בית פורומים אידישע געדאנק

אהרוינים געכאפט מיט בליטיגע הענט: מחבלי הכשרות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2010 19:16 לינק ישיר 
אהרוינים געכאפט מיט בליטיגע הענט: מחבלי הכשרות

עס איז ערב שבת איך האב זייער ווייניג צייט יעצט, דעריבער וועל איך שרייבן גאר קורץ.

עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז זייט די טעגליכע קארט עקשאן אויף וואס די אהרוינים האבן געלעבט די לעצטע זיבן יאר האט זיך גענדיגט זיכן די אהרוינים יעדן טאג פרישע מערכות.

כהיום זענען אפרהאן פיר מערכות

1   סידור קידושין אין קרית יואל
2   די רבצינס ביהמ"ד אין קרית יואל
3   ר' משה דוד נידערמאן און יו. דשעי. או.
4   התאחדות הרבנים

הפעם האט מען זיי געכאפט מיט פעלשעווען אויפן חשבון פון באשמוצן התאחדות. ווען מען ליינט דעם קונטרס שטעלט זיך תיכף ארויס אז עס איז פאלש, די גאנצע התעוררות בנוגע כשרות אין מאנסי איז געקועמן פון די פינקל פרשה, און אינם קונטרס שרייבן זיי אז פלייש זענען זיי בכלל נישט מברר... הסברים זענען איבריג.

עס רעדט זיך וועגן א ארגאניזאציע פון עטליכע פיפיגע אינגעלייט אין מאנסי וואס האבן זיך געמאכט א אפיס און זיי קריכן אריין אין די קישקעס פון רבנים המכשירים, זיי האבן שוין אזוי ווייט מצליח געווען אז זיי האבן אין עטליכע השגחות אריינגעריקט זייערע אינגעלייט אלס משגיחים און די משגיחים גיבן איבער אלעס וואס זיי זען און הערן.

די חבורה הייסט חקר הכשרות.

געווענטליך ווען זיי טרעפן א מכשול זענען זיי מעורר דעם רב המכשיר, און מאכן זיכער אז די זאך ווערט פאראכטן. עס פעלט זיך בכלל נישט אויס זיי זאלן ארויסקומען אין פאבליק ווייל זיי טוען א הערליכע ארבעט אינטער די קוליסן.

די אהרוינים וואס פירן יעצט א מערכה קעגן התאחדות האבן געפענט א וועב זייטל, עטליכע טעג צוריק וואס געהערט קלאמפיש צו "אומאפהענגיגע" המדרים בכשרות און האבן דארט ארויפגעלייגט א קונטרס וועלכע איז כלומריש געשריבן דורך א ארגאניזאציע מיט גאר א ענליכע נאמען צו חקר הכשרות צו פארטושן דעם עולם כאילו חקר אליינס האט דאס ארויסגעגעבן.

דארט לאזן זיי אויס התאחדות פון די רשימה פון רעקאמענדירטע השגחות.

דא האט איר דעם קונטרס אויף זייער וועב זייטל

חקר האט זיך נישט פארזוימט אין האבן ארויסגעגעבן גאר א שארפע בריוו, פארשטייט זיך אז זיי רייסן נישט אינטער די אהרוינים פערזענליך אבער ווער עס קען ליינען צווישן די שורות זעט דאס זייער אפען.



לויט ווי איך פארשטיי מיינען זיי אילאוויטשעס הכשר. זיי האבן אויך געניצט זיין נאמען כאילו ער כשר'ט מאסקאווי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 20:16 לינק ישיר 

הא הא די אהרונים זענען גוט,

איך בהמה האט נאך היינט געזוכט אין גראסערי דייקא עפעס פון די א ליסטע
 יו האבן זיי עס גוט געמאכט....... חיי שעה איז אויך עפעס
   
ביזדערווייל איז נאך נישטא קיין קלארע פינגערפרינטס אז די אהרונים זענען די וואס שטייען
אונטער דעם אבער ווער עס קען זייער תכסיסי מלחמה און זייער מהלך וויאזוי זיי האבן יעצט
 אונטערגענומען א מערכה אקעגן התאחדות מיטן שלייער פון אויפטוהן,
א דאנק זייער רבינ'ס התעוררות (אטאקע)דעם חול המועד,  
א שטייגער ווי די אומשולדיגע אשכול הכשרות וואס זוכט נעבעך נאר צו ראטעווען דעם ציבור 
פון  התאחדות טריפות זעהט קלאר ווער עס שטייט אונטער דעם..... 

תוקן על ידי העלד ב- 07/05/2010 20:21:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2010 01:00 לינק ישיר 

דער פייפער איז מסודר, ער האט א ראיה אז דאס קומט נישט פון די ארונים ווייל אויב יא פארוואס האבן זיי נישט אריינגעלייגט זייער וועד הכשרות...? אלא מאי....!

אבער דעס פאלט אים נישט איין אז מ'דארף נישט צוקומען צו זיין פשעטל מ'קען אליין אנרופן דעם חותם פונעם הבהרה צעטיל צו ס'קומט טאקע פון אים אדער פון די זאליס, אבער, די אנאנים קונטרס וואס ס'איז נישטא וועם צו פרעגן.. קומט קלאר נישט פון די ארונים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 00:57 לינק ישיר 

דער פייוובארא דערמאנט מיר א משעה.

א חסיד זאגט "מיין רבי האט רוח הקודש" פרעג איך אים פון ווי ווייסטו? ענטפערט ער "מיין רבי האט אליינס געזאגט" פרעג איך אים, אפשר האט דיין רבי געזאגט ליגענט? ענטפערט ער נעע קען נישט זיין, א רבי וואס האט רוח הקודש זאגט נישט ליגענט.

נאכדעם וואס מען האט אויפגעדעקט די בלאפערישע פנים פון דעם פייוובארא מיט זיין בלאפערישע קונטרס האט ער קודם איינגעריעט, ביז ער האט זיך געכאפט "איין מינוט, קען נישט זיין אז א רבי וואס האט רוח הקודש זאגט ליגענט". ער לייגט שנעל ארויס א תשובה וואס ער האט באקומען פון "יענעם" אימעיל... וואס ער האט זיך אליינס גענטפערט!!

נ.ב. פייוובארא, דיין ענגליש איז זייער שלעכט געספעלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרוינים געכאפט מיט בליטיגע הענט: מחבלי הכשרות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext