהערגעשטעלט אין די כשרות-הערות-אשכול אלס א באזעסענער שרייבער וואס שרייבט נאר טרוקענע פאקטן???
אבער לאמיך ארויסנעמען דיין פוינט וואס דו ענטפערסט, דיין ענטפער איז אז דער אימעיל איז נישט באגלייבט ווייל זי ווילן זיך פשוט פארטיידיגן אויף זייער ליגנט.
פארשטייסט אליינס אז אויף דעם ברויכסטו עפעס א קראנטע באווייז, און דו האסט נישט.
ס"ה האב איך אראפגעברענגט א ריפארט וועלכע אנהאלט אינפארמאציע וואס איך און דו ווייסן נישט, און איך אליינס קען אזאנס נישט צוזאמשטעלן, קומסטו (אלס איינגעשטעלטער אין התאחדות[!]) מיט א בריוו וואס איך און דו קענען אליינס פאבריצירן, און עס איז שטארק פארשטענדליך אז איינע פון די באטרעפנדע הכשרים האבן דאס ארויסגעגעבן(....), יעצט פארוואס זאל איך אננעמען אז די ריפארט איז ענדערש פאלש ווי דער נארישער מודעה?
ביסטו אבער געקומען מיט א זיכערקייט און געזאגט אז "די מכון האט אלס געהאט נעמען, און מ'קען זיי פרעגן", האב איך געפרעגט "ווער זענען די נעמען"? פון דיין רעדן קען מען דאך ממש מיינען אז דו רעדסט וואס דו ווייסט.. נו ווילן מיר דאך אלע געניסן פון דיינע קראנטע ידיעות.. און... מ'ווארט מיר נאך דערווייל אויפן תשובה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2010 20:42 |
|
| |
פייוובארא איז נעבעך א קרבן פון די ראפינירטע שווינדלער וועלעכע האבן פאלש
גענוצט די נאמען פון חבורה חקר הכשרות.
די חבורה איז בכלל נישט אנאנים ר' הערשל פר''מ האט געהאט א אינטערוויא אויף
קול מבשר
מיט איינעם פון די ראשיהוועד דעם פארגאנגענעם יאר אויב איך געדענק גוט
הייסט יענער האלפערן פון מאנסי,
אויב איינער האט צייט קען נאך אויפזוכן דעם אינטערוויא און ארויפלייגן דא
ווי מען קען עס הערן אויפן קול מבשר
אז פייוובארא זאל עס אויך קענען הערן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2010 22:30 |
|
| |
העלד, ביסטו א קרוב מיט ידידינו נוטראלער?
ענק האבן א געוויסע ענליכקייט, מיטן רעדן מוראדיג פעסט פון פאקטן, בעפאר מ'ווייסט וואס מ'רעדט.
דער אינטערוויו וואס דו רעדסט איז מיט חבורת "מהדרין" אין מאנסי, דאס איז בכלל נישט די זעלבע זאך, און די חבורה לחקר הכשרות ארבעט אויף אן אנדערן פראיעקט אינגאנצן, ולא קרב זה אל זה.
הער אויס די אינטערוויו אויף קול מבשר עקסטענשן 3-1
וועהל אויס 88#
תוקן על ידי FiveBoro ב- 11/05/2010 23:25:20
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2010 03:44 |
|
| |
מר. פייוו בארא
צוויי פראגעס
איינס, פארקויפסטו דעם 'כשרות ריפארט' ווייל דו קענסט יא דו מענטשן וואס האבן עס געמאכט, אדער ווייל דו קענסט זיי נישט
צוויי, ווען ווערט סיי וואס פארא דאקומענט אן א אונטערשריפט אויס פאשקעווייל
מיט דאנק ניו יארק
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2010 05:15 |
|
| |
מר פייוו בארא
לאמיר דיר פרעגן נאך א פראגע בדרך משל ווען איינער זאל אהערשטעלן א גוט שטיקל מזונות, בייגעלייגט וועט זיין א צעטל וואס דו "צעטל" וועט זאגן וואס די אינגרידיענט זענען, אויפן "צעטל" וועט שטיין פונקטליך וועלעכע באשטאנדטיילן מען האט גענוצט פון וועלעכע רב המכשיר, אבער דער "צעטל" וועט נישט זיין אונטערגעשריבן פון קיינעם, וואלסטו געגעסן דעם גוט שטיקל מזונות אדער נישט
און אויב נישט, דאן פארוואס איז דו "צעטל" פון חברה מבקשי הכשרות אנדערש, און אויך וויאזוי קען זיין אז מענשטן האבן גערעדט צו אזויפיל פאבריקן, בעלי מכשירים, קאמפאניס, און מען זאל נישט וויסן ווער עס איז
ביי מיר מיינט דאס איין זאך, א פאשקעוויל, און א פאשקעוויל בלייבט א פאשקעוויל אפילו ווען וואס עס שטייט אין דעם פאשקעוויל איז אמת
אויב וועסטו געפינען פאר וויכטיג צו ענטפערן מיינע פראגן, דאן האב איך עטליכע פראגן אויף די תוצאות פון דעם רעפארט, ווייל די פארשריפטן איז זייער גוט געשריבן, די תוצאות זייערע איז גארנישט אזוי קלאר
|
|
|
|
|