אזוי מיין תיבה פרטית (אישי) איז איבערגעפילט געווארן מיט פארשידענע פראגעס, בנוגע אונזער גאנצער דעבאטע דא איבערן די לעצטע פרובירטע און דורכגעפאלענע שערורי' איבערן הכשר פון התאחדות הרבנים, וועל איך דא ארויפלייגן די אלע פראגעס, און עס פרובירן מסביר צו זיין ווי ווייט מעגליך:
1.
פראגע: די האסט טאקע פרובירט און עס איז דיר אפשר געלונגען צו פארענטפערן די מכשול פון די "לאקשן", אבער וואס טוט זיך מיט די "זופ מאנדלן", אינעם ארטיקל פון הכשרות שרייבט ער אז די זעלבער פראבלעם איז מיט די "זופ מאנדלן", ביי דעם איז דאך נישט שייך די אלע תירוצים ווי גרופ 1 ווייל דאס האט דאך שוין יא אסאך אינגרידיענטס אזוי אויך באקט מען דאס איז עס פת עכו"ם ?
תשובה: לייענדיג אייער פראגע, האב איך קודם נישט פארשטאנען וואס איר ווילט דא, ווייל לויט וויפיל איך געדענק האט מען גערעדט נאר פון לאקשן, אזוי אויך איז געווען צוגעברענגט א בילד פון א לאקשן לעבל, ממילא וואס ווילט איר פון זופ מאנדלן. האב איך אויפגעמישט יענעם אשכול און טאקע געזעהן ווי עס שטייט דארט בזה הלשון, די חמצ'דיגע מאכלים, ווי לאקשן, זופ מאנדלען, א.א.וו. זענען פראדוצירט געווארן אום סאמע שביעי של פסח!!!... זעענדיג דאס בין איך געווארן נבהל ונשתומם, אזוי ווייט צו פארפירן דעם עולם, דאס אז אז מען שטעלט אן א פנים כאילו אלע לאקשן זענען געמאכט געווארן אום פסח, און נישט אויסזאגן אז דאס איז נאר די קאמערציאלע, מורא האבענדיג אז דערמיט וועלן מענטשן דערגיין אז עס איז פארהאן צוויי ערליי לאקשן, און די קאמערציאלע זענען נאר מעיל און וואסער וואס דארף אפי' נישט קיין השגחה, נאר נאכדעם וואס מען קומט און מען פארציילט דאס פארן עולם איז עס בעל כרחו יענה אמן, דאס איז איין זאך, אבער אזוי ווייט גיין און זאגן אז די "זופ מאנדלן א.א.וו. זענען אויך געמאכט געווארן אום פסח, וואס אויף דעם קען מען אפי' נישט ברענגן א לעבל צו צומישן די מוחות, דאס האב איך מיר שוין נישט גערישט, ע"כ אז איר פרעגט וואס עס איז געווען די מעשה מיט די זופ מאנדלן, עס איז א פשוטער אויסגעזויגענער שקר פון פינגער. וד"ל ואכמ"ל.
2.
פראגע: אויב לאקשן דארף נישט קיין הכשר דעמאלטס פארוואס לייגט מען אפי' דערויף א הכשר ?
תשובה: איך האב דאס שוין גענטפערט, אז דער סדר ביי די היינטיגע דיסטרוביוטערס איז אז אויף יעדע זאך וואס איז כשר לייגט מען א הכשר, אפי' דאס איז א פראדוקט וואס דארף נישט קיין הכשר, א שטייגער ווי בונדלעך מיטן הכשר פון וואלאווע, אפי' עס שטייט אויפן יעדען פעקל אז עס איז אינו בדוק וצריכן בדיקה מתולעים
3.
פראגע: למעשה ווי אזוי קען מען ארויפלייגן א זיגל געבאקן נאך פסח ווען למעשה איז דאס געמאכט געווארן אין פסח, און די צייט וואס רוב רובם ערליכע אידן פון כלל ישראל נעמען נישט אריין אין מויל קיין שום חמץ וואס איז געווארן פארקויפט אין חמץ ?
תשובה: איר האט געזעהן א סטיקער געבאקן נאך פסח ?, אפשר קענט איר עס דא ארויפלייגן!. צווייטנס אפי' די וואס זענען מקפיד נישט צי עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז דאס דא נישט שייך ווי איך האב שוין געשריבן (סעיף ח') אפי' פאר די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אין חמץ, איז ווי פארשטענדליך דא אנדערש, וויבאלד דער קפידה קומט פון דעם אז מען איז חושש אז אפשר האט עס דער איד נישט פארקויפט בלב שלם, וואס דא איז עס בכלל נישט שייך.
למעשה זעה איך אז איר האט א טעות אינעם ענין פון נישט עסן מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן אום פסח, למעשה רוב רובם כלל ישראל עסן "יא" מאכלים וואס זענען פארקויפט געווארן, יא יא קוק נישט אזוי שארף, איך וועל דיר עס מסביר זיין, כמעט "אלע" סיריעלס ווערן געמאכט נאר איינמאל א יאר און דאס איז פאר פסח, און אלע חמצדיגע סיריעלס ווי צום ביישפיל אוטס פאפט וויד וכדו' זענען חמץ וואס זענען פארקויפט געווארן, אפשר זאגט איר מיר וויפיל אידן קענט איר וואס עסן נישט קיין שום סיריאל א גאנץ יאר צוליב דעם טעם, ווייטער אלע פראדוקטן וואס מען מאכט יא מער ווי איינמאל בלייבט איבער אין די געשעפטן און אזוי אויך ביי די דיסטריביוטערס א גרויסער סטאק פון פאר פסח וואס דאס ווערט ארויסגעלייגט אין זומער, ווי למשל מצה מעיל, די אלע קוקיס וואס האלטן זיך פאר לאנגע צייט, (נישט די פרישע פון אסטרייכער וכדו') למשל דזשעק ענד דזשיל, סענדוויטש וכדו', אזוי אויך פרעצלס וכדו', זופ מאנדלן וכו' וכו', וויפיל אידן קענט איר וואס קויפן נישט חודש שבט נאר אזוינע מאכלים וואס האבן א סטיקער געבאקן נאך פסח!, אמת עס זענען פארהאן אידן וואס זענען מקפיד אבער דאס איז נאר א מועט, און די אידן עסן נישט קיין לאקשן וואס מען קויפט קאמערצעל, דאס איז נאר ליתר שאת, ווייל ווי געשריבן אויבן איז דא בכלל נישט שייך די פראבלעם.
4.
פראגע: וועגן די מאיענעיז פארלייקנסטו, אבער די קאמפאט ביסטו יא מודה נא דאס איז ביי דיר נישט גענוג ?
תשובה: איך האב בכלל נישט פארלייקנט די מעשה, האר אזויפיל האב איך געשריבן אז דער מנהל רוחני האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נאר פון א מעשה מיט קאמפאוט, און הרב מאיר יוסף גראס שליט"א זאגט אז ער ווייסט נישט פון וואס איך רעדט (קען זיין ער וויל נישט רעדן דערפון), עכ"פ קיין געהעריגע מקור האב איך נישט דערצו.
דאס וואס איר פרעגט צו די קאמפאוט איז נישט גענוג, פון די קאמפאוט זעהט מען נישט גארנישט, דאס אז עס איז געשעהן א מכשול דאס מאכט זיך דאך ביי יעדעם, פרעג נאר יעדן משגיח כשרות אדער קויף די טעיפס פון הרה"ג ר' יושע כ"ץ שליט"א וועסטו הערן אז מכשולות מאכט זיך ביים שענסטן און בעסטן, יעצט פסח האבן מיר געהאט ווי א קאמפעני האט געלייגט אויף קאקא א זיגל פון הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א, וואס ער זאגט אז ער האט נישט געגעבן די הכשר, וכהנה רבות, דער עיקר ווען מען טרעפט די פראבלעם, וויאזוי מען באהאנדלט עס, וואס ביי די קאמפוט איז דא באהאנדלט געווארן אויפן בעסטן פארנעם.
5.
פראגע: ווער ביסטו איצא גליק אדער ר' הלל וויינבערגער אליין אדער אפשר גאר דער אינטענעט ראביי ?
(עטליכע מינוט שפעטער דער זעלבער שואל) וויפיל געלט האט איר באקומען פון התאחדות פאר די ארטיקל
תשובה: קודם מאכט אפ ווער איך בין, ווייל אויב בין איך ר' יצחק אדער ר' הלל איז דאך שוין נישט שייך דער צווייטער פראגע פון וויפיל געלט מען רעדט דא!, בכלל למאי נפקא מיני צו איך האב באקומען געלט צי נישט, לאמיר זאגן אז יא וואס איז דאס משנה, די פאקטן זענען אנדערש צי איך האב יא באקומען צי נישט.
(אויב ווילסטו טאקע וויסן צי איך האב באקומען צי נישט, וועל איך דיר זאגן אז זיי זענען א באנדע גנבים, זיי האבן מיר ציגעזאגט אז א טאג נאכן ארטיקל גייען זיי מיר גיבן א טשעק פון $63,298.76, און למעשה ווען יעצט איך בעט עס ווילן זיי מיר עס נישט געבן, איך זיך א בי"ד וואס איז זיי גרייט צי שיקן אן הזמנה)
6.
פראגע: למעשה ביסטו איינשטימונג אז די מעיל איז נישט געזיפט, אשר ע"כ יפה עושים די וואס האבן אויפגעדעקט די פאלשע שלייער פון די אזויגערופענע פרומע התאחדות, אז מען זיפט נישט ביי זיי קיין מעיל, פארוואס פרובירט דאס התאחדות צו פארדעקן אויב האלטן זיי אז מען דארף נישט זאלן זיי זאגן אפען און קלאר אז ביי אונז זיפט מען נישט קיין מעיל אזוי וועלן די אידן וואס עסן נאר געזיפטע מעיל וויסן אז מען קויפט נישט התאחדות!!!, חזקו ואמצו געטרייע עסקנים שרעקט ענק נישט פון די וואס ווילן ענק אונטער שטעלן פיסלעך און אדרבה זאל די גאס געוואר ווערן אז CRC זיפט "נישט" קיין מעיל!!!
עס פאסט דא ריכטיג אריין די ווערטער מיט וואס הכשרות האט אנגעהויבן זיין ארטיקל יזדעזע העולם ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה שוידערליכער אויפדעקונג!
תשובה: וואס זאגסטו די עסקנים האבן דאס אויפגעדעקט, עס איז א שוידערליכער אויפדעקונג, די וועלט שאקעלט זיך, התאחדות פרובירט דאס צו פארדעקן, זאלן זיי זאגן אפען און קלאר. זייער א גיטע טענה, אבער אפשר זאגסטו מיר ווי זיי פרובירן דאס צי פארדעקן אז די עסקנים האבן דאס אויפגעדעקט?, און מפתח הכשרות פון התאחדות שטייט בפירוש אריינגעדריקט אז פרישע מעיל דארף מען "נישט" זיפען, עס זענען דא וואס זענען מחמיר, ע"כ ברענגן זיי א ליסט פון די בעקערייען וואס זיפן, חוסט איז נישט און די ליסט, ע"כ וואס איז דיין טענה, אז זיי זאלן ארום פארן מיט מייקס 24 שעה א טאג 6 טעג א וואך און אויסרופן אז אלע בעקערייען וואס זענען אונטער אונזער השגחה זיפט מען נישט די מעיל, חוץ און בעקערייען וואס ווערן אויסגערעכנט. עס איז ווי פארשטענדליך אז שרייבן אינעם מפתח הכשרות איז דאס וואס זיי דארפן טוען. אשר ע"כ נאכאמאל וואס האט מען דא אויפגעדעקט?
צום שלוס וויל איך אריינלייגן נאך איין בריוו וואס איך האב ערהאלטן
לכבוד נוטראלער איך האב געליינט דיין גאנצע דין ודברים מיט הכשרות איך וויל דיר זאגן אז איך שטיי און שטוין ווי אזוי דער הכשרות מאכט יעדע מינוט אפ עפעס אנדערש
אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיין ארטיקל אין אשכול הכשרות כאילו מען האט דא געכאפט א פינקל השני חמץ בפסח לאקשן זופ מאנדלן און נאך
נאכדעם וואס די ביסט געקומען מיט דיין ארטיקל איז ער שוין געווארן א מודה במקצת אז יא עס איז נאר ביי קאמערשעל לאקשן איי ווי איז ער געווען ביז יעצט פארוואס האט ער עס נישט פארציילט
ער בלייבט אבער מיט א טענה אז די מערסטע האט אים אויפגעשוידערט אז מען גיבט השגחות אויף א פראדוקט בלינדערהייט אפילו עס דארף נישט קיין הכשר
און בנוגע זיפן די מעיל אז בלא יודעים גיבט מען פאר קינדער צו עסן נישט געזיפטע מעיל זעהט אויס אז ער האט נאך נישט געליינט די מפתח הכשרות וואס דארט שטייט קלאר אז פרישע מעיל דארף מען נישט זיפן איז וואס זיין טענה אז עס איז בלא יודעים
אינעם שפעטערע תגובה זאגט ער קלאר נאכאמאל אז קיין שום פארלעסליכע השגחה לייגט נישט זייער זיגל אויף גרופ וואן און ער לייגט נאך צו א שטייגער ווי וואלאווע
נאכדעם וואס איר ענטפערט אים וועגן בונדלעך וואס טאקע דער וואלאווער איז דער בעל מכשיר הייבט אן ער שוין ווייטער מודה צו זיין אז יא ביזט גערעכט מען גיבט יא הכשרים אויף גרופ1 פריער האט ער דאך געשריבן אז דאס איז די מערסטע וואס האט אים אויפגעשוידערט און אזוי אויך האט ער פריער קלאר געזאגט אז קיין שום הכשר לייגט נישט זייער זיגל אויף גרופ1 און נאך אפי' צוגעלייגט וואלאווע <איך האב געמיינט אז ער ווייסט וואס ער רעדט>
צום סוף בלייבט ער טאקע אז די גאנצע שערורי' איז נישט מער אז התאחדות זיפט נישט קיין מעיל און זיי פאציילן דאס נישט פאר די גאס וואס ווי פריער דערמאנט שטייט דאס קלאר און מפתח
תמצית = אנגעהויבן מיט חמץ בפסח און למעשה געבליבן אז ער האט פשוט נישט געזעהן די מפתח
בנוגע די מעשה פון די מאיענעיז ווייס איך באמת נישט וועם צו גלייבן אבער זעענדיג זיין קראנטקייט ווי אזוי ער קען פאקטן אז דער וואלאווער גיבט נישט אויף גרופ1 און דאס האט אים די מערסטע אויפגעשוידערט און שפעטער טוישט ער אז יא נאר די עדה גיבט נישט אויף גרופ1 איז מיר זייער שווער אים צו גלייבן
א גרויסן יישר כח נוטראלער
א פריינט