| נשלח ב-7/5/2010 01:47 |
|
| |
הערות באשכול הכשרות
אזוי מען קען נישט מגיב זיין אינעם אשכול, עפן איך אן עקסטערן אשכול פאר די הגהות
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 02:14 |
|
| |
די פאקטן איבער חוסטער לאקשן
אזוי ווי היינט ה' בה"ב האב איך געהאט אביסל וואקציע פון די ביזנעס, האב איך מיר אריינגעלייגט צו מברר זיין די פאקטן איבער די שערוריה פון די חוסטער לאקשן. וזה אשר עלה לי:
1) די גאנצע רעדע דא איז נאר פון די קאמערציאלע לאקשן וואס די קעיטערעס נוצן, און נישט די פשוטע לאקשן וואס ווערט פארקויפט און די געשעפטן.
2) די אינגרידיענס פון די קאמערציאלע לאקשן איז "בלויז" מעל און וואסער, משא"כ די אנדערע וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן (ביי חוסט) האט אריבער 6 ערליי אינגרידיענס.
3) די לאקשן וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן האט נושט קיין OU און דאס איז שוין א באווייז אז עס ווערט עקסטער געמאכט, [און אזוי האט מיר גענטפערט אויך דער סעקרעטאר פון די OU]
4) די לאקשן פון די געשעפטן דארף א געהעריגע פארלעסליכע השגחה.
5) די קאמערציאלע לאקשן גייט אריין אינעם קאטעגאריע וואס ווערט אנגערופן GROUP 1, וואס אין דעם איז נכלל אלע פראדוקטען וואס דארף בכלל נישט קיין השגחה, ווי למשל מעל, קאווע, צוקער, טיי, וואסער, ביר, סאדע, וכדו'
6) קיין בישול עכו"ם איז זיכער נישט דא דערביי ווייל עס ווערט בכלל נישט געקאכט, נאר געטריקנט, נישטאמאל ווערט עס הייס דורכן גאנצן פראצעדור.
7) לגבי חמץ בפסח איז ווי פארשטענדליך אז עס איז בכלל נישט שייך, וויבאלד דאס האט דער גוי געמאכט און דער איד האט דאס אפגעקויפט פון אים נאך פסח.
8) אפי' פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז ווי פארשטענדליך דא אנדערש, וויבאלד דער קפידה קומט פון דעם אז מען איז חושש אז אפשר האט עס דער איד נישט פארקויפט בלב שלם, וואס דא איז עס בכלל נישט שייך.
***
אצינד צו נאך אן ענין. אין אשכול הכשרות ווערט געברענגט א מעשה ווי פאלגענד:
וזה לשונו שם: אז אין די מיידל קעמפ "מחנה בית רחל" איז אנגעקומען א שיפמענט פון "מאיאנעיז" (מיט די הכשר פון סי. אר. סי.), און ווען איינע פון די מענעדשער (ר' דוד לייב גרינפעלד הי"ו) האט נאכגעקוקט דעם קאוד וועלכע פרעזענטירט דעם דאטום פון די פראדוקציע, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געמאכט געווארן דעם צווייטן טאג שבועות!
(לבסוף האט מען עס צוריק געשיקט צו די קאמפאני)
ליינעדיג די מעשה בון איך ממש געווארן אויפגעשוידערט, און תיכף אנגערופן הרה"ג ר'........... שליט"א (ער האט מיר געבעטן אז זיין נאמען זאל איך נישט שרייבן, אבער פון די טיטלן קענט איר אליין פארשטיין ווער דאס איז), ממנהלי רוחני במחנה בית רחל, פרעגענדיג צו די מעשה איז אמת, דער תירוץ איז געווען אז יא, אבער מיט עטליכע שינוים,
די מעשה איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר צוריק, ווען מען האט דעליווערט קומפאט (נישט קיין מאיאנעיז, באמת להלכה איז נישט קיין שום חילוק, נאר פשוט צו זעהן ווי קראנט דער כשרות שרייבער איז), פון די קאמפעני רוזענפעלד, אבער א טאג דערויף האט מען באקומען א טעלעפאן רוף "פון די קאמפעני" אז מען זאל דאס צוריק שיקן, ווייל עס איז געמאכט געווארן שבועות אנעם בעל מכשיר, עס האט גארנישט געהאט מיטן מענעדשזער, און נישט "לבסוף" האט מען עס צוריק געשיקט, נאר די קאמפעני איז געווען דער וואס האט געמאכט די ריקאל, מיטן דירעקטן באפעל פונעם בעל מכשיר "התאחדות הרבנים".
די מעשה איז געווען אז מען האט בטעות אויסגעמישט די קאמפאט מיט אן אנדערע שיפמענט.
יא! עס איז אמת אז עס איז פארגעקומען א טעות, נא דאס מאכט זיך ביי די בעסטע הכשרים, כעדותו של הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א, אז מען פרובירט וואס מען קען, אבער א מכשול קען אייביג געשעהן, און אז מען כאפט זיך דערויף מאכט מען א ריקאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 06:10 |
|
| |
(קומט דער מוחזק שקרן אין) פארציילט א מעשה אן קיין שום הוכחה ברורה וואס זאל אפווענדן א מעשה מיט ראיות דארט ווי ער דארף יא ברענגן א מקור טענה'ט ער אז יענער לאזט אים נישט זאגען זיין נאמען (....)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 07:00 |
|
| |
איך בין בכלל נישט דא זיך צו טענה'ן מיט דיר, נאר איינמאל וועל איך דיר ענטפערן, און אי"ה מער נישט.
1) דאס וואס איך האב געשריבן אז די פראבלעם איז נאר געווען מיט די קאמערציאלע לאקשן, און נישט מיט די וואס מען פארקויפט אין די געשעפטן, קענסטו זיך אליין איבערצייגן, גיי קוק אין די געשעפטן וועסטו זעהן צוויי זאכן 1) אז די פון די געשעפטן האבן נישט קיין OU, און די מעשה איז דאך געווען ביי לאקשן וואס האט יא די OU אזוי ווי מען קען זעהן אויפן צעטל, 2) גיי בעט ביין דיין גראסערי מאן אז די ווילסט זעהן די באקס, וועסטו זעהן דארטן אז עס האט נישט די קאוד.
2) בנוגע וואס עס איז געווען אין מחנה בית רחל, דער נאמען האב איך טאקע נישט געשריבן, אבער איך האב געשריבן גענוג קלאר אז ווער עס וויל קען וויסן פון וועם מען רעדט אין אים אליין איבערפרעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 09:30 |
|
| |
אוי וויי התאחדות האט ר"ל געמאכט א "ריקאל" אויב אזוי קען מען דאך זיי זיכער נישט טראסטען... עיין ערך קאטשקעס
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2010 23:37 |
|
| |
א גוט יאר הרב נוטראלער.
מיר זענען נישט אזוי באהאווענט אין די אלגעמיינע היידפארק שפראך, און אודאי זוכן מיר נישט צו פירן אזאנע סארט ביליגע שמועסן, מיר האפן אז ס'איז שייך דא ממשיך צו זיין אפילו אין דעם 'הערות' אשכול אויף א באזעסענעם טאן, בארירנדיג בלויז די פאקטן, און נישט קיין פאליטיק ארום דעם, און אוודאי נישט קיינע פערזענליכקייטן.
עס איז אונז א הנאה אז עס אינטערסירט אייך די זאך, און ווי איר זאגט זענט איר עס נאכגעגאנגען און זיך מטריח געווען צו מאכן טעלעפאן רופן דערוועגן, און טאקע דערגאנגען כמעט דעם גאנצן אמת, גענוי ווי מיר האבן שוין - אייגנטליך - געשריבן אינעם כשרות אשכול.
נאר ווי עס שיינט, היות איר האט א שטיקל נגיעה, האט איר אומדירעקט פארזעהן געוויסע פרטים. וועלן מיר פרובירן דאס ארויסצוברענגען.
א. דאס וואס איר שרייבט אז די רעדע איז נאר פון די קאמערשל, איז ריכטיג.
ב. דאס וואס איר שרייבט אז לענין חמץ בפסח איז עס נישט קיין פראבלעים, דאס האבן מיר שוין געשריבן אינמיטן די וואך בשם רבנים חשובים.
ג. דאס וואס איר ווילט זאגן אז די סארט לאקשן ברויך נישט קיין השגחה, מיט דעם זענט איר נישט אליינס, די או. יו. זאגט אויך אזוי. אבער, מיר האבן שוין ארויסגעברענגט אין אונזער אשכול, אז ביי היימשע פארלעסליכע השגחות איז נישט דא אזא מושג אז מען זאל לאזן א גוי'אישע קאמפאני ארבעטן אליינס און מ'זאל דערויף 'גיבן א השגחה/זיגל' בלינדערהייט. און דאס האט אונז אויפגעשוידערט דאס מערסטע, אז ביי סי. אר. סי. זאל 'עמטליך' זיין אזוי אנגענומען.
לאמיר טאקע רעדן פרעגן מער בפרטיות לגבי די לאקשן, עס איז ריכטיג אז דאס ווערט נישט געקאכט, און עס אנטהאלט בלויז מעיל און וואסער. אבער, אין יעדע אידישע שטוב ווייסט מען אז מ'נוצט נישט מעיל אן עס 'זופּן' בעפאר, נו ווער איז דא אחראי צו מען האט בכלל אריינגעברענגט געזופטע מעיל? און אויב האט מען געזופט, ווער איז אחראי אז מען האט נאר דאס גענוצט?
אמת, די או. יו. פארלאנגען נישט צו זופן קיין מעיל. אבער איז דאס די הנהגה ביי סי. אר. סי. אויך? אין די צייט וואס די לאקשן ווערן סערווירט פאר אונזערע קינדערלעך אין חדר, וואס אין זייערע שטיבער איז מען שטרענג מקפיד צו זופן די מעיל, ווערן זיי בלא יודעים סערווירט מיט אומגעזופטע מעגליך-ווערעמיגע מעיל?
(אגב: ביי די קרית יואל'ע ועד הכשרות ווערט פארלאנגט פון די בעקערייען צו נוצן א 70 מעש זופל - אין די צייט וואס אין רוב הייזער נוצט מען א 30-50 מעש - א מנהג וואס פארדינט א באזונדערע באגריסונג).
און ווי מיר הערן אצינד, זאגט טאקע דער וואלאווער רב שליט"א אז ער נוצט נישט קיין לאקשן וואס זענען געמאכט ביי גויאישע קאמפאני'ס. (מיר האבן אין נישט אנגערופן איבערפרעגן).
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
און אצינד לגבי די פאסירונג מיט די 'מאיאנעיז' אין מחנה בית רחל, דא זעהט אויס זענט איר נישט אזוי גוט נאכגעגאנגען די קלארע פאקטן, אדער - מעגליך - במכוון פארטוישט.
די מעשה האט פאסירט "די פארגאנגענע יאר זומער", און עס איז געווען מיט "מאיאנעיז" (מעגליך אויך נאך פראדוקטן - דאס ווייסן מיר נישט צו זאגן), און קיינער האט דערויף קיין צוריק-רוף נישט געמאכט.
די הנהלת המחנה האט אנגערופן די קאמפאני מיט די נייעס אז די פראדוקציע איז געמאכט געווארן אום יו"ט, (אן קיין משגיח), און די קאמפאני האט 'באוויליגט' עס צוריק צו נעמען. פון קיין שום מוסד איז דאס נישט צוריקגערופן געווארן.
נאכמער, מיר הערן אצינד אז די זעלבע סארט מאיאנעיז איז אויך געווארן דעליווערט צו אונזערע מוסדות אין וומסב"ג, און דער משגיח הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א האט דאס אויפגעפאסט, און אויך זיי האבן "אנגערופן" די קאמפאני, און זיי האבן דאס צוריקגענומען.
דאס איז לדעתינו פונקט גענוג צו זעהן וואס עס טייטש א לויזע ווירטשאפט, ווען עס קען ווערן ארויסגעשיקט פראדוקטן מיט א זיגל פונעם הכשר אין די צייט וואס די גאנצע פראדוקציע איז פארגעקומען אום יו"ט אן קיין משגיח, און ווילאנג מען רופט נישט די קאמפאני אז מען וויל עס נישט, דינט די 'יאכלו ענוים וישבעו' אלס פאקטישער בעל מכשיר, און קיין ריקאל ווערט קיינמאל נישט געמאכט.
(מיר וואלטן זייער הנאה געהאט אויב איר וואלט געקענט אנפרעגן איבער די קראנטקייט פון די עפיזאדן ביי די צוויי נעמען וועלכע מיר האבן דערמאנט דא, ליבערשט ווי אפירקומען מיט פרישע נעמען וועלכע זענען רוצים בעילום שמם).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2010 01:37 |
|
| |
א גיט יאר אייך הכשרות קודם האב איך זייער הנאה אז איר ווילט נאר רעדן מיט א איידעלען שפראך, ווייל דאס איז מיין צוגאנג כסדר, ווי איר וועט כמעט נישט טרעפן ביי מיר די סארט שפראך וואס מען טרעפט סיי אנדערע ניקס. אצינד לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן בנוגע דיינע פראגעס 1) דאס וואס איר זאגט אז ביי היימשע פארלעסליכע השגחות איז נישט דא אזא מושג אז מען זאל לאזן א גוי'אישע קאמפאני ארבעטן אליינס און מ'זאל דערויף 'גיבן א השגחה/זיגל' בלינדערהייט. דערויף האב איך שוין אויבן געברענגט עטליכע פראדוקטען ווי דער מנהג איז אלץ אזוי, ווי למשל קאווע, טיי, צוקער, וכדו'. דאס ווערט אנגערופן ביי די בעלי מכשירים GROUP 1, אויב האט איר שוין געהערט דרשות פון כשרות (ובעיקר פון הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א) וואלט איר דאס שוין געמעגט וויסן. 2) בנוגע די זיפן די מעיל, די טענה וואס איר זאגט איז אפשר אמת, אז ווי אזוי קען מען זיך פארלאזן אז דער גוי האט געזיפט די מעיל. אבער קודם לאמיר אייך אריינעמען אין א לאקשן פאבריק, או מסביר זיין ווי אזוי עס גייט צו, די מעיל וואס מען נוצט פאר פערפעל איז זייער א גיקער מעיל, און עס איז אפי' נישט מעגליך דאס צו זיפן מיט א זיפל וואס איז העכער 30 מעש, און די לאקשן מעיל איז דינער, אבער עס ווערט אויך אריינגעמישט פון די דיקע מעיל כדי דאס שטארק צו מאכן, אשר ע"כ אין "אלע" לאקשן און פערפל פאבריקן [ובתוכם "וויינשטאקס לאקשן" פון קרית יואל וואס האט די השגחה פון די צוויי חשובע וועד הכשרות פון קרית יואל (מהר"א), און פון וויליאמסבורג (מהרי"י)] ווערן די מעיל געזיפט נאר מיט א דרייסיג מעש, וואס לויט ווי די מומחים געבן איבער (ובתוכם הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א) איז אונטער א פיפציג מעש בכלל נישט און כלל פון זיפן, נאר די סיבה פארוואס מען זיפט יא מיט א דרייסיג ווייל עס איז נישט דא קיין ברירה און מען פארלאזט אז עס איז נישט קיין מועט המצוי, אבער מיט דעם אלעם ליתר שאת פאר חומרה זיפט מען עס דורך, און מען שרייבט טאקע גרויס אויפן פעקל "מיר זיפן די מעיל", ממילא אצינד לענינינו וויבאלד די גאנצע זיפן האט נישט גארנישט מיט די הלכה, איבערהויפט ווען מען ווייסט אז די קאמפעני ניצט נאר פרישע מעיל (וואס ביי דעם זאגן אסאך מומחים אז מען דארף בכלל נישט זיפן), גיבט מען א הכשר אזוי אויך. אויף די צווייטע חלק וואס איר שרייבט וועגן די מאיענעיז, האב איך דערווייל נישט געהאט קיין צייט צו מבאר זיין ווייטער, אבער אז איר ווילט קענט איר אליין זיך נאכפרעגן ביי דעם וואס איך האב געפרעגט, הגם איך האב נישט געשריבן קיין נאמען, פרעגט אייך נאך ווער עס זענען די מנהלי "רוחני" אין מחנה בית רחל, וועט איר אליין פארשטיין וועם איך האב געפרעגט. תמצות הדברים: פונעם גאנצן
יזדעזע העולם ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה
שוידערליכער אויפדעקונג! איז געבליבן א דין ודברים צו די מעיל איז יא געזיפט צו נישט:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 00:21 |
|
| |
דאסמאל תיכף צום ענין:
1) מיר האבן זיך נישט געשטעלט אויף אייערע ווערטער ביים ערשטן מאל, אבער אז איר האט דאס אנגענומען אלס אן הודאה וועלן מיר אייך מוזן אויסקלארן.
דער פאקט אז לאקשן איז אין די קאטעגאריע פון "גרופ וואן", איז פאלש. והא ראי', אויף קאווע איז נישט פארהאן א CRC זיגל, און אויף די לאקשן יא. אויב זאל התאחדות האלטן אז לאקשן ברויך נישט א השגחה, זאלן זיי עס ארויסלייגן אן א זיגל, און זאל יעדע מוסד אנפרעגן זייער רב צו זיי זאלן ארייננעמען לאקשן אן קיין השגחה. נאר וואס יא, או. יו. האט אנגענומען אז מען מוז נישט דארט זיין בשעת מעשה, וואס דאס איז ביי היימישע "פארלעסליכע" השגחות (א שטייגער ווי וואלאוע) א פארברעך. מען נעמט נישט "קיין שום" זאך פון א גוי'אישע קאמפאני בלינדערהייט. מיר האפן אז איר האט דאסמאל פארשטאנען קלארער. (ובכל אופן, האט שוין פאסירט די זעלבע ביי גאר-הארבע מסוכנ'דיגע פראדוקטן כדלהלן).
2) בנוגע זיפן די מעיל, דאס וואס איר זאגט אז א 30 מעש איז גארנישט ווערד, דאס איז א נייער חידוש. עס האט נאך קיינער נישט מעורר געווען (לויט אונזער ידיעה) אז די זופלעך מיט וואס אונזערע שטיבער באנוצן זיך איז "גארנישט ווערד להלכה", הגם עס איז א דבר פשוט אז די 50 מעש איז מער מהודר, אבער צו זאגן אז די 30 איז גארנישט ווערד, און אויף דעם חשבון זאל מען שוין מתיר זיין צו "לגמרי נישט זופן", דאס איז ניטאמאל גוט פאר א דעת בעל הבית, כ"ש אז די דעת תורה איז זיכער נישט אזוי. און עס איז אונז טאקע שטארק וויכטיג און אינטערסאנט צו וויסן צו ס'איז טאקע ווי איר זאגט אז CRC איז לגמרי נישט מקפיד אויף זופן די מעיל. אונזער ציבור וויל דאס וויסן, און מען טאר דאס נישט פארהוילן אונטערן "יאכלו ענוים וישבעו" לעיבל.
(און דאס וואס איר זאגט אז וויינשטאק לאקשן נוצט א 30 מעש, איז לכאורה קעגן די ראל'ס פון זייער לאנג-יעריגע השגחה, און מיר וועלן דאס בעז"ה מברר זיין).
3) חבל אז איר האט נישט געהאט די יכולת מברר צו זיין ווייטער וועגן די מאיאנעיז, עס וואלט געווען זייער אינטערסאנט ווען איר זאלט צוריק-קומען דא נאכן אנרופן הר"ר דוד לייב גרינפעלד בנוגע די מיידל קעמפ, און הרה"ג ר' מאיר יוסף גראס בנוגע די מוסדות אין וומסב"ג, און איבערגעבן אן הודאה אויף דעם פאסירונג.
4) בנוגע דעם "שוידערליכן אויפדעקונג", מיר וועלן אייך זאגן דעם אמת, ווען איר וועט וויסן וויפיל לאווין עס איז ארייצונעמען אין מויל "איין ווערימ'ל", וועט איר דאס גרינג פארשטיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 02:51 |
|
| |
הקדמה: ווי די וועסט זעהן עאב איך שוין אנהייב געזאגט פאר "היראים" אז איך בין נישט דא זיך צו טענה'נן מיט אים, נאר צו פארציילן די פאקטן.
מיט דיר "הכשרות" האב איך יא אנגעהויבן צו שמועסן, ווייל איך האב געמיינט אז די קענסט זיך אביסל אויס אין כשרות, האב איך געקלערט אז להגדיל תורה ולהאדירה, איז יא גיט זיך אויסצושמועסן.
אבער אצינד ווען איך זעה לויט דיינע תשובות אז די ווייסט נישט בחייכון וביומיכון אין כשרות, וויל איך דיר דא זאגן אז אי"ה וועט דאס זיין מיין לעצטע תשובה פאר דיר, חוץ אז איך וועל זעהן אז די הייבסט אן רעדו צי דער זאך.
איך ב"ה בין שוין א מדקדק בכשרות שוין צענדליגער יארן, איך גיב אויס אויף כשרות המאכלים טויענטער דולאר יעדע יאר, נישט נאר יעצט ווען מהר"א האט געפילט פאר וויכטיג מעורר צי זיין.
איך האב מיר שוין אסאך נאכגעפרעגט און נאכגאנגען אין עניני כשרות, און דאס האט מיר אויך דא געשטיפט נאכציגיין די פאקטן, וואס די אליינס ביסט מודה אז איך בין קלאר ארויסגעקומען מיט די פאקטן.
אצינד צי די פאקטן: עס איז נישט קיין שום חילוק צי די גאנצע פראדוקט איז GROP 1, צו נאר עטליכע אינגרידיענטס, די פאקט איז ביי אלע, יא איך זאג נאכאמאל "אלע" הכשרים, אריינגערעכנט עדה, וואלאווע, און התאחדות, איז אנגענומען פאר א מציאות אז GROUP 1, פארלאזט מען זיך 100% אן קיין שום פקפוק, אשר ע"כ ווען די זעסט א פראדוקט מיט סיי וואסער הכשר (יא! יא! אפי' וואלאווע, און עדה), ליגט דארט אינגרידיענטס וואס זענען GROUP 1, און מען פארלאזט זיך דערויף.
דאס וואס איר פרעגט פארוואס איז נישט דא קיין זיגל אויף קאווע, זאס איז וויבאלד די קאמפעני איז א גויאישע קאמפאני, בעט ער נישט קיין הכשר, און ביי אידישע קאמפעניס וועט איר טרעפן אויף אסאך GROUP 1 פראדוקטען א הכשר, לדוגמא וואסער פון עטליכע קאמפעניס, סיי דאהי און סיי אין א"י מיט די הכשר פון די עדה, אזוי אויך BEST FLOUR מעיל מיט די הכשר פון וועד הכשרות אין ק"י, אזוי אויך בונדלעך פון עטליכע קאמפעניס, [זאלסט מיר נישט ענטפערן אז די הכשר אויף די בונדלעך איז וועסן ווערים, ווייל די בעלי מכשירים זאגן קלאר אז דאס דארף מען פונקט אזוי בודק זיין, ועוד ועוד.
ווייטער בנוגע זיפן די מעיל, פרישע מעיל איז ווערים א מועט שאינו מצוי, און מען דארף דאס בכלל נישט זיפן, נאר משום חומרה ווייל עס מאכט זיך אמאל אמאל אז עס איז נישט פריש וואס דעמאלט קען זיך טרעפן, ע"כ האט מען איינגעפירט אז מען זיפט, און די וועסט ממש נישט טרעפן א גרויסע קאמפאני וואס ניצט אסאך מעיל, א שטייגער ווי א לאקשן פאבריק זאל ניצן אלטע מעיל, (דרך אגב אין די ביכל וואס די אינספעקטערס האבן [דאכט זיך מיר אז עס הייסט D.A.L.] וואס דארטן ווערט אויסגערעכנט וויפיל אינקזעטן עס מעג זיך געפינען אין די עסן, ווערט מעיל איסגערעכנט פאר גאר גאר א קליינע פראצענט, און מען קען אפשפארן די פאבריק אפי' פאר בלויז עטליכע איקזעטן אין א גאנצע זאק), אדרבה פרעג דיר נאך אינדערהיים ווען מען האט די לעמטע מאל געטראפן א אינקזעט אין די מעיל זיפל, (איך האף אז מען ניצט ביי דיר אינדערהיים אן 80 מעש).
בנוגע די מאיאנעיז, הרה"ג ר' יוסף מאיר גראס שליט"א, זאגט אז ער ווייסט נישט פון וואס איך רעדט
הצלחה מרובה,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 06:03 |
|
| |
תשובה לההקדמה:
עס טוט אונז לייד אז מיר האבן אייך - ווי עס שיינט - עטוואס ארויסגענומען פון די כלים, אזש איר האט געפינען ריכטיג אונז צו באטיטלען שלא כהוגן. אונזער ציהל איז חלילה נישט אייך פערזענדליך אפצו-ווענדן און אייך איבערלאזן ווערטער-לאז, אונזער ציהל איז אויסצוקלארן אייער מיינונג עד שישתוו הצדדים והמציאות, וואס אין א געוויסן זון האבן מיר דאס עטוואס עררייכט, ווי עס וועט ווייטער ווערן ארויסגעברענגט.
מיר פון אונזער זייט זענען יא גרייט ווייטער צו שמועסן, אויף א מהלך ווי אייערע ביז יעצטיגע תגובות, אויסגעלאזט דאס לעצטע.
און אז איר זאגט אז איר זענט א מדקדק בכשרות פאר צענדליגער יארן, ברויכט איר ארויסגעהויבן ווערן דערפאר, אשרי חלקכם. עס איז אבער א שאד אז פארט שטייט "פאליטיק" ביי אייך העכער. (דאס גענצליך קלארצושטעלן וואלט זיך באמת אויסגעפעהלט אייך צו פרעגן פון וועלכע שחיטה איר עסט).
און לגבי די פאקטן:
איר זענט גערעכט אז ביי "כמעט אלע" הכשרים פארלאזט מען זיך אויף "גרופ וואן" אן קיין פקפוק (אויסער די עדה). אבער, לאקשן איז "נישט" אין גרופ וואן. מיר זעען נישט וואס עס איז דא אזויפיהל ארומצודרייען אין דעם. ריכטיג, מעיל בעפארן זופן איז אין גרופ וואן, אבער פארטיגע לאקשן געמאכט פון מעיל און וואסער איז נישט.
סוף פסוק זעהט שטארק אויס אז איר זענט מודה צו אונז אז די מעיל איז ווארשיינליך נישט געזופט געווארן. איר ווילט נאר אפירטרעפן נייע סברות אז דאס וואס מיר זופן די מעיל אזוי ערליך איז שלא לצורך, און ווי אויך ווילט איר אראפשטעלן א פאקט וואס האט נישט קיין אונטערלאנונג, אז "געווענטליך" נוצט א גרויסע קאמפאני "נאר" פרישע מעיל, און מען טרעפט נישט קיין ווערים. מיר האלטן שוין היינט אייגנטליך ביים צווייטן נייעם חידוש בעולם הכשרות וואס איר האט היינט מחדש געווען. (די ערשטע, א 30 מעש זופל איז גארנישט ווערד, און אצינד די צווייטע, אז א גרויסע קאמפאני נוצט "נאר" פרישע מעיל און פרישע מעיל האט "נישט" קיין ווערים).
נו, אם כן, איז דאך דער וואלאווער רב זייער גערעכט אז ער נעמט נישט אריין די לאקשן אין שטוב.
אצינד נעמען מיר די רעכט צו פארלאנגען פון התאחדות אז זיי זאלן ארויסשטעלן א קלארשטעלונג אז די לאקשן מיט וואס זיי סערווירן אונזערע קינדערלעך, ווערן נישט געזופט, און די חשש פון ווערים איז אויף זייערע פלייצעס. ומכאן ואילך וועט שוין מער נישט אויספעהלן, און ערליכע מוסדות וועלן וויסן וואס זיי האבן צו טאן.
(מיר גיבן אייך נאך די געלעגנהייט קלארצושטעלן און איבערטוישן אייערע פריערדיגע ווערטער, אויב איר האט נישט געמיינט מודה צו זיין אז מען האט טאקע נישט געזופט די מעיל).
און בנוגע וואס איר זאגט אז הג"ר מאיר יוסף ווייסט נישט פון וואס איר רעדט, לולא דמיתפינא וואלטן מיר געזאגט, אז אויב איר וועט דאס איבער'חזר'ן דריי מאל, וועט איר חלילה ווערן א מוחזק שקרן. טראכט אייך גוט איבער בעפאר איר זאגט דברים שאינם. איר זאלט וויסן זייער קלאר אז איר האט אין אייער לעצטע שורה געלייקנט שמש בצהרים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 18:12 |
|
| |
כדי מען זאל נישט זאדן מדשתקי שמע מינה דניחא ליה, וועל איך נאך דאס "איינמאל" ענטפערן אין אי"ה וועל איך ווייטער נישט זיך טענה'ן סתם אויף בלויז טענות, וואס דער ציל איז בלויז פלוטיק.
דאס וואס איר שרייבט אז אין פרישע מעיל איז אויך דא דער חשש פון ווערים, איז א סימן אז איר האט נאך קיינמאל אין כשרות נישט געטוען, אין איר ווייסט נישט בכלל ווי אזוי כשרות זעהט אויס.
פרעגט יעדער מומחה (ובראשם דער גרעסטער מומחה הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א) וועט ער אייך וויסן צו זאגן אז פרישע מעיל איז נישט אפי' א מיעוט המצוי מיט תולעים.
דאס וואס איר ווילט זאגן אז עס איז מיין חידוש אז גרויסע קאמפעניס נוצן נאר פרישע מעיל, קענט איר טוען די זעלבע אנפרעגן ביי די אלע מומחים.
אזוי ווי איך האב שוין אויבן געשריבן איז אין די D.A.L. ביכל (איך האף אז די ווייסט וואס דאס מיינט, אויב נישט פרעג יעדער בעל מכשיר וועט ער דיר עס קענען זאגן) איז די אינקזעטן לעוויל ביי מעיל זייער קליין, און אויב טרעפט מען אפי' בלויז עטליכע אין א גאנצע זאק מעיל, ווערט דער פאבריק אפגעשפארט, במילא נוצן זיי נאר פרישע מעיל.
[נישט אזוי ווי ביי אנדער פראדוקטן ווי למשל, ספעריגעס, בראקעלי, ספינעטש, סטראבעריס, וכדו, וואס דארט מעג לכתחילה זיין אריבער 200 אינקזעטן פאר א פונט.]
בנוגע הר"ר מאיר יוסף שליט"א, פארשטיי איך אפי' נישט וואס די שרייבסט, דאס איז וואס עס איז געווען די תשובה.
ליתר שאת! היינט אינדערפרי האב איך אנגעטראפן איינע פון די בעלי מכשירים פון וועד הכשרות אין קרית יואל, האב איך אים געפרעגט וואס איז דער חוות דעת פונעם וועד בנוגע די לאקשן, האט ער מיר גענטפערט אז מען קען עס רואיג עסן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 18:14 |
|
| |
איך וויל נאכאמאל קלאר שטעלן אז איך בון נישט דא זיך צו טענה'ן, נאר צו ברענגן פאקטן.
אשר ע"כ וועל איך אי"ה נישט ענטפערן מער נאכאמאל און נאכאמאל אויף די זעלבע פראגעס.
טאמער וועט געשטעלט ווערן פרישע פראגן וועל איך דאס אי"ה נאכגיין און ברענגן עד כפי ידי מגעת.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 19:48 |
|
| |
| נוטראלער כתב: |  | ליתר שאת! היינט אינדערפרי האב איך אנגעטראפן איינע פון די בעלי מכשירים פון וועד הכשרות אין קרית יואל, האב איך אים געפרעגט וואס איז דער חוות דעת פונעם וועד בנוגע די לאקשן, האט ער מיר גענטפערט אז מען קען עס רואיג עסן.. |
|
איך גיי נישט אריין אין די עצם נושא דא, אבער הרב נוטראלער ווייסט איר נישט אז היינט איז אנדערע צייטן? אונזער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז ביי כשרות שפילט מען אפענע קארטען!!
האסט געטראפען איינע פון די בעלי מכשירים פון וועד הכשרות אין קרית יואל איז ביי אונז נישט קיין ווארט... ברענג א נאמען (אזוי ווי כשרות) אז איך זאל אים אליינס קענען פרעגן.. נישט אז איך זאל סתם דארפען אפקויפען אן אנאמניסט הייד פארק שרייבער
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 21:20 |
|
| |
אננטשולדיגט! איך האב געוואלט שרייבן, נאר איך האב פארגעסן
איך האב אנגעפרעגט ביי הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2010 22:45 |
|
| |
כבוד הרב, בשם הניק נוטראלער. אנטשולדיגט פארן עטוואס שפעטיגן.
מיר זענען מיט אייך איינשטימיג אז די דעבאטע איז שוין מער ווייניגער פון-לאנג געקומען צו אן ענדע, ווען איר זענט שוין היינט מער-ווייניגער גלייך מיט די רוב פון אונזערע שטעלונגען, אויסער אייניגע וואס איר פארזעהט, דירעקט צו אומדירעקט.
איר זאגט קלאר דאס פון וואס מיר האבן מורא געהאט דאס מערסטע, נעמליך, התאחדות זופט נישט קיין מעיל.
איר שרייבט אבער אז דאס איז - מטעמים מוזכרים - נישט קיין עוולה. מיר קענען אייך אזויפיל זאגן, אז אלע מומחים האלטן יא אז דאס איז א עוולה, און א גרויסער עוולה, און דאס מוז מען מודיע זיין פארן ציבור, וידע הציבור ויזהרו. (און אויב זענט איר אונז מציע - שוין עטליכע מאל - מיר זאלן זיך פארבינדן מיט די מומחים, זייט וויסן אז מיר רעדן און מיר זענען פארבינדן מיט די מומחים מער אפט ווי איר מיינט).
אמת, די לאקשן-שערורי' איז נישט קיין הוכחה אז די ווירטשאפט ביי CRC איז שוואך און ווערט נישט באגלייט כפי הצורך, וואס דאס אויפצו-ווייזן מוז מען צוקומען צו די פאסירונג מיט די מאיאנעיז, אבער דא איז די הוכחה אויף דעם אז אפילו ווען זיי זאלן יא נאכקומען די ראל'ס, זענען די ראל'ס צוגעפאסט פאר א ארגאניזאציע השגחה, נישט פאר א היימישע פארלעסליכע השגחה.
אלזא איז דאס אונזער ציהל, דער עולם מוז וויסן וואס עס טוט זיך הונטער זייער רוקן. אויב איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז די התאחדות וועלכע דארף צו זיין א היימישע אנגענומענע הכשר זאלן נישט זופן די מעיל, ברויך דאס ארויסקומען קלאר פאר די גאס.
(אייער שאצונג אויף כשרות לויט די די.עי.על. פאסט אויך פאר או. יו., אייגנטליך, אפשר ווייסט איר וואספארא לעוול זענען די ברוקלינע וואסער אין די די.עי.על.? אפשר דערפאר האט גענומען פאר התאחדות אזוי לאנג צו אנערקענען די ווערים אין די וואסער?)
און די זעלבע בנוגע די מאיאנעיז, איז אונזער ציהל אז דער עולם זאל וויסן אז דער השגחה איז א פארלאזטע. במלא המובן. (ווי געזאגט האבן מיר געלייגט אין א זייט די אנדערע ענליכע שאקירנדע מעשיות).
און אויב זאגט איר אז ר' מאיר יוסף ווייסט נישט דערפון, קענען מיר נישט טוהן מער ווי מכבד זיין די ליינער דאס אליינס צו פעסטשטעלן און אים דאס אנפרעגן פערזענליך. עס איז אונז א חידוש אז אין די צייט ואס איר שטעלט זיך אהער אלזס קראנט, זאלט איר זיין אזוי פארפירעריש, אחוץ אויב איר זענט א באלצאלטער פון עמיצן.
און בנוגע וואס איר האט געפרעגט ר' מאיר סימאן, מיר ווייסן שוין נישט וויפיל מ'קען אייך געטרויען, אבער לו יהא אז ער האט אזוי געזאגט, האט איר א טעות אין זיין פאזיציע. איר שרייבט אז ער איז איינע פון די בעלי מכשירים, אין פאקט איז ער בלויז פון די הנהלה, און ווילאנג ועד הכשרות וועט נישט פארופן א מיטינג מיט די הנהלת הועד בנוגע די לאקשן, (א זאך וואס איז נישט פארגעקומען, ווארום זיי זענען נישט געשטעלט בודק צו זיין אנדערע השגחות) וועלן די חברי הנהלה נישט וויסן גארנישט. ליבערשט זאלט איר אנפרעגן ר' ברוך ט"ב שליט"א וועלכער איז דער פאקטישער בעל מכשיר, וואס צו איינער פון אונז איז זיין תשובה געווען אז זיין פאטער לאזט דאס שוין לאנג נישט אריין.
 |
|
|
|
|
|