בית פורומים אידישע געדאנק

איינמאליגע קלאר שטעלונג פונעם לעגאלן פראנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/5/2010 22:48 לינק ישיר 
איינמאליגע קלאר שטעלונג פונעם לעגאלן פראנט

צוליב וואס די אהרונים כדרכם פרובירן זייער שטארק אנצוזייען צוטומלעניש אין אונזער מחנה, אזוי ווי זיי פרובירן אויפצוהייטערן זייער מחנה
 - וואס באמת ווייס איך נישט וואס יונה/ווידער וויל נעבעך פון זיינע בהמות האבן, מילא ער וויל פייניגן אביסל די זאלי'ס פארשטיי איך, ער איז דאך ברוגז אויף זיי, אבער וואס האבן די אהרונים אים אזוי געטשעפעט אז ער מאכט זיי אזוי צונאר? ער מיינט עכט אז אן זיינע לאקשן וואס ער פיטערט זיי וואלטן זיי געווארן אויס אהרונים? אבער איך רעד נישט אריין דא אין דעם ענין, יודע צדיק נפש בהמתו, מסתם ווייסט ער וואס ער טוט-
 מיט די לעגאלע אנגעלעגנהייטן, וואס מיט דעם פילט ער ממש אז ער קען דעם עולם איינרעדן וואס ער וויל, בפרט נאכדעם וואס עס האט זיך שוין כמה פעמים איבערצייגט אז ער ווייסט נישט דארטן פון דינסטיג ביז מיטואך, במילא האט ער ניטאמאל קיין נסיון צו זאגן דעם אמת, און הגם וואס געווענליך זיינע מעשיות זענען באזירט אויף ווירקליכע פאקטן נאר אביסל באארבעט ווי א בילד אין "פאטאשאפ", אבער אינעם לעגאלן און וועלטליכ-פאליטישן פראנט האט ער נישט קיין אנונג וואס טוט זיך.

על כן האב איך באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל אויסצוקלארן דעם צומישעניש וואס הערשט דא אין די נושא.

איז אזוי, ביי אונז אינעוויניג קוקן מיר אן דא יצחק רז"ב וכת דלהון ווי א ערנסטע צד צום טיש דא, הלמאי ער איז דאך געווען ראה"ק ביז מען האט אים ארויסגעווארפן און דער געריכט האט נישט געקענט פעסטשטעלן  אז נישט נאר זיי האבן נישט געוואלט מיט כח ארויסווארפן יענקל כהנא פון זיין אמט, און ממילא איז יענקל פשוט דער מוחזק.

וה"ט אז די "קלוגע"... אהרונים פארשטייען פשוט נישט די חשבון פון די זאלי'ס פארוואס זיי שלאגן זיך אין קאורט אויף אזא קלאר פארלוירענע זאך ווי דער ביה"ח...

(און במאמר והמוסגר דאס פארשטייען זיי יא, פארוואס זייערע קלוגע "רועי בקר"- אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט פארטיידיגן זיך אזוי העפטיג דערגעגן).

און ווי אויך איז א דבר פשוט ביי זיי אז ווען זיי נעמען ארויס א פערמיט איז דערנאך מיט די שול און קיינער וועט עס  שוין נישט האבן... און נאכדעם קומט...ראדני! אפפס בראדוועי... (זעט אויס אז נאך 2 שמהע"צער פארשטייט שוין אן אהרוני  אויך...)

דאס איז בערך וויאזוי דער עולם קוקט עס אן.

דער אמת איז אבער אז ווען מען קוקט אן די קלוגע ליניע צו וואס די לויערס דקהילתינו האבן זיך געהאלטן די גאנצע צייט, זעט מען ממש די סיעתא דשמיא אז די וועג וויאזוי די טענות זענען פרעזענטירט געווארן פארן געריכט מתחילה, און אויף דעם וועג איז מען געגאנגען די גאנצע צייט האט בעז"ה צוגעברענגט דעם פעסטן דויערהאפטן שטאנד אין וואס מיר שטייען אצינד ב"ה.

ווייל מעיקרא אנגעהויבן האט סקאטמאלען (וואו ביסטו?...) געארבעט א גאנצע צייט אז די אהרונים זענען בכלל נישט קיין מחותנים דא.
 לדוגמא ווען זיי האבן אין זייערע ערשטע קלאגעס נאך געארבעט אז היות קהל איז נישט געגאנגען אין קאורט קעגן זייערע וואלן איז דאס בבחינת שתיקה כהודאה אין זייערע וואלן  (פרעגט מיר נישט פארוואס קהל האט בכלל פאררופן וואלן אז זיי האבן שוין מודה געווען צו די אהרוני'שע וואלן...) האט מען תומ"י געענטפערט זייער פשוט: קהל גייט זיך נישט וויסנדיג מאכן פון יעדן בהמה וואס טענה"ט אז ער איז קהל! מען גייט נישט ספענדן קיין לויער געלט אפצו ווארפן יעדן נאר.

און אזוי האבן זיי ממשיך געווען די גאנצע צייט און איבעראל אראפגעשטעלט יסודות חזקים אז קהל איז דא נאר איינס, און בערל פריעדמאן איז סתם אן אנדרייער און בעל דמיון אויפן זעלבן שטייגער ווי נחום ראזענבערג (ך'מיין מוסקאווי).

און ב"ה זייער טאקטיק האט געארבעט אזוי ווייט אז דער פערדער אלבאני דזשאדזש וואס האט יא געוואלט אריינקוקן אין די קעיס האט גאנץ שנעל קאנקלאדעד: בערל פריעדמאן זיכער נישט!

במילא, ווען יצחק ראזענבערג נעמט היינט ארויס א פערמיט אויף א פלאץ, א זאך וואס מען דארף בכלל נישט אויפווייזן קיין בעלות דעמאלטס, איז זייער קלאר אז דאס איז פונקט ווי איך אדער באלאנד אדער באדאפעסט אדער גערעכטער (ער וועט עס נאך טאקע טון...) זאלן ארויסנעמען א פערמיט אויפן ביהמי"ד, זעלבסטפארשטענדליך אז קהל וועט גיין צום בילדינג דעפט. און זאגן אנטשולדיגט דאס איז נישט קיין שטח הפקר! און איך וועל ענטפערן אז איך בין עכט קהל... וועט דער דעפט. שיקן א בריוו צו קהל מאי חזית אז דו ביסט קהל אפשר ער? און קהל וועט זיי ענטפערן: דער אומזיסט איז דאך סתם א צודרייטער, איך בין אינעווענדיג און איך פיר די קהילה, און די זעלבע וועט בעז"ה זיין דא מיט דעם "יצחק" ראזענבערג.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2010 23:29 לינק ישיר 

קענסט עס איבערשרייבן אויף אידיש???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איינמאליגע קלאר שטעלונג פונעם לעגאלן פראנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext