בית פורומים כל העולם כולו

דער חילוק צווישן תולדות הארון און תולדות אברהם יצחק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2010 17:24 לינק ישיר 
דער חילוק צווישן תולדות הארון און תולדות אברהם יצחק


יעצט ווען די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן די גרויסע מעמד קידוש השם וואס כמוהו לא היה מימות קריעת ים סוף וויל פארשטיין אביסל וואס איז דער חילוק צווישן דער תולדות אברהם יצחק רבי וואס ווען ער האט בעבודת הקודש געטאנצען יעדען שבת קודש עד כלות הנפש און דעמאלס האבן די ערליכע אידן געשריגן אז ער איז א שוי שפילער ער מאכט זיך אדער כלשון פון תלדות הארון ער טרינק זיך אן מיט וויין און טאנצט ווי א שיכור

און יעצט ווען תולדות הארון האט פבלעצירט און די גאנצע וועלט די ווידאו און בילדער מיט אסאך געלט משקיע געווען געצאלט אלע אויסגאבעס צו באקומען דעקונג און יעדער האט געזען ווי ער טאנצט און שפילט זיך מיטן פפיער ווי א קליין קינד און קיינער שרייט נישט ער איז אנגעטרינקען ער איז א שוי שפילער

איז דאס דער חילוק פון איינער וואס איז און קאטעגוריע ערליכער איד אז ער מעג טון וואס ער וויל איז וויאזוי גייט מען אריין און די קאטעגוריע



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 17:32 לינק ישיר 
ניק "הולך לבג"ץ" - שמך נאה לך - ואתה נאה לשמך

נישט פון אלעס קען מען מאכן א געלעכטער.

הליכה לערכאות, און בפרט צום ציונסיטישן קארט, אז פון דע הארבסטע עבירות, אפשר קענסטו זיך געבן א ניק נאמען נאכן "יוזל" - אדער פונעם פויפסט, א.ד.ג ?

וועסט מיר פרעגן וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט, איך האב נאר יעצט באקומען א רשות כתיבה, (אדאנק פארן חשובען מנהל).

וואס סאיז מיר געווארן אויפגעכאפט פון דיינע שרייבעכצער, איז דער נושא טאקא פון "תו"א - תוא"י.

מיינסטו דען אז אלע באטייליגטע דא אינעם פארום זענען וויניגער אינטעלעגנט פון דיר?

האסט זייער פארפירט וועגן דעם "געמיינעם אקט" פון דעם כהן דער תו"א רבי, האסט זיך נישט געקענט בארוהיגען, עד כדי כך אז דו האסט געטרייט צו מארגן זיין ה "הפגנה" קעגן תו"א.

האסט אבער פארגעסן - אדער האסטו געמיינט אז מיר דא האבן פארגעסן וואס דו שרייבסט אנהייב אין איננע פון דיינע אשכולות.

און דאס וואס דו שרייבסט:

"איך בין נישט קיין תולדות אברהם יצחק חסיד איך בין א סאטמארער חסיד און ברענג מיר נישט פון תולדות אברהם יצחק דא גארנישט און נישט פון תולדות אהרן"

ווער עס האט אביסל געליינט דיינע נארישע און קינדערישע שרייבעכטצער, האט נישט געקענט אויפהערן צו לאכן, מיינסטו טאקע אז "הנייר סובל הכל"?

האסטו געשימפט, האסטו געשאלטן, האסטו געשאסן, און דו האסט ממש גארנישט מיט תולדות אהרן, און אויך נישט מיט תולדות אברהם יצחק, (עס געדויערט דיר אפילו צו ספעלן די ווערטער).

נעבעך א שעפעלע, נעבעך א
"פושעטער סאטמאר חסיד", וואס טוט אים נעבעך ווייא, אז "א כהן", גייט ליידער מחלל זיין דו כהונה, ה"י.

זאג מיר נאר וואלט למשל תו"א געלייגט עדס אינעם בלאט, וואלט דע עבירה אויך געוועהן "אזוי גרויס", אדער וואלט מען געקענט א ביסל אראפ נעמען דעם חרון אף???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2010 18:48 לינק ישיר 

גערעכט, דו ביזט אזוינס אפגעפליקט און אומבא'חן'ט אזש ס'לאט זיך גארנישט זאגן...

דא איז דא א איד אן עובד השם, אידן געדענקן נאך זיין עבודה פרייטאג צונאכטס נאך פאר ער איז נתגלה געווארן, ער איז אן אמת'ער ערליכער איד וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים שלאגן מיט זיין קליינטשיגן ברודער וואס קען זיך פארשטעקן פאר אים הן ביראת שמים,בעניווות, און מיט אהבת ישראל, דער תוא"י האט אין זיך נישט קיין פינטל שקר, און ס'איז נישט געווען קיין חכמה צו געווינען א גשמיות'דיגן געשלעג מיט אזא איד.

איין חטא האט ער געהאט, אז זיין טאטא האט אים געשוקט אויף וויזניץ לערנען, יעצט שטעלט זיך די פראגע,
וועט זיך איינער טרויען צו האבן טענות אויף זיין טאטא אויך?!

נאר וואס דען, זיין טאטא האט נישט געהאט די געלעגנהייט צו זיין אן ארוני...

און דו גערעכט, גיי דיר מיט דוד'ן אינאיינעם אין קינדער פורום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 19:23 לינק ישיר 


שלום עליכם הרב גערעכט ברוך בואכה לפארום

און יעצט צום ענין איך האב גארנישט מיט תולדות אברהם יצחק איך בין א סאטמאר'ער חסיד מבטן ומלידה, און מיין מטרה מיט די תולדות הארון שעריריה איז געווען איין זאך אראפ צונעמען פון די מענשטען וואס האבן זיך אנגעטוהן א ערליכער איד לבוש אין מיט דעם טוהען זיי וואס נאר מעגליך קעגען די תורה (וואס דאס איז דער נאמען פון מיין ניק) די מענטשען אויס צו רייסן און זיי זאגן א ערליכער איד איז נישט איינער וואס שפילט זיך מיט פייער ווי א בעבי און גייט געבויגען דעם קאפ נאר א ערליכער איד איז איינער וואס ווען ער האט א נסיון פון געלט שטייט ער ביי דעם נסיון יא מע קען לערנען דאווענען אבער דעם שלייער ערליכער איד אין טוהען וואס מע וויל דאס וויל איך אראפ נעמען פון דיין רבי פון די פאר חברי הנהלה העדה החרדית וואס טוהען ככל העולה על רוחם מיט דעם שלייער און פון די חברי הבג"ץ וואס זענען שטיל יעצט ווען הגז"ל זייער רבי איז אריין און בג"ץ.

צו תוא"י רבי איז א ערליכער איד צו נישט ווייס איך נישט אבער פאר צען יארק צוריק ווען מע האט פון אים לצנות געמאכט ער טאנצט ווי א שיכור א שוי שפילער האט יעדער גרעדט פון דעם יעצט ווען זיין ברודער טוט דאס איז שא שטיל ער מעג ווייל ער איז א ערליכער איד!!?? תוא"י רבי איז נישט קיין קנאי האבן די משה שטערן'ס פון תו"א געשריגען אבער ווען משה שטערן האט געריסן קריעה רבינו סר מן הדרך האט מען אים משתיק געווען איז ער נישט געווען גערעכט?? און תו"א אלע אידן כוול דער תוא"י רבי האבן זיך מוסר נפש געווען נישט צו נעמען קיין געלט פון ביטוח לאומי און קופת חולים ווען תו"א רבי איז געזעצן דא און אמעריקא על סיר הבשר פון מעדיקעט און נישט געדארפט צאלן יעדער קליין באזוך פון א דאקטער האבן זיך תו"א חסידים ובראשם תוא"י רבי מוסר נפש געווען נישט נהנה זיין פון די ציונים קומט אן דער ערליכער איד און קנאי גרעסער פון תוא"י רבי זיין ברודער און נעמעט געלט פון קופת חולים שטעלט זיך אויף א איד וואס איז זיך מוסר נפש יארן נישט צו נעמען געלט און צאלט רבבות דולארן פאר דאקטורים במשך פון 50 יאר און שרייט רבינו סר מן הדרך האט מען מיט טרור ארויס געשלעפט פון אים א מכתב בקשת מחילה און דאס הייסט א קנאי א ערליכער איד?????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 05:13 לינק ישיר 
נעבעך נעבעך

גערעכט, דו ביזט אזוינס אפגעפליקט און אומבא'חן'ט אזש ס'לאט זיך גארנישט זאגן..., דיין הקדמה איז מעיד אויף דע תוכן וואס דו גייסט שרייבן – הפלא ופלא... ווער קען דען נישט שרייבן, אזוי וויא דו, "אפגעפליקט" "אומבאחנט" – איך קען דיר געבן נאך שיינע ווערטער – ליידיג פון דעקונג.

דא איז דא א איד אן עובד השם, אידן געדענקן נאך זיין עבודה פרייטאג צונאכטס נאך פאר ער איז נתגלה געווארן, ער איז אן אמת'ער ערליכער איד וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים שלאגן מיט זיין קליינטשיגן ברודער וואס קען זיך פארשטעקן פאר אים הן ביראת שמים,בעניווות, און מיט אהבת ישראל, ביסטו דער רבונו של עולם? ווער האט דיר געגעבן דע עקוויפמענטס צו מעסטן יראת שמיים? קענסטו מיר געבן אן אדרעס אוואו מען קען קויפן דעם "טעלעסקאפ" צו זעהן דע עניוות? דער תוא"י האט אין זיך נישט קיין פינטל שקר, ביסטו א מומחה אויף צו קענען שקרים? נישט סתם שקרים – דו פארשטייסט אויך אויף א "פינטל שקר", איך מיין אז דו ביסט נישט קיין יליד אשה בכלל, אזוי ווייט קענסט בוחן זיין מיט דיינע פליישיגע אויגן – געוואלדיג. - און ס'איז נישט געווען קיין חכמה צו געווינען א גשמיות'דיגן געשלעג מיט אזא איד.

איין חטא האט ער געהאט, אז זיין טאטא האט אים געשוקט אויף וויזניץ לערנען, יעצט שטעלט זיך די פראגע,
וועט זיך איינער טרויען צו האבן טענות אויף זיין טאטא אויך?! דו מיינסט אז איינער רעדט זיך איין אז דו קענסט היסטארי? אוי ביסטו ווייט פון דעם, מיינסטו דען אז דער תוא"י רבי האט עפעס א חטא? ח"ו, קיין שום חטא, נישט וויזניץ – נישט קנאות – ער איז א אמתער ערליכער יוד, נאר וואס דען – עס זענען געוועהן בשעתו 70% פון תו"א – וואס האבן אים נישט געוואלט אלס "זייער" רבי, געגליכן אטאפ צו א דעקל – די דעקל פאסט נישט צום טאפ – קענסט האלטן אנדערש – קענסט אפילו האלטן אז עס פאסט יא – עס פאסט אפילו בעסער – דער פראבלעם דיינער איז, אז רובו ככולו פון תו"א – האבן געהאלטן פארקערט.

נאר וואס דען, זיין טאטא האט נישט געהאט די געלעגנהייט צו זיין אן ארוני... ווייטער ארויני...... וויא קומט דאס אריין דא פלוצלונג? ווילסטו אויפן וועקן איימיצן דא פון פארום? זוכסטו הילף?

און דו גערעכט, גיי דיר מיט דוד'ן אינאיינעם אין קינדער פורום, איך וואלט געוואלט מאכן א אויספרעג אין אקסטערן אשכול, צו דו מר "באגאצניק" ברענגסטו כבוד פארן פארום דא - אדער דע פארקערטע.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 05:47 לינק ישיר 

שלום עליכם הרב גערעכט ברוך בואכה לפארום

און יעצט צום ענין איך האב גארנישט מיט תולדות אברהם יצחק איך בין א סאטמאר'ער חסיד מבטן ומלידה, מען זעט טאקע אז דו האסט גארנישט מיט ביידע נישט, וואלסטו יא געאהט – וואלסטו נישט געשריבן וואס דו שרייבסט, דו ביסט א פראדאצירער פון היסטארי – וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.און מיין מטרה מיט די תולדות הארון שעריריה איז געווען איין זאך אראפ צונעמען פון די מענשטען וואס האבן זיך אנגעטוהן א ערליכער איד לבוש אין מיט דעם טוהען זיי וואס נאר מעגליך קעגען די תורה "מיין מטרה" אויך מיר א ויאמר, מי שמך – ביסטו א רב? ביסטו א פוסק? האסטו עפעס אין דע האנט מאטריאל וואס דו גייסט אראפ נעמען - אראף לייגן? (וואס דאס איז דער נאמען פון מיין ניק) די מענטשען אויס צו רייסן און זיי זאגן א ערליכער איד איז נישט איינער וואס שפילט זיך מיט פייער ווי א בעבי און גייט געבויגען דעם קאפ נאר א ערליכער איד איז איינער וואס ווען ער האט א נסיון פון געלט שטייט ער ביי דעם נסיון איינער וואס ער האלט אז מען מעג האט ער נישט קיין נסיון, - האט ער נישט קיין פראבלעם צו ביישטיין יא מע קען לערנען דאווענען אבער דעם שלייער ערליכער איד אין טוהען וואס מע וויל דאס וויל איך א-י-ך........א—י—ך ........א---י---ך......... מי שמך?    אראפ נעמען פון דיין רבי פון די פאר חברי הנהלה העדה החרדית וואס טוהען ככל העולה על רוחם מיט דעם שלייער און פון די חברי הבג"ץ וואס זענען שטיל יעצט ווען הגז"ל זייער רבי איז אריין און בג"ץ. אויש קענסטו מאכן א סאלאט – עס קלעפט אבער נישט איין זאץ מיטן צווייטן – קענסט שרייבן שיינע חידות – איך זאג דיר צו – אז "ואין פותר"

צו תוא"י רבי איז א ערליכער איד צו נישט ווייס איך נישט אויש – איך זעה אז דו פארשטייסט אז קיינער קוקט נישט דיינע אשכולות, אין שטיקל פריער שרייבסט אויף די גדלות פון תוא"י רבין, פרייטיג צו נאכטס וכו' און פלוצלונג ווייסטו נישט? "אבער פאר צען יארק צוריק ווען מע האט פון אים לצנות געמאכט ער טאנצט ווי א שיכור א שוי שפילער האט יעדער גרעדט פון דעם יעצט ווען זיין ברודער טוט דאס איז שא שטיל ער מעג ווייל ער איז א ערליכער איד!!?? "פלאצן זי ביטע" שיכור בלייבט שיכור – ערליכער איד בלייבט ערליכער איד – קענסטו דעם מושג וואס הייסט טעפלאן? תוא"י רבי איז נישט קיין קנאי האבן די משה שטערן'ס פון תו"א געשריגען אבער ווען משה שטערן האט געריסן קריעה רבינו סר מן הדרך האט מען אים משתיק געווען איז ער נישט געווען גערעכט?? און תו"א אלע אידן כוול דער תוא"י רבי האבן זיך מוסר נפש געווען נישט צו נעמען קיין געלט פון ביטוח לאומי ח-ח-ח, עס ברענגט א שמייכל דו אלע יודעי חן וענין, הרוצה לשקר ירחיק עדותו, ווער האט נישט געזעהן קאפיס פונעם בנק אקאונט פון ש. קא. אינעם שטאט באר שבע אינעם "בנק הפועלים" וואס מדי חודש בחודשו איז דארט אריין געגאנגען די געלט פון ביטוח לאומי, ווילסט דאס זעהן? האלט זיך איין, איך פארגין דיר עם אלס רבי – איך שענק דיר אים במתנה גמירא – שלא על מנת להחזיר.און קופת חולים ווען תו"א רבי איז געזעצן דא און אמעריקא על סיר הבשר פון מעדיקעט און נישט געדארפט צאלן יעדער קליין באזוך פון א דאקטער האבן זיך תו"א חסידים ובראשם תוא"י רבי מוסר נפש געווען נישט נהנה זיין פון די ציונים קומט אן דער ערליכער איד און קנאי גרעסער פון תוא"י רבי זיין ברודער און נעמעט געלט פון קופת חולים וואס הייסט? קופת חולים טיילט געלט? אוואו ווען וויאזוי, אים ר' דוד'ן אין האנט אריין?  שטעלט זיך אויף א איד וואס איז זיך מוסר נפש יארן נישט צו נעמען געלט און צאלט רבבות דולארן פאר דאקטורים במשך פון 50 יאר און שרייט רבינו סר מן הדרך האט מען מיט טרור ארויס געשלעפט פון אים א מכתב בקשת מחילה און דאס הייסט א קנאי א ערליכער איד?????




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 06:14 לינק ישיר 

דאס רויטער טונט איז ווארשיינליך אין וואס דו שפירסט דיך פארזיכערט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 18:34 לינק ישיר 


גערעכט די רעדטס'ט א באבע מעשה זעט אויס אז די ביסט נייע דא אויפ'ן פורום און די זעסט נישט אז איינער הייסט דא הולך_לבגץ און איינער הייסט הערטס_צו און די מישט אויף צווישן די צוויי ניק'ס און דיין מטרה איז קלאר צו ריין וואשן דעם ערליכער איד וואס האט זיך שמיציג געמאכט מיט'ן ארון שרייב קלאר איך בין א תו"א חסיד א שליח פון משה יוסף צימעט און איך האב געפענט א ניק נאר פאר דעם,
בעטן מיר ווער ס'קען א תוא"י חסיד וואס ווייסט גוט דעם אמת זאל ביטע זיך עפענען א ניק מיט'ן נאמען גערעכט 1 און ענפערען

און מיש נישט אויס צווישים ניק'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 20:35 לינק ישיר 

גערעכט די רעדטס'ט א באבע מעשה זעט אויס אז די ביסט נייע דא אויפ'ן פורום און די זעסט נישט אז איינער הייסט דא הולך_לבגץ און איינער הייסט הערטס_צו און די מישט אויף צווישן די צוויי ניק'ס און דיין מטרה איז קלאר צו ריין וואשן דעם ערליכער איד וואס האט זיך שמיציג געמאכט שוידערליך ש-מ-ו-צ-י-ג  ג-ע-מ-א-כ-ט, פארוואס ווייל צענדליגער טויזנטער מענטשן האבן זיך מוראדיג דערהויבן פארן אויבערשטן - אין זיך געפרייט מיטן הייליגן ר' שמעון'ען?, איך פארשטיי ענק אלע שונאים, איך וואלט דאס אויך נישט פארטראגן און פארגינען, ווען איך זעה אזא מוירעדיגע הצלחה פון מיין "כאילו" שונא, שרעקליך ער האט זיך באשמוצט מיט דעם וואס ער איז אריינגעקומען אינעם שטח, לויט וויא אמדקדק בקלה כחמורה - און ער איז געקומען מיט'ן ארון שרייב קלאר איך בין א תו"א חסיד א שליח פון משה יוסף צימעט און איך האב געפענט א ניק נאר פאר דעם,

נעמט ענק אלע אריין אין קאפ, ארוינים מיט זאלוינים, נישק דאס גאנצע יודישקייט, האט צו טוהן מיט ענקערע בויך ווייטאג, נישט ווער עז שטעלט אריין עדס אינעם "בלאט" איז צדיק הדור, און ווער נישט איז א קל שבקלים - ליידיגיער - מאכט זיך שמוציג - אויסווארף, - נישט ווער עס שטעלט אריין עדס אינעם "איד" איז ענקער שונא, און נישט ווער נישט איז ענקער אנאיינגער.

מאכט זיך נישט בידיים שונאים - עטס האבן געניג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 21:13 לינק ישיר 

די קוקסט אויס אביסל אטאקירט
יא איך פארשטיי ווען עס שטיין 20 טויזענט מענטשן (נישט אזוויפיל?) אין ווארטען אויף די הדלקה אינמיטן קומט אן א פיק אפ טראק מיט א ארון, אין דער עולם שיסט אויס ברבים ווי אין פורים, נאכדערצו ווען דער מענטש האט זיך געהאלטן פעסט אז מ'גיי מיר ארויף, מיט אלע מינע שפעט ווערטער אויף די אוסרים וכו'.
נו, וואס קען מען ווארטען פין דיר?
אזוויפיל ניקס געפענט אויף היידפארק אפצווישען די זשואק, אבער ס'איז דערנאך ענק האבען אריינגשפילט
קיינער חלומ'ט נישט אז ער האט דא געמיינט עפעס מחמיר צו זיין, פינקט ווי קיינער האט נישט געמיינט ווען ער האט געוואלט מתיר זיין פאר כהנים
והא ראי' זינט ל''ג בעומר גייט ארום א קלא דלא פסיק אז אויפן וועג אראפ איז ער אראפ מיט די פיס, אין איר האט נאך קיין בילד נישט געקענט ברענגן עס אפצווענדן, (קום מיר נישט זאגען, אז ס'איז דא א מיניט אן קיין בילדער ביי ענקער אין מירון)

איך האב גארנישט מיט/קעגן ענקער רבי'ן פריוואט, אין גארנישט מיט/קעגן ענקער רבין'ס ברודער

אבער יא, תולדות אהרן פירער (זאל זיין, נישט די רבי אליין) האבען גענומען א צד אין פאליטיק, טאקע פאר געלט, אבער גענומען א צד.
אין פארפיר נישט ווען די זעהסט אז ס'גייט ענק נישט ווי ענק ווילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 22:55 לינק ישיר 

די בלויע טונט איז טאקע בעסער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2010 03:02 לינק ישיר 

די קוקסט אויס אביסל אטאקירט שרעקליך אטאקירט אן אלטע וועג צו ווייזען  גערעכטיקייט
יא איך פארשטיי ווען עס שטיין 20 טויזענט מענטשן (נישט אזוויפיל?) אין ווארטען אויף די הדלקה אינמיטן קומט אן א פיק אפ טראק מיט א ארון, אין דער עולם שיסט אויס ברבים ווי אין פורים, האסט אליינס געזעהן וויא מען שיסט אויס? איך מיט נאך 20 טויזנט מענטשן האבן נישט געזעהןנאכדערצו ווען דער מענטש האט זיך געהאלטן פעסט אז מ'גיי מיר ארויף, ווער האט זיך געהלטן פעסט? ער האט געשיקט שלוחים על גבי שלוחים בי רבנים גאונים, ביז ער האט מחליט געוועהן אז ער פארט - און דאס אלעס דע לעצטע מינוט - און נאך דערצו מחמיר געוועהן מיט אוהל חוצץ מיט אלע מינע שפעט ווערטער אויף די אוסרים וכו'.
אוסרים? ווער זענען זיי דו אוסרים   חוץ דעם הדיוט קופץ בראש (אזוי וויא זיינע ברידער ר' שמואל ברנס' און ר' יוסף קדיש ברנס' האבן אים אנגעריפען) נו, וואס קען מען ווארטען פין דיר?
אזוויפיל ניקס געפענט אויף היידפארק אפצווישען די זשואק, אבער ס'איז דערנאך ענק האבען אריינגשפילט
קיינער חלומ'ט נישט אז ער האט דא געמיינט עפעס מחמיר צו זיין, פינקט ווי קיינער האט נישט געמיינט ווען ער האט געוואלט מתיר זיין פאר כהנים
קיינער חלומט נישט אז דע אזהרה לכהנים מיט דע אלע קברים וואס מען האט "כביכול געטראפן האט עפעסגעמיינט  א צווייטן וויא דעם כהן דער תו"א רבי והא ראי' זינט ל''ג בעומר גייט ארום א קלא דלא פסיק אז אויפן וועג אראפ איז ער אראפ מיט די פיס, אין איר האט נאך קיין בילד נישט געקענט ברענגן עס אפצווענדן,-שיין שיין איך דארף ברענגען א בילד אז נישט - איך האב נישט קיין שוועסטער (קום מיר נישט זאגען, אז ס'איז דא א מיניט אן קיין בילדער ביי ענקער אין מירון)

איך האב גארנישט מיט/קעגן ענקער רבי'ן פריוואט, אין גארנישט מיט/קעגן ענקער רבין'ס ברודער, מיינסט ערנסט? איך וועל גארנישט טרעפן דא אז איך וועל זיכען?

אבער יא, תולדות אהרן פירער (זאל זיין, נישט די רבי אליין) האבען גענומען א צד אין פאליטיק, טאקע פאר געלט, אבער גענומען א צד.
אין פארפיר נישט ווען די זעהסט אז ס'גייט ענק נישט ווי ענק ווילן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2010 19:24 לינק ישיר 



גערעכט איך פארשטיי אז די מוזט טון דיין שליחות און פארטיידיגען דיין רבי און רבי פון דייע משלחים צו שרייבן דא אבער די האסט נישט גענפערט צו די זאך קיין איין ווארט

אויף די נושא פון קברים איז שוין דא 5 אשכולות און דער אשכול איז נישט געמאכט געווארן צו רעדען די נושא פון קברים און טומאת כהנים דער אשכול איז נאר דא צו ענפערן פארוואס ווען דיין רבי'ןס ברודער טאנצט שבת קודש ביינאכט (אפי' כורעים פראקדאן ווי די זאגס) איז ער א שיכור א שוי שפילער א לץ און ווען דיין רבי שפילט זיך מיט פייער טאנצט ווי א הינדיל פאר'ן שחיטה איז ער א ערליכער איד די קענסט ענפערן צו די זאך אויב נישט גיי ביטע אריבער צום קינדער פארום דארט ווער ס'ענפערט צו די זאך ווערט אראפ גענומען און נחסם דא ענפער צום זאך און אז נישט וועל איך ברענגען נאך דוגמות פון זאכן וואס דיין רבי טוט איז דאס ערליכער איד גיעם און זיין ברודער איז שוי שפילער און שיכור

און פראביר מיר נישט איינרעדען אז דאס האט מיט סאטמאר פוליטיק צו טאן ווייל דיין רבי האט שוין פרעזענליך געשיקט שלוחים צום בלאט אז מ'זאל אים באשרייבען און דער בלאט האט דאס אפגעווארפן

און פארטויש נישט צווישן מיר מיט אנדער ניק'ס ביטע, איך קען אויך שרייבן מיט רויטע אותיות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2010 07:54 לינק ישיר 
פוק חזי...............שיכור בלייבט שיכור

דער שיכור בלייבט שיכור (דיינע ווערטער מר "באגאצניק" מר "יוזל" איך זעה נישט קיין נפק"מ מיט דע צוויי ניקס - ביידע זענען בייהרג ועל יעבור), און דער ערליכער יוד בלייבט ערליכער יוד, אפילו זיך שפילען דארף מען קענען - אזוי זעט אויס.

קענסט שרייען הינדל - קענסט אפילו פייפען מוסקאווי,
 
שיכור בלייבט שיכור  -(אפילו ער לייגט עדס אינעם "בלאט") ערליכער יוד בלייבט ערליכער יוד (אפילו ער באקיאטירט דעם בלאט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2010 18:45 לינק ישיר 


המרצע יצא מן השק יעצט זע איך מיט וועם מע האט דא צוטהון מיט איינער וואס ווען מע גייט און בג"ץ, בויעט א בית הקברות פאר פוליטיק און העברת התורה, מחלל שם שמים מיט'ן זיך מטמא זיין למתים, פירן 5 ספרי תורה און גאס לשם צערימאניע, ועוד די זענען ערליכע אידן ביי דיר
און ווער ס'טוט אויף פאר כשרות ברענגען כשר'ע פלייש פאר איד'נס וועגן, דינט דעם באשעפער מיט ערליכקייט און תמימות די זענען שיכורים און שקצים

ישר כח פארן אויפדעקען אזוי שנעל דיין ריכטיגע פרצוף

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 14/05/2010 19:32:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2010 19:55 לינק ישיר 
לא מרצע ולא שק, קענסטו נישט נאך אפאר לשה"ק ווערטער?

רבש"ע, וואס וויל דער מענטש? ווער רעדט וועגען דע אלע תועבת וואס דו ברענגסט, קנאק זיך גוט אריין און קאפ - נישט יעדער וויכוח האט צו טוהן מיט ענקערע (זאליס & ארויניס - תּוֹעֲבַת ה' גַּם שְׁנֵיהֶם) בויך ווייטוג,

איך וועל זאגן נאכמאהל, נישט דער וואס לייגט עדס אינעם הייליגן "בלאט" איז א ערליכער יוד, און נישט ווער ס'באקייאטירט נישט דעם "איד", איז א רשע - משוקץ - ליידיגייער - קל שבקלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער חילוק צווישן תולדות הארון און תולדות אברהם יצחק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext