"משפחה" - שבועות: דער שקדן ר' אהרון מסאטמר!
דאס אז דער משפחה באשרייבט ר' אהרון מסאטמר אין זייער יום טוב'דיגע אויסגאבעס איז שוין היינט נישט קיין נייעס. נאר אויב האט ח"ו איינער עספיעט צו פארגעסן אז אונזער ר' אהרן איז דער גדול בתורה בדורינו אויפן זעלבן שטאפל ווי הגרי"ש אלישיב אדער הרב עובדי' יוסף קומט אונז דער די וואכעדיגע 'משפחה' מאגאזין פארציילן אז יא! דאס איז עס; ר' אהרון מסאטמר איז דער ריכטיגער גדול בתורה מיט וואס אונזער דור קען און דארף שטאלצירן.
אין א ארטיקל אין דעם שבועות מאגאזין וואו זיי באשרייבן 12 פון די גדולי התורה און שקדנים פונעם דור ווערט צווישן אנדערע באשריבן הגרי"ש אלישיב, הגר"ח קנייבסקי, הגר"ע יוסף און - זעלבסטפארשטענדליך - ר' אהרון מסאטמר..
דאס ווייס מיר דאך שוין אז די אהרונים האבן א געשלאסענעם קאנטראקט מיט די משפחה אויסגאבע מ'זאל פון ר' אהרון רעדן יעדע האלבע יאר איינמאל מינומים. אבער אויף אזא באמבע האבן מיר זיך נישט געראכטן, אזש אז דער ר' אהרון פארט נישט אין ערגעץ אויף די וועלט נאר טאמער די תורה שרייבער קומען מיט, כדי עס זאל ח"ו נישט פארגעסן ווערן קיין איין ווארט פון די נאכאנאנדע פערל ווערטער וואס שיטן ארויס פון זיין הייליג פיסקל און מ'זאל דאס תיכף קענען פארשרייבן למען יעמוד למשמרת אין משולחן של מלכים..
עס גייט נאך סאך ווייטער, די מקורבים געבן איבער פאר דעם שרייבער אז דאס געוואלדיגע גאונות וואס ר' אהרון פארמאגט קומט נישט פון זיינע שטארקע כשרונות, עס איז מער דעם "פארטאגס" סדר וואס דער רבי פראוועט יעדן טאג. "יעדן פארטאגס - פאר יארן לאנג - גלייך נאך ברכת התורה וואס ווערט געזאגט בעוז ותעצומות, עפענט דער רבי דעם סידור און זאגט דעם 'אהבת עולם' פון ברכת קרי"ש, ער נעמט דאס ארויס פון תפילת שחרית און זאגט דאס נאך ברכת התורה מיט געפיל און געבעט, ער וויינט ממש ביי 'והאר עיננו בתורתך' און זיינע טרערן מאכן נאס דעם סידור" פארציילט פארגאפט איינער פון די שטוב מענטשן.
עס איז נאך נישט פארטיג, דער כח התורה פון ר' אהרון גייט נאך א שטאפל גרעסער, "די שטוב מענטשן נעמען יעדע שטיק צייט דעם סידור און מ'שענקט דאס א מתנה פאר איינע פון די איבערגעגעבענע נגידים פארן רבי'ן, וועלכע זעען דערין א אוצר. א סידור וואס אין דעם געפינט זיך איין בלעטל דורכגעווייקט מיט טרערן פארן באשעפער דער נותן התורה, זיך צו באהעפטן דערמיט און איר צו וויסן".
איר מוזט מיר מוחל זיין פארן נישט ציטירן נאך שטיקער פון דעם ארטיקל, איך קען פשוט מער נישט לאכן אזויפיל. אבער בארואיגט אייך, איר לאכט טאקע, אבער ב"ה לא אלמן ישראל; טויזענטער שעפסן וועלן זיך ארומדרייען מיט פאסטאט קאפי'ס פון דעם ארטיקל און ווייזן פאר זייערע באקאנטע אז אפילו די פרעמדע גאס הייבט שוין אויך אן איינזעהן ר' אהרון'ס גדלות אין תורה און אין וואס נישט..
א עקסטערן דאנק מוז איך אפגעבן פאר דעם אהרונישן סטראגעטיסט וואס האט באשלאסן צו שליסן דעם קאנטראקט מיט די משפחה זיי זאלן כסדר באשרייבן ר' אהרן, איר זענט מיר שטארק מהנה יעדעס מאל עקסטער, זעהט נאר ס'זאל זיין ווי מער אפטער...
תוקן על ידי באלאנד ב- 15/05/2010 01:54:27
 |
|
|