פון בחצרות סאטמאר
מאסן פיקעטינג נעכטן
ווי שוין באריכטעט איז נעכטן פארגעקומען א מאסן פיקעטינג און מהנעטן קעגען איבער די קאנסול פון מדינת ישראל, ווי פולע טויזענטער אנ"ש פון אלע היימישע געגנטער האבן זיך באטייליגט מוחה צו זיין אויפ'ן חילול השם און עקירת הדת וואס איז פארגעקומען און דער שטאט אשקלון.
אום 2:30 האט זיך אנגעהויבן די מעמד ווען מען האט פארגעזאגט פרקי תהלים און קאפיטל ע"ט און תפילת הרה"ק ר' חיים פלאג'י, דערנאך האט אויפגעטרעטען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל ר"כ וומסב"ג ומרבני וועד משמרת חומותיך ירושלים, וועלעכער האט ארויס געברענגט דעם גרויסען ווייטאג.
דערנאך האט אויפגעטרעטען הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין וומסב"ג און חבר וועד הרבנים שע"י וועד משמרת חומותיך ירושלים, וואס האט ארויס געברענגט דאס רשעות פון די ציוניסט'ישע פאליציי וועלעכע האבן אנגעהויבן צו גראבען נעכטען אויך אויף דעם בית החיים פון יפו ווי מען האט איינגעזעצט דעם ראש הכולל פון כולל למצויינים ויואל משה ד'סאטמאר פון ירושלים, און האט אויסגערופן אז מען וועט נישט שווייגען ביז מע וועט אראפ נעמען די חרפה פון אונז.
דערנאך האט אויפגעטרעטען הרה"ח ר' שמואל ווידער הי"ו, ווי ער האט אויף די ענגלישע שפראך פארגעליינט א בריוו וואס ברענגט ארויס דער חילוק פון די פאליציי פון ניו יארק וואס פארשטייען אז ס'איז דא א זכות מחאה און די ציוניסט'ישע פאליציי וואס פארשטייען דאס נישט אדער ווילן דאס נישט פארשטיין.
דערנאך האט אויפגעטרעטען הגה"צ אב"ד שעניא שליט"א וואס האט בתוך הדברים ארויס געברענגעט אז די זעלבע רשעים וואס האבן געשריגן פאר 70 יאר צוריק אז "רק בדם תהיה לנו הארץ", שרייען יעצט אויך רק בדם תהיה לנו ארץ און פארגיסן די בלוט פון חשוב'ע אינגעלייט בעלי מסירות נפש.
דערנאך האט הר"ר אורי שווארץ שליט"א פון קרית יואל פארגעזאגט מיט א גרויס התעוררות קבלת עול מלכות שמים, מיט וואס דער מעמד קידוש שם שמים האט זיך פארענדיגט.
♦♦♦
אין די זעלבע צייט איז און א"י פארגעקומען גאר גרויסע פראטעסטען נאכדעם וואס די רשעי עמינו האבן נעכטן מחליט געווען צו גראבען אויך אין דער אלטער בית החיים אין די שטאט יפו, וואס דארט איז שוין פארגעקומען פאר 18 יאר צוריק גראבונגען, און יעצט האבן זיי עס אויסגענוצט וויבאלד דאס יהודת החרדית איז אצינד פארנומען מיט די חפירות אין אשקלון.
ווי נאר די ידיעה איז אנגעקומען אין ירושלים, האבן חשובי אברכי כוללינו זיך ארויס געלאזט צום מקום החילול מוחה זיין בגוף ובנפש ממש.
א פולער באס מיט אינגעלייט זענען ארויס געפארן צום בית החיים אין יפו ווי דארט האבן זיי זיך אנגעשטויסען און א גרויסע ווידערשטאנד מצד די ציוניס'טישע פאליציי וועלכע האבן נישט געשוינט זקנים און רבנים חשובים און געטיילט מכות אכזריות.
נאך א לענגערע מחאה האבן די פאליציי איינגעזעצט דעם חשוב'ער ראש הכולל הרה"ג ר' נחום משה היימליך שליט"א און נאך צוויי אינגעלייט העסקן לוחם מלחמות ה' ר' יואל יוסף געווירץ הי"ו און האברך החשוב ר' מרדכי מנחם זאב גראס הי"ו, אזוי אויך איז איינגעזעט געווארן דער הרה"ג ר' מאיר העללער שליט"א רב שכונת קנה בושם אין בית שמש.
די ארעסטירטע רבנים און אינגעלייט זענען גענומען געווארן צו פאליציי סטאנציע פון ת"א ווי זיי האבן זיך נישט אידעפצירט, און נאך 15 שעה זיצן אין תפיסה אן קיין שום מענטשליכע באדינונגען זענען זיי באפרייט געווארן נאר נאכ'ן באקומן א איסור אריינצוטרעטן אין דער שטאט יפו אויף א חודש צייט.
♦♦♦
אויך אין לאנדאן איז היינט פארגעקומען א מאסן פראטעסט וועלעכע איז ארגענעזירט געווארן דורך עסקני קהלתינו הק', מער דעטאלן ווען אי"ה נאכפאלגן.
-בדרך התורה נלך לקדש שם שמים-
♦♦♦