בית פורומים אידישע געדאנק

יצחק ראזענבערג שווערט: אלעס בלייבט ביים נייעם!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2010 05:54 לינק ישיר 
יצחק ראזענבערג שווערט: אלעס בלייבט ביים נייעם!


 
געשלעג און כאאס הערשט די טעג אין גרויסן הופפער שול, יצחק ראזענבערג האט פאריגע וואך ארויסגעלאזט א באמבע צו בארואיגן די קעלבלעך אז "ביז א וואך בויען מיר די נייע שול אויף ראסס סט.", דער לאזונג דערמאנט אונז היבש פון דעם באקאנטן "מיטוואך איז זלמן לייב'ס בענקל און שטענדער אין בי.קי.אי. - און ער פליט צוריק קיין ירושלים", אדער "דינסטאג האבן מיר א קארט ארדער אז עס איז אונזערס".
 
די אהרונים דארף מען נישט קיין צוויי מאל זאגן, און מ'גייט זיך ווידעראמאל אריינברעכן אין שוהל אזוי ווי מ'האט זיך איינגעבראכן אין ראדני שמיני עצרת אינדערפרי, ווייל אזוי האט יצחק ראזענבערג אליינס געזאגט, און אין דעם גאנצן הופפער שוהל זענען אויסגעקלעבט שרייענדיגע צעטליך; קאפיס פון די פערמיטס מיט די אויפשריפט אלעס בלייבט אין די נייע...
 
די גזברי הקהלה פרענקל און חיים אליזער גראסס זיצן שוין אויף הויעכע טישלעך ביים אריינגאנג צום הופפער שוהל און פארקויפן די זיצן, ר' ליפא'ס זיץ איז געגאנגען אויף ליצעטאציע. די גרויסע קעפ רייסן זיך ארום איבער משה גבאי'ס זיץ.
 
-בערעלע פרידמאן איז מלא התרגשות אז מ'גייט מאכן גרויסע קיק בעקס איבערצולאזן ירושה, און ער פארלאנגט משה'ס זיץ זייענדיג א זוהן פון דעם וואס האט געבויעט סאטמאר, און ער זעלבסט האט דאך געראטעוועט סאטמאר.
 
-חיים העלער טענה'ט אז משה איז געווען וואס האט אים שטענדיג צוגעשיקט צום עמוד זייענדיג דער ריכטיגער מהנה השם מהונו (איינער האט געזעהן העלער'ס קעדילעק געפארקט ביים גמ"ח?...) ומגרונו, דערצו איזער א זעלטענער בעל צורה מיט זיין אויסגערופענע חן וואס ליגט אים אויף די בארד און פאות.
 
-שמואל אבערלענדער לויפט ארום א פארסאפעטער אויסטיילן די קאפי'ס פון די פערמיט וואס מ'האט באקומען צו בויען.
 
-מתתי' דייטש, טראץ וואס די אהרונים שעמען זיך צו אינדענטעפיצירן מיט דעם וועלטס גרעסטע אנזעצער, פארלאנגט אז מ'זאל מאכן א קליינע גאלעריע ביי מזרח וואנט ווי ער וועט האבן זיין זיץ ווי אין א קאנטראל טאוער, און דארט וועט ער אויך שענקן ספעציעלע זיצן פאר די געסט פון אויסלאנד וואס וועלן קענען זעהן פון די הייך די עבודת הקודש, און ר' מתתי' וועט ווינקן פאר רבי'ן פון די הויעך וואס ער האט צו טוען, ווען ער זאל קלאטשען, ווען ער זאל וויינען, ווען ער זאל שמייכלען און ווען ער זאל שוין אויפהערן צו רעדן שטותים, און ווען ער זאל זינגען הגלה נא א.ד.ג. דעם קליינער מזרח גאלעריע האט מען שוין אין אמת'ן אראפגענומען ווען מען האט דארט געדארפט לייגן פארענטשעס פאר די חתונה פון רז"ל מיט די פופצן באטייליגטע, אבער יעצט ארבעט מען איבער די פערמיט אריינצולייגן דעם גאלעריע און דערנאך נעמט מען זיך צו דער ארבעט.
 
-יצחק ראזענבערג האט גענומען אליעזר קעסטנבוים'ס 6 זיצן.
 
-פנחס אלימלך ווייס איז שוין אויפן וועג צוריק פון ניו העמפשיר און ער גייט גלייך איבערנעמען די שליסלעך פון די פוילישע גוים שטיבל וואס מ'האט דעזיגנירט ספעציעל פאר אים.
 
-משה לייב טרעגער און שלמה יעקב ליבערמאן שלעפן שוין די בענק און סידורים פון הופפער צום נייעם שוהל.
 
-עמרם כהן האט שוין פארכאפט זיין מקום קבוע אויפן באלעמער מיט זיין אחוריים צום ארון קדוש.
 
-שלמה שמש לויפט שוין ארום דעם גרעסטן סאדע מאשין וואס עס איז דא אויפן מארק, און פריער האט ער זיך אויפגעשטעלט אויף א קעסטל אין נייעם שוהל שרייען יעמוד, און יצחק ראזענבערג איז געשטאנען אויף זיין פארטש זאגן צו מ'הערט עס גוט.
 
-א אומבאשטעטיגטע קוואל גיבט איבער אז מ'האט שוין אפילו געזעהן מאיר פערל זיך שלעפן מיט א צוזאם-לייג בענקל און עס פלאצירט נעבן רבין'ס פלאץ אונטערן סיין, פארפאלן החכם עיניו בראשו..
 
-דער אלטער כסיל הערש ווערצבערגער זענען אריבערגעקומען זעהן אויב דאס ביהמ"ד איז פאסיג פאר זיין באמבאסטישע שטימע וואס וועט דינערן יעדע וואך סעודה שלישית ביי אודה, און יודל איז געקומען חזר'ן די טראפן זעהן צו ער דענקט דאס נאך.
 
-איטשע אייזנבאך דרייט זיך שוין ארום פרעגן אלע אהרונים צו דאס איז טאקע דער גאנג.
 
-אהרן דוב געטטער שפאצירט שוין געמיטלעך אינעם רבינ'ס געיט מיטן ראש הקהל'ישן שטריימעל אויפן קאפ און דער טלית אויף די פלייצע.
 
פאר די שעפסן פארקויפט מען אז מעיאר בלומבערג שטייט צו זייער זייט, און ער וועט טוהן אלעס אין די וועלט זיי זאלן זיך קענען אריינצוען אינעם שוהל ראש השנה. די מער קלוגערע זאגן גאר אז דאס גאצע אריינברענגן דוד גרינפעלד אין קאנסיל איז געווען ווייל ער האט פארשפראכן צו שענקן דעם נייעם שוהל פאר די אהרונים. (אינטערעסאנט מיר האבן גארנישט געוואוסט אז דוד גרינפעלד האט רעכטן ווי א ריכטער..) דער עיקר אז די אהרונים זענען העפי ביזן זיבעטען ריפ, און ר' אהרן אליינס שטייט שוין גרייט מיטן פעלץ צו בענטשן גשם אינעם נייעם שוהל.
 
איז נאך דא עפעס פארבליבן וואס מ'קען די אהרונים נישט איינרעדן? ר' זלמן לייב איז שוין צוריק אין ירושלים, זיין שטענדער אין בענקל זענען שוין אין בי.קי.אי. זינט דינסטאג, ראדני איז אונזערס זינט מיטוואך, די זאליס ראלן ארום אין די באגאץ קארידארן ביזן היינטיגן טאג, שמיני עצרת אינוואדירט מען דעם שוהל, און היינט בויעט מען שוין דעם נייעם שוהל...
 
ווי זאגט נאר יצחק ראזענבערג?! אלעס אין די נייע...
 


תוקן על ידי באלאנד ב- 11/05/2010 06:43:24




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 18:36 לינק ישיר 

דאס האט שלום דייטש געזאגט ביי די מסיבה אויף 200 וואלאבאוט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2010 18:49 לינק ישיר 

ניין דאס האט יונה געשריבן פארן אינוואדירן ראדני פאר 6 יאר צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 20:37 לינק ישיר 

אין די ספירה טעג איז זעהר הארב צו טרייבן ליצנות פון א עדה אידן.
איר דארפט נאר שרייבן קורץ און שארף אז אוב מ'גייט נישט מיט'ן אמת, האט מען נישט קיין הצלחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2010 23:03 לינק ישיר 

ס'גארנישט קיין ליצנות, איך זעה אז איר קענט נישט די אידן, זיי מיינען דאס זייער ערנסט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 07:40 לינק ישיר 

למעשה, ווען זאגט מען תהלים מארגן אינדערפרי??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 19:16 לינק ישיר 

ליהודים היתה אורה..
 
די אהרונישע שעפסן קענען נאך נישט צו זיך קומען נאך דעם קורצן חיי שעה'דיגן באמבע וואס מ'האט זיי געפיטערט די לעצטע פאר טעג, זיי ריפרעשן נאכאנאנד דעם פעידזש אויפן וועבזייטל פון די 'דעפארטמענט אוו בילדינגס' און רייבן זיך די אויגן צו זעהן אויב דאס איז נישט א בייזוויליגע חלום. רבי יונה לייבוש טייטלבוים שיקט נאך ארום מעסעדזשעס פאר זיינע נאנטע אז ס'נישטא וואס צו זארגן דער ביהמ"ד איז נאך פולשטענדיג זייערס, און פון די אנדערע זייט ווארפט נפתלי משה אינדיג סיגנאלן אז די מערכה איז א דורכגעפאלענע.
 
שווערע טעג גייען אצינד אריבער אויף די גרויסע קעפ צווישן די אהרונים, מען האט שוין געשטורעמט און געיאוועט אז מען האט דאס בעלות אויף דעם ביה"ח און אצינד גייט מען אויך אוועקנעמען דעם ביהמ"ד גזולה פון די זאליס, די פאזיציעס זענען שוין צוטיילט געווארן און די זיצן פארקויפט, רבי יונה האט נאך נעכטן געוויזן די קיען "שווארץ אויף ווייס" א פערמיט אז יצחק ראזענבערג קען און וועט אנהייבן בויען אויפן שטח, און היינט שרייט ער נאך חי וקים אז דער פערמיט איז ריוואקט בלויז אויף היידפארק, אבער דא אזא דורכפאל מ'ווייסט נישט וויאזוי צו ווייזן דעם פנים, וואס גייט מען די שעפסן און חלה דעקלעך זאגן?!
 
ר' אהרן אליינס האט די ביטערע בשורה מקבל געווען זייענדיג דא אין ווילאמסבורג אויפנעמענדיג די טויזענטער סאטמארע חסידים וואס לעכצן אז דער רבי זאל אריינקומען אין וויליאמסבורג יעדן דינסטאג, ער האט פארשאלטן יצחק ראזענבערג פארן אים איינרעדן אזוי מיאוס אז אט אט גייט מען טאנצן הקפות אין דעם לאנג ערווארטעטן היכל וואס איז פלאנירט געווארן נאך בימי תקפו -- אקוראט ווי דער בעלזא'ער שוואגער האט אין ירושלים און אפילו גרעסער. און דא צורינט אים דער זייפן בלאז, און ער וועט ווידעראמאל מוזן בלייבן בענטשן גשם אין טענט און דארט פלאטשקען אין די וואסער און זיך טרעפן מיטן טאטן ביי נקדישך.
 
און יצחק ראזענבערג שווערט ווידער: אלעס בלייבט אין די נייע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > יצחק ראזענבערג שווערט: אלעס בלייבט ביים נייעם!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext