גרויס אנגעצויגנקייט אין מאנסי איבער אויסגאנג פון סקול וואלן
נאך א שיינע פאר יאר פון אפהאלטן גרויסע נצחונות אין די לאקאלע וואלן איז דא גרויסע טשענסעס אז מאנסי האט געליטן א דורכפאל דעם דינסטאג אין די סקול באורד וואלן.
די חרדי'שע קהילות האבן ארויסגעשטעלט נאך א חרדי'שן קאנדידאט, כדי נאכמער צו פארגרעסערן די מאיאריטעט אין דעם סקול באורד, אבער די אנטיסעמיטן זענען ארויסגעקומען שטימען אין די מאסן און ווי ס'האלט יעצט 12:00 ביינאכט ווייסט מען נישט ווער ס'האט געווינען. עס איז זייער שמאל.
דער חרדי'שער קאנדידאט איז משה יצחק פריעדמאן, א סאטמארער חסיד פון 1 מאנסי בולעווארד.
אויך ווייסט מען נישט צי ס'איז געלונגען אראפצואוואטן דעם שלעכטן בודזשעט וואס קען העכערן די טעקסעס מיט צען פראצענט. (דער בודזשעט איז פארגעשלאגן געווארן דורך דעם גויאישן אדמיניסטראטאר און די עסקנים האבן באפוילן אז מען זאל וואוטן דערקעגן אזוי אז זיי זאלן קענען פארשלאגן א נייעם בודזשעט אן העכערן די טעקסעס.)
תוקן על ידי Ziskeit ב- 12/05/2010 07:31:26
נשלח ב-12/5/2010 07:30
יעצט 12:30 קומט די גוטע נייעס אז נאך עטליכע שעה פון אנגעצויגנקייט איז מען אפגעקומען מיט שרעק.
משה יצחק פריעדמאן האט געוואונען מיט נאר 350 שטימען.