א רבי א ביליגער שקרן אן א טראפ בושה
אלס א נישט סאטמאר חסיד, אבער א בני ברק'ער וואס וואוינט שוין אין בני ברק יארן לאנג, פאלג איך נאך כמעט יעדע דרשה פון כ"ק האדמו"ר מוהר"א מסאטמאר שליט"א. און עס איז נישטא וואס צו זאגן, אז זיינע דרשות - יעדע באזונדער פאר זיך - איז זיך צו באלעקן, מיט דעם אלעם איז מיר קיינמאל נישט געווען וויכטיג צו רעאגירן אויף די דרשות, ווייל ווי יענער זאגט דער נער איז נישט מיינער.
איינמאל אן אויסנאם, האב איך באשלאסן צו ענטפערן, איבער די נעכטיגע דרשה א' במדבר, ביי א געלט דינער פאר די סאטמאר מוסדות פון בני ברק וועלכע עס איז פארגעקומען אין וומ"ס, ווען דער רבי אליין האט געהאלטן א דרשה בחובת השעה, אינדערצווישן האט ער אטאקירט די קהלה פון זיין ברידער כ"ק האדמו"ר מוהרז"ל מסאטמאר שליט"א אין בני ברק, זאגענדיג אויף זיי כהאי לישנא: "אנשי רשע, וועלכע האלטן אפ דאס ברויט אין מויל פון די אייגענע ברידער"
איבערהויפט האט ער געשטורעמט קעגן די וואס גייען אין ערכאות אין בני ברק זאגענדיג כהאי לישנא: "דאס אריינגין אין ערכאות הציונית וועגן תאוות השררה, א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט אין קיין קרייז, אז מ'זאל גיין אין ציוניסטישן געריכט, און כשר'ן עבודה זרה און ציונית, און עס איז א בושה אז דאס ווערט געטאן אונטערן נאמען פון סאטמאר"
הערענדיג די ווערטער האב איך נישט געקענט פארשטיין ווי א רבי קען זיין אזוי פאלש, פארקויפן אזויפיל בלאף אויל שקר וכזב. זיינע ווערטער האט מיר גלייך דערמאנט, א פארגעסענע ווייטאגליכע געשיכטע, פון מיינס א נאנטער קרוב, וועלכע איז געווען מיט גענוי 20 יאר צוריק, פון די גרעסטע פילאנטראפן פון די סאטמאר קהלה אין בני ברק בפרט און אין ארץ ישראל בכלל, וואס האט זיך אוועק געגעבן זיי בלוט און שוייס פאר סאטמאר, בדמים תרתי משמע, ווען עס געקומען א שווערע תקופה וואס האט אומגעברענגט זיין ביזנעס, וואס האט אריינגעשלעפט מיט זיך א געוויסע שווערע פראבלעם פאר די סאטמאר מוסדות אין א"י, איז די סאטמאר מוסדות אין ארץ ישראל אונטערן נאמען "מוסדות יטב לב דרבינו יואל מסאטמאר בא"י" ארויסגעשריבן דעם נאמען פונעם תובע דער יו"ר ההנהלה הרב יצחק ראזענבערג, אריינגעטרעטן אינעם ציוניסטישן געריכט, אין ערכאות הציונית, אן קיין שום היתר בי"ד, און געקלאגט דעם פילאנטראפ שאר בשרי היקר, און עם פארגאסן און געטרונקען דאס בלוט, ממש ווי איינער טרינקט עס מיט א שטרוי, און איהם פאראורזאכט פאר א שבר כלי עד עוצם היום הזה, און אלעס איבער א פריוואטע געלט סכסוך וואס האט געקענט געלעיזט ווערן ביי א די"ת כדת משה וישראל.
איך דארף אייך נישט זאגן טייערע ליינער אז מיט 20 יאר צוריק, איז כ"ק האדמו"ר מוהר"א שליט"א געווען דער גאנצער בעל הבית אין סאטמאר, ועל פיו ישק כל דבר, און אזא קלאגע אין געריכט וואלט נישט געקענט איינגעגעבן ווערן און זיין וויסן.
דאס טייטש: אז דער סאטמאר רבי וואס ווייסט אז ר' יצחק ראזענבערג איז אריינגעטרעטן אין ערכאות הציונית אן קיין היתר בי"ד, און קעגן אייגענע ברידער, האט זיך נישט געשעמט צו זאגן בשער בת רבים בפרהסיא דברי שווא ושקר, "אז דאס אריינגין אין ערכאות הציונית, האט נאכנישט פאסירט אין קיין קרייז", ווען זיי אייגענע קרייז און יד ימינו ונאמנו האט עס געטאן און די פארגאנגענהייט און אונטערן נאמען פון סאטמאר.
איצט זאל ער אויף זיך זעלבסט פרעגן די קשיא (וואס ער האט געפרעגט זונטאג ביי די דרשה) צו וואס האט מען טענות צו די וואס גייען צו בחירות, אז סאטמאר זעלסט כשר'ט עבודה זרה.
ווי שעמט זיך נישט א רבי צו זיין אזא ביליגער שקרן ?
ווער עס האט א תשובה זאל מיר ענטפערן! דא האט איר בייגעלייגט די דאקומענט פון די קלאגע אינעם ציוניסטישן געריכט.

תוקן על ידי המהדרין ב- 11/05/2010 04:51:58
 |
|
|