בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: ראזענבערג באמבע געשעדיגט - פערמיט פאר ביהמ"ד החדש ריוואקט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2010 17:21 לינק ישיר 

קענסטו ברענגען עפעס פרוף?, איך האב אנגערופן דעם בילדינג דעפארטמענט און זיך פארגעשטעלט אלץ א קאנטראקטער וואס מען וויל מיך נעמען אויף ארבייט און 544 בעדפארד עוועניו ברוקלין נ''י 11211, און איך וויל וויסן אויב פערמיט נומבער  
300443777-01-NB  איז אין עפעקט, זי שטעלט מיך אויף האלד און קומט צוריק און זאגט, יעס, איט איז אין עפעקט! סא, ברענג עפעס פרוף אז ס'איז טאקע ריוואקט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 18:03 לינק ישיר 

עס איז געהעריג ריוואקט אויף היידפארק.
וואס ארט דיר אז די יונגלעך דא זענען העפי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 18:24 לינק ישיר 

רבי יונה, יעצט בלייבט נאר איבער דו זאלסט זאגן פאר יצחק ראזענבערג ער זאל ברענגן זיינע סערטעפייד טראקס און אנהייבן בויען, פארוואס ווארט מען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 19:11 לינק ישיר 

האסט דאך געזאגט אז ס'איז ריוואקט, נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 19:18 לינק ישיר 

אבער דו ווייזט דאך פאר דיינע שעפסן אז דו האסט א פערמיט, טא פארוואס בויעט מען נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 20:06 לינק ישיר 

איך דארף נישט ווייזן אז מיר האבן א פערמיט. דאס טוט שוין די בילדינג דעפארמענט פאר אונז בחנם.
יעצט ברענג דו באווייזן אז ס'איז ריוואקט.

האסט דאך נעכטן געשריבן די בשורה המרנינה אז ס'איז דערנאך !
איז דאך נישט מער ווי רעכט אז דו זאלסט ארויסגעבן די באווייזן, און זאל יעדער זעהן אז יעקב בער און שלום דייטש ווייסן וואס זיי רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 20:18 לינק ישיר 

מעל לכל ספק אז ווען די אהרוינים האבן אפילו נאר 1% מעגליכקייט צו לייגן דארט אפילו נאר 1 ציגל וואלטן זיי נישט פארפאסט אפילו 1 מינוט און מיט א מעכטיגע פאמפע.

מען דארף נישט מער באווייז אז די אהרוינים האבן דארט קיין דריסת הרגל, דאס אז זיי זיצן מיטן פערמיט אויף היידפארק און זענען בכלל נישט צום געפינען אינם גאנצען שטח פונם בנין איז די גרעסטע באווייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 20:32 לינק ישיר 

מעל לכל ספק אז ווען די זאליס האבן ווען נישט קיין פראבלעם מיט דעם שול וואלטן זיי נישט פארפאסט אפילו 1 מינוט, און מיט א מעכטיגע פאמפע מודיע געוועהן אז רז"ל'ס נעילת החג שוי גייט דארט פארקומען


מען דארף נישט מער באווייז אז די זאליס האבן אן ערנסטן פראבלעם מיט דעם שול, דאס אז דער פערמיט איז ריואיוקט אויף היידפארק און רז"ל גייט דארט קיין טיש נישט פירן היי יאר איז דער גרעסטער באווייז




תוקן על ידי טראכטן ב- 12/05/2010 20:33:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 20:33 לינק ישיר 

עס איז דא א פראבעלם מיט דעם שול, און די פראבלעם איז אז די שול איז פארמאכט דורך די פייער דעפארטמענט זייטן שריפה פארגאנגענע וואך.

עס האט קיין שום קשר מיטן פערמיט וואס די אהרוינים צייגן דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 20:50 לינק ישיר 

הייסט דאס אז די שול איז פארמאכט נאר וועגן פייער, יא? און ווי לאנג געדוירט דאס צוריק צושטעלן צום באניץ?, הופפער סטריט האט מען געבויט פון סקרעטש אין 2 וואכן, קען מען נישט צו שטעלן דעם בית המדרש אויף שבועות אין 6 וואכן? און וואס וועט זיין ענקער תירוץ אויף סוכות? אויך די פייער דעפארטמענט?, צו מיר האבן יא א פערמיט צו נישט איז א פראגע, אבער דאס איז זיכער אז איר האט פארלוירן בעלות אויף דעם בית המדרש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2010 20:52 לינק ישיר 

טראכטן כתב:
מעל לכל ספק אז ווען די זאליס האבן ווען נישט קיין פראבלעם מיט דעם שול וואלטן זיי נישט פארפאסט אפילו 1 מינוט, און מיט א מעכטיגע פאמפע מודיע געוועהן אז רז"ל'ס נעילת החג שוי גייט דארט פארקומען

מען דארף נישט מער באווייז אז די זאליס האבן אן ערנסטן פראבלעם מיט דעם שול, דאס אז דער פערמיט איז ריואיוקט אויף היידפארק און רז"ל גייט דארט קיין טיש נישט פירן היי יאר איז דער גרעסטער באווייז




תוקן על ידי טראכטן ב- 12/05/2010 20:33:48


 
לאמיך דיר עס מסביר זיין ווי פאר א חדר יונגעל; די זאליס זענען די 'דע-פאקטא' בעלי בתים אויף אלע בנינים און אינסטעטוציעס וואס סאטמאר האט פארמאגט אין וויליאמסבורג ביז תשנ"ט. איז אזוי, די אהרונים האבן שוין פרובירט אלעס אין די וועלט צו באקומען א בנין צו צוויי פון די אלטע בנינים, פון גיין אין קארט צענדליגער מאל אויף הונדערטער אופנים ביזן פרובירן צו אינוואדירן דאס גרויסע ביהמ"ד אויף ראדני סט. מיט כח, אבער לא עלתה בידם מאומה, קיין איין שטח האט זיך נאך צו זיי נישט אריבערגערוקט.
 
דא איז געשעהן א פרישע זאך, די אהרונים זענען ארויפגעקומען מיט א חכמה אז אזוי ווי בערלע פריעדמאן איז דאך געווען דער וואס האט געפיילט נאך בשנת תשנ"ט א פארלאנג פאר א פערמיט צו בויען דעם נייעם שוהל גייט מען דאס יעצט ריניוען און יאללא! מ'גייט בויען די נייע שוהל. מ'האט אנגעהויבן פייפן און זינגען אז מ'האט עס פארכאפט, מ'גייט שוין נעקסטע וואך לייגן ציגל, מ'גייט שוין דארט דאווענען ר"ה א.א.וו. די זאליס האבן גלייך געכאפט דעם פראבלעם און האבן אריינגעלייגט קאפ און מח אפצושטעלן דעם שטיקל און עס איז זיי פיין געלונגען, דער בילדינג דפט. קאמישענער האט ריוואקט דעם פערמיט וואס די אהרונים האבן געהאט ארויסגענומען.
 
אצינד, די זאליס זענען נישט די וואס דארפן פייערן ניצחון, די זאליס האבן ס"ה פראטעקטעד זייערס א נכס זאל נישט פארכאפט ווערן דורך די אהרונים אלזא דארפן זיי נישט פייערן קיין נצחון, עס איז זיי געראטן צוריקצושטעלן אלעס צום אלטן און מ'וועט דאס ווייטער נוצן פאר סעד ועזר און נעילת החג טישן (אויב דאס מאכט די אהרונים אזוי שפרינגען..)
 
די אהרונים ווידעראום האבן שוין געזונגען חסדי השם און געהוליעט אויפן זיג דארפן זיי זיך יעצט ברעכן קאפ וויאזוי מ'איז מסביר פאר זייער סטאדע שעפסן אז ס'איז געווען א בייזער חלום, דער פלאן איז ביטער דורכגעפאלן, נישטא קיין נייע שוהל, נישטא גארנישט.
 
יעצט וועגן דעם וואס ר' יונה בעט איך זאל ברענגן פרוף אז דאס פלאץ איז מיינס, איך האב נישט קיין שום אינטערעס צו ווייזן נצחון דא, אז דו שרייסט חי וקים אז דו האסט פארכאפט דאס פלאץ און עס געהערט היינט פאר דיר, הייב אן בויען לעבעדיג.. אדרבא ווייז דיינע שעפסן וואס דו קענסט!
 


תוקן על ידי באלאנד ב- 12/05/2010 20:55:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 21:00 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
הייסט דאס אז די שול איז פארמאכט נאר וועגן פייער, יא? און ווי לאנג געדוירט דאס צוריק צושטעלן צום באניץ?, הופפער סטריט האט מען געבויט פון סקרעטש אין 2 וואכן, קען מען נישט צו שטעלן דעם בית המדרש אויף שבועות אין 6 וואכן? און וואס וועט זיין ענקער תירוץ אויף סוכות? אויך די פייער דעפארטמענט?, צו מיר האבן יא א פערמיט צו נישט איז א פראגע, אבער דאס איז זיכער אז איר האט פארלוירן בעלות אויף דעם בית המדרש.

 
דאס איז פארהוילענע רוח הקודש דיבורים וואס דו רעדסט דא? לאמיך דיר עס קלאר שטעלן, ניין! עס איז נישט קיין פראגע אז עטץ האט אויף דעם ביהמ"ד קיין פערמיט נישט. מ'שטיינס געזאגט וואס דער עתיד פון דעם שוהל איז ווייסטו אויך? איך זעה נאכנישט וואס מאכט דיר זיין אזוי זיכער אז די זאליס האבן פארלוירן בעלות אויפן שוהל, זיי נאכנישט אזוי פרייליך ווייל דערנאך וועט דער דיסעפוינטמענט זיין זייער גרויס!..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 21:13 לינק ישיר 

איך קען נאר איין זאך צילייגן אז די חברה ריען נישט אין מיר מיזן זיין גרייט אויף מלחמה אויף אלע פראנטן זיי זענען דא אויס צי רייסן אלעס אין זיי האבן מעכטיגע געלט קוועלער אין ק"י אין מיר זאלן זיך נישט איין רעדן ווען זיי זענען שטיל אז זיי ווילן אינז מיט אלע ערליכע קהילות וואס טראכטן נישט אינגאנצן ווי זיי אינטער ברענגען אינגאנצן לאמיר האפן אין מחזק זיין די עסקנים וואס טיען אויף דעם פראנט נישט ווי געוויסע מענטשן גראד ווען די ארונים מאכן א מעשה באפאלט מען אינזערע עסקנים מיט טענות זיי טיען דאס מערסטע וואס מעגליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2010 21:17 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
האסט דאך געזאגט אז ס'איז ריוואקט, נישט אזוי?

יונהלע...נאדיר


http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/OverviewForComplaintServlet?requestid=5&vlcompdetlkey=0001297578


  BIS Menu  |  Bldg Info Search  |  Property Profile  |  Complaints  |  Complaint  |  Back   FAQs  |  Glossary    *******>   May 12, 2010  *******>
DOB Logo - Link to Homepage NYC.gov Logo - Link to Homepage
NYC Department of Buildings
Overview for Complaint #:3341802 = RESOLVED
Complaint at:   540 BEDFORD AVENUE   BIN: 3059929   Borough:   BROOKLYN   ZIP:   11211
Re:   BOROUGH COMMISSIONER HAS ISSUED A 15-DAY LETTER OF INTENT TOREVOKE APPL.#300443777 ON 5/12/10. ISSUE DOB STOP WORK ORDER AND NOTETHE PERCENTAGE OF WORK COMPLETED

Category Code: 05      PERMIT - NONE (BUILDING/ PA/ DEMO ETC.)

DOB District: N/A
Special District:



Assigned To: BROOKLYN BOROUGH OFFICE Priority: B

Received:   05/12/2010   12:26   Block:  2181 Lot:  35   Community Board:  301
Owner:   CONG YETEV LEV DSATMA  

Last Inspection:   05/12/2010 - - BY BADGE # 2315
Disposition:   05/12/2010 - - A3 - FULL STOP WORK ORDER SERVED
Job Number:   
Comments:   BORO. COMM. HAS ISSUED A 15 DAY LETTER OF INTENT TO REVOKE APPL. # 300443777 ON 05/12/10, JOB APPROX. 45% COMPLETED
DOB Violation #:   051201C0101AM/380378

Complaint Disposition History

     Disposition Disposition Inspection Date
Date Code By


If you have any questions please review these Frequently Asked Questions, the Glossary, or call the 311 Citizen Service Center by dialing 311 or (212) NEW YORK outside of New York City.

BIS Menu  |  Bldg Info Search  |  Property Profile  |  Complaints  |  Complaint  |  Back

*******>




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/5/2010 21:18 לינק ישיר 

באלאנד, זעט אויס אז מיט דיין קליין מוח'ל ליינסטו נאר דער איד און היידפארק, דעם פסק פון ריכטער אמבראזיא און פון אפעלעט קארט האסטו נישט געליינט, ווייל נישט נאר האבן די זאליס נישט קיין בעלות אויף דעם בית המדרש החדש אויף ווילסאן, נאר זיי האבן נישט מער בעלות אויף קיין איין בנין אין וויליאמסבורג מער פון די אהרונים, און ווי דער ריכטער שרייבט זייער קלאר אין דייטליך, אז איר זאנט דארט אינעווייניג מיינט נישט אז איר זענט בעל הבית, די אהרונים ארבייטן זייער פארזיכטיג וויאזוי איינצוקעשן דעם פסק, זיי האבן די וועלטס צייט, זיי זענען נישט אויף די גאס, און סלאלי באט שארלי, פארלירט איר טשאנקס פון ענקער אזוי גערופענע בעלות, קודם מיטן בית החיים, יעצט מיטן נייעם בית המדרש, און ס'ווארט אייך נאך היבש פאר סורפרייזעס. און דאס איז פאקט און נישט רוח הקודש, ווייל דער קארט פסק איז קאי וקיים. איך האב זייער ליב ענקערע נארישע תירוצים, דער בית החיים איז איינס מיט פאללאק, דער בית המדרש האט איר נישט וועגן די פייער דעפט. וכד', פאקט בלייבט פאקט, און ביז דו איבערצייגסט נישט פארקערט בלייב איך גערעכטער1, דעם בית החיים האט איר נישט,און דעם נייעם בית המדרש האט איר נישט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: ראזענבערג באמבע געשעדיגט - פערמיט פאר ביהמ"ד החדש ריוואקט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.