בית פורומים כל העולם כולו

אטאם באמבע: אהרונים פערמיט נייע שול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2010 04:44 לינק ישיר 
ע"פ השמיעה: פערמיט רעוואוקט

לויט ווי איך הער איז דער פערמיט רעוואוקט - ד.ה. אראפגענומען - אדער בעסערגעזאגט איינגעפרוירן, און ביז מארגן אינדערפרי וועט זיך דאס אנזעהן אויפן סיסטעם.

ווייסט איינער מער קלארע און קראנטע אינפארמעישאן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 05:06 לינק ישיר 

וואס ברענט דיר אזוי, עמער ווארטען ביז מארגען אין זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 15:04 לינק ישיר 

ס'איז שוין מארגען... ביז דערווייל איז אלעס געבליבען ביים אלטען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 16:27 לינק ישיר 

קען אפשר איינער אויסשמועסן די פרטי הדברים אינערהאלב דאס פערמיט געטועכץ ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 21:22 לינק ישיר 

היינטיגע אפדעיטס!!

1) די זאליס האבן היינט באקומען דעם ענגילטיגען פראסק, ווען די בילדונג דיפארמענט האט אפ געווארפען זייער טעפרעדי פערמיט צו קענען ניצן דעם נייעם ביהמ"ד פאר נעילת החג טיש שבועות, די בילדונג דיפארמענט האט זיי געזאגט אז אינעם פסק פונעם ריכטער שטייט אז עטץ זענטס נישט בעל הבית, עטץ קענטס מער קיין פערמיט נישט באקומען.

די זאליס האבן איינגעלייגט וועלטן, ניצענדיג אלע כוחות צו באקומען די פערמיט אויף שבועות, אבער היינט האבן זיי באקומען דעם מעכטיגען קנאקעדיגען פראסק אז זיי באקומען נישט דעם פערמיט, און וועלן נישט קענען מאכן נעילת החג אינעם נייעם ביהמ"ד.

איצט איז צורינען די זאלי שקר וואס זיי האבן פארקויפט נעכטן פאר זייערע קעלבער, אז זיי האבן באקומען א פערמיט צו קענען מאכן די נעילת החג טיש אינעם נייעם ביהמ"ד.

2) די בילדונג דיפארמענט האט געשריבן היינט א בריוו פאר קהלתינו קהל יטב לב אז זיי געבן 15 טאג ווי מען זאל ברענגען פאפירען, ובפרט די פסק פונעם ריכטער און אויפווייזען פארוואס די אהרונים זענען בעל הבית.

און יעדער קען דאס זעהן אויפען סייט פונעם בילדונג דיפטארמענט, ווי עס שטייט דאס

 BORO. COMM. HAS ISSUED A 15 DAY LETTER OF INTENT TO REVOKE APPL. # 300443777 ON 05/12/10, JOB APPROX. 45% COMPLETED

און נישט ווי די זאליס האבן פארקויפט נעכטן זייער שקר פאר זייערע קעלבער און געטאנצן אין די גאסן, אז די בילדונג דיפארמענט האט רעוואוקט די פערמיט און געמאכט אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 21:41 לינק ישיר 

סוי דערווייל קענען זיי מער נישט ניצען דעם סטרוקטער ווי ''ביז יעצט''

וואס גייט ער האבען פין אראפנעמן די פערמיט? גייען זיי יא באקומען א פערמיט?



תוקן על ידי היראים ב- 12/05/2010 21:45:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 22:52 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וויאזוי דאס גייט זיך ענדיגן, אבער דאס איז זיכער אז אין ראדני מאכן זיי שוין קאנסטראקשן מיט'ן איבערפעינטן די טירן אין ווענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2010 00:27 לינק ישיר 

די זאליס ברענען וועגן נייעם ביהמ"ד, האבן זיי געטראפן א פערלשטיין תירוץ צו זייער מפלה, ווייל עס האט געברענט...

איצט איז אויך געמאלדען געווארן א נייע געזעץ אין ניו יארק, וואס איז איבער געגבען געווארן פאר די פייערלעשערס, אז צו יעדע פייער ווי זיי קומען אן, טאמער עס איז נאר דא אפילו די קלענסטע פייער, צו אן אויווען רייכערט וכו', זאלן זיי גלייך אפשפארען די הויז, און מער טאר קיינמאל מער נישט וואוינען דארט.... און קיינמאל קען מען נישט קיין פערמיט מער באקומען...

די נייע געזעץ איז איינגעפירט געווארן די ערשטע מאל ביי א פייער אינעם נייעם ביהמ"ד פאר 4 וואכן צוריק, ווי אביסיל סכך האט געברענט, און מער קען מען קיינמאל נישט באקומען קיין פערמיט, אדער עס ניצן...

איי ווי אזוי האבן די אהרונים באקומען א פערמיט נאך די פייער?

אם... אם... אם.... תיקו.... שאולי פערלשטיין וועט עס פאר ענטפערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2010 00:11 לינק ישיר 

פרייטאג אפדעיטס

די זאליס זענען צוקאנאקט אויף שטיקער נאכדעם וואס זיי האבן פרובירט יעדן אייניציסטן טאג די וואך צו באקומען די פערמיט צו קענען פירן דארט נעילת החג שבועות, אבער מען האט זיי אפגעווארפען, זיי האבן איינגעלייגט זייערע גרעסטע כוחות און אייפער אז מען זאל זיי עס געבן, אבער זיי האבן גארנישט באקומען.

די נעילת החג צערעמאניע וואס פון דעם איז באשטיינען ביי די זאליס דער גאנצער יו"ט, דעמאלס איז יעדער זאלי געקומען צו זיין אפען פיקטשער, נאכן נישט אריין טרעטן גאנץ יו"ט, איז היי יאר איבער געדרייט געווארן פאר תשעה באב.

די נעילת החג צערעמאניע איז לא יפקד ולא יזכר, אין דער איד די וואך ווי ער באשרייבט די גרויסע ריזיגע מעכטיגע... ערוואטונגען פון שבועות ביי די זאליס, ווערט נישט דערמאנט קיין אות אחת פון נעילת החג, קיין מאפעס איז מער נישט דא, קיין ריזיגע צעטלעך נישט דא, אלעס געשטארבן, דער נעילת החג איז נהפך געווארן פאר סעודת המפסקת....

2) אין אנדערע נייעס די זאליס רייסן זיך איצט די האר פון קאפ, וואס בלויז 2 טאג פאר די אהרונים האבן ארויסגענומען זייער פערמיט, און די גאנצע זאלי חלום פונעם נייעם שול געגאנגען שלאפן, האבן די זאליס אפ געצאלט די מארגיטש פון 3 מיליאן דאלער, און עס איז געפיילט אלס אפגעצאלט, איצט איז מער נישט דא קיין שום מארגיטש אויף די בילדונג.

3) יחזקאל בראך וואס די זאליס זענען אים שולדיג 600 טויזענט דאלער וואס ער האט געבארגט פאר די זאליס, ווען די אהרונים האבן געוואלט אפקויפן די מארגיטש פונעם נייעם שול, און זייט דעמאלס זיצט ער מיט די געלט, דרייט איצט איבער א וועלט אז די זאליס זאלן אים שוין צוריק געבן זיין געלט, ער קאלט ר' זלמן יעדן טאג און מאכט קולות דרייט איבער אז די זאליס זאלן אים שוין זיין געלט צוריק געבן, ווייל איצט זעהט ער אז די נייע ביהמ"ד האבן די זאליס ממילא פארלוירען.

און טאקע איצט שטעלט זיך ארויס די סייעתא דשמיא פון דעם וואס די זאליס האבן אויסגעכאפט די מארגיטש פון די אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2010 00:26 לינק ישיר 

ר' יונה שכוח פאר די לעצטע ריפארט דאס איז גאר גוטע נייעס, אגב וואלסט געמעגט שרייבען אביסעל מער איינגעהאלטען, די שול באלאנגט דערווייל נאך נישט פאר אונז,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אטאם באמבע: אהרונים פערמיט נייע שול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.