| נשלח ב-17/5/2010 02:09 |
|
| |
אי לאו האי יומא...
תלמידי וחסידי סאטמאר בכלל, און תושבי קרית מלך רב בפרט, טראכטן נישט גענוג אריין אינעם טיעפזיניגן באדייט פון אט דעם היינטיגן טאג, די געוואלדיגע שוויות פון די יעצטיגע מאמענטן, א מאמענט וואס קרית יואל גייט אצינד דורך מיט'ן היסטארישן געשעהניש פונעם הכנסת ס"ת וואס ווערט אצינד אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל דורך הב' החשוב גרשון ווערצבערגער נרו יאיר ויזרח.
נאכמאל, ווער? הבה"ח גרשון ווערצבערגער ני"ו
וואס?! - א הכנסת ספר תורה!
--
יעצט א שטיקעלע אנאליז:
א בחור, בעסער געזאגט א קינד, געבוירן געווארן מיט ספעציעלע אייגנארטיקייטן צו זיינע חשובע עלטערן, איז אזוי, דער קינד קען אין קיין געהעריגע חדר נישט גיין, איז וואס זאלן די עלטערן יעצט טאהן?
לפי שיטת אוסרי ה''סקול דיסטריקט" - וואס ס'איז נישט אינטרעסאנט בכלל פורש צו זיין בשמם יעצט, זאלן די פארווייטאגטע עלטערן שיקן דעם דאזיגן קינד לעזאזל, - אנטשולדיגט, נישט ממש, נאר אין פובליק סקול מיט די גוי'שע באגרעניצטע קינדער להבדיל, און ס'וועט זיין וואס ס'וועט זיין, אינדערהיים וועט דאס קינד גיין א קאפל, און שוין, באשעפער?! נישט וויכטיג, אידישקייט? דער קינד אידאך פטור, ברכות? דאווענען? סדרה פון די וואך?!? מאן דכר שמי' בכלל?!.
רבינו הקדוש והטהור בעל ברך משה זיעועכי"א האט אבער אנדערש געהאלטן!
בדם לבבו מייסד געווען א הייליגן מוסד שערי חמלה, א זאך וואס האט אים געקאסט גאלאונען מיט בלוט! - במלוא מובן המילה, אדורכדעמאכט צרות יגון ואנחה, בזיונות עצומות, ער אבער האט זיך פאר גארנישט אפגעשטעלט!
ווען מ'האט דעם רבי'ן ז"ל אמאהל ביי א געלעגנהייט געפרעגט צו ער האט נישט מורא אזויפיל גדולי הדור קומען ארויס מיט אזאנע שארפע איסורים אזש ביז גאנצעטע חיבורים, אפשר טאקע זענען זיי גערעכט?, האט רבינו הק' געענטפערט בזה"ל אויפהייבענדיג די צוויי הייליגע הענט: "כעל זיין גליקליך צו קענען ארויפקומען אויף יענע וועלט און זאגן אז כ'האב אויפגעטוהן פאר די קראנקע קינדער פון קרית יואל!!!".
בשעתו האבן נאכנישט צופיל אינאכט גענומען ווי ווייט דער באדייט פון די היילגע ווערטער גייט.
היינט אבער, עס איז שוין מיט קנאפע 20 יאהר שפעטער, א וועלטל האט זיך שוין געדרייט זייט דאן, אוסרים האבן שוין מתיר געווען און מתירים האבן שוין גע'אסר'ט, מ'גיט זיך א קוק אום, די טויערן פונעם הייליגן מוסד זענעם ברייט אפען! גייט כאפט א בליק:
קינדער מיט קאפל, ציצת, לאנגע פיאות, פארברענגען צווישן די הייליגע ווענט מיט וועמען? ערליכע מחנכים און מחנכות!
וואס לערנט מען דארט? איר וועט אליינס נישט גלייבן!
איך דער שרייבער פון די דאזיגע שורות איז שוין אויסגיקומען צו כאפן דארט א באזוך, איך בין ארויסגע'ומען דערשטיקט מיט טרערן! אויף די קינדער האט מען געזאגט מ'לערנט זיי כפירה ומינות ר"ל??? אויף די קינדער האט מען געזאגט אז מ'ווייזט זיי צלמים (איידל גערעדט)??!!
נישט מער און נישט וויניגער מ'לערנט מיט זיי די פרשה פון די וואך!!! יא!! קינדער וואס מ'וואלט אמאהל זיי געלייגט אין א שענקל ערגעץ געדאמפ ר"ל אויף אייביג, קומען אהיין מיט שאלות! מיט ידיעות! מיט עברי!
און אויב זענט איר נישט באקאנט וועל איך מיט אייך א שפאנציר טאהן צו אנדערע מקומות און צובראכענע משפחות וואס דער באשעפער האט זיי מיט אזא הייליג קינד באשאנקען, און מחמת איזה סיבה שהוא זענען זיי נישט אנגעקומען צו דעם מוסד.
די קינדער האבן נישט קיין קאפל! זיי גייען ככל הגוים מיט טי-שוירטס, און אין א גוטן טאג שפיעלט מען מיט זיי באָל!, ווער? שיקסעס! וואס זיממער גייען זיי אנגעטאהן איך דארף אייך נישט זאגן וויאזוי! (נישט חלילה אז איך האב טענות צו די משפחות, נאר פאר רוב פון אייך וואס ווייסן ב"ה נישט דארף איך דאס מיטטיילן),
איז אזוי:
אילו מ'וואלט נאר געפענט אזא מקום מ'זאל נישט דארפן שיקן די קינדער צו די גוים, דיינו
אילו מ'וואלט נאר געעפענט אבער מ'וואלט נישט אריינגעלייגט היימישע ערליכע מחנכים ומחנכות, דיינו
אילו מ'וואלט אריינגעלייגט ערליכע היימישע מחנכים ומחנכות מיט געפיל פון א אידיש הארץ, אבער מ'וואלט זיי נישט געגעבן צו עסן קיין כשר'ס, דיינו
אילו מ'וואלט זיי געגעבן צו עסן קיין כשר'ס, אבער מ'וואלט זיי ניטש געלערנט קיין ברכות צו מאכן, דיינו
אילו מ'וואלט גארנישט געטוהן מיט זיי , נאר וואלטן סתם פארברענגט אין א היימישע סביבה, דיינו
אילו מ'וואלט נאר אנגעטוהן פאר זיי קאפל ציצית און פיאות ותו לא, דיינו
אילו מ'וואלט מיט זיי אויסגעלערנט די מינימום פון א מינטש'ס לעבן און געברויכן, דיינו
און אזוי קין מען אנגיין מיט א רשימה פון טויזענטער זאכן אשר כיכלו הזמן והם לא יכלו,
על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומכופלת למרן רבינו הגוה"ק זי"ע, מוטלת עלינו
-מ'דארף זיי נישט שיקן אין קיין גוי'שע סקול'ס
-זייערע טיטשער'ס זענען נישט קיין גוים און גויטע'ס
-א היימישע אידישע סביבה
-א סטעף מיט א ווארעם אידיש הארץ
-מ'לענרט און מ'פלאנצט אין זיי אידישקייט
-מ'דאווענט אינאיינעם
-מ'לערנט זיי צו מאכן ברכות
-מ'לענרט מיט זיי די פרשה
-און נאך און נאך און נאך....
און אצינד מיט א שטאפל ווייטער:
דער בחור'ל די היינטיגע בעל שמחה, שפיעלט אפ אין אייער מוח ווען ס'זאל ווען געמאלט זיין חלילה אז דער רבי ז"ל ברעכט זיך פארד שוידערליכע טעראר און עגמ"נ, דעס קינד וואקסט אונטער, ווי וואלט ער אצינד געווען? און וויאזוי וואלט ער היינט צוטאג אויסגעזהן?? מיר ווייסן אלע דעם תירוץ.
און אנשטאט דעם, האבן מיר זוכה געווען צו א הייליגן רבי'ן א בעל מסירות נפש, און היינט צוטאג זעהט מען די פירות! היינט קען דער רבי א שטאלצער צוטרעטן צום כסא הכבוד און מיט זיינע הייליגע הענט כלפי מעלה א שטאלצערהייט הויך אויסרופן: "איך האב אויפגעטוהן פאר די קראנקע קינדער פון קרית יואל!!"
יא! און נאך ווי אויפגעטוהן!! וואס זענען היינט דעם בחור'ס השגות??? אידישקייט? כשר'ס? ברכות? ניין ווייטער! דאווענען? אויך נישט! א ספר תורה!! אריינגעבן א הייליגע ספר תורה!
און נישט סתם! נאר עס איז אים געגאנגען בנפשו! געשאפן געלט או זיך מוסר נפש געווען דערפאר!
און אויב אזוי קען מען הויך אוירופן: אי לאו האי יומא.... - דער אויספיר איז שוין ב"ה נישט וויכטיג...
חסדי ה' כי לא תמנו...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 03:33 |
|
| |
איך מיין אז מען דארף ליבערשט דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס די סקול דיסטריקט איז אזא אוצר מיט געלט, א דאנק דעם איז ב"ה צושטאנד געקומען דער היסטארישער הכנסת ספר תורה...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 03:50 |
|
| |
האפענדליך וועט דער שארמאשער הרב מארגענשטערן אויך קענען אריין געבן א ספר תורה.
גרשי ממנו ילמדו וכן יעשו.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/05/2010 19:58:15
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 05:38 |
|
| |
אומזיסט טייערע לאמיך דיך אויסלערנען א כלל אין לעבן, נישט יעדע זאך וואס איינער מיט נגועות זאגט קען אפגעקויפט ווערן ווי תורת אמת, יא איך ווייס טאקע אז טייל מענטשען אין בתוכם די קרעציגע אין ווערעמיגע ווילען אראפמאלען א בילד וואו גלייך פארדעם האט מען אזוי שטארק געפייט פאר שערי חמלה ווייל די מוסדות סיי די ישיבה אין קרית יואל אין סיי די מסיבתא זאלן קענען ארויסנעמען יעדעס יאר זייער חלק אין זייער רעפטל ווי מען זאגט, אין די וועד הקריה אין דער ווילעדזש צוגלייך זאלען ארויסנעמען זייער באשערטער טייל פין אט די קאסע, אין מאנכע גייען אזוי ווייט אין זאגען אז מער וואו העלפט גייט אוועק פאר זייטוגע ארגענעזאציעס אין עס בלייבט נאר איבער א קליין חלק פאר'ן מוסד שערי חמלה.
וויל איך דיך אויפמערקזאם מאכן די אלע וואס שרייען אזוי איז נאר ווייל זיי האבען נגיעות אין נויטונגען אזוי צו זאגן, גלייב מיר אז די וואס לאזן ארויס די שימות ווייסען אויך גאר גוט אז די גאנצע געלט וואס קומט אריין אין די סקול דיסטעריקט קאסע גייט צו איין פלאץ אין נאר צו איין פלאץ, עטס אליין ווייסטס עטץ אויך גאנץ גוט עס איז נעריש ביז גאר צו לייקענען א זאך וואס איז ידוע לכל, ענק קוקען אויס ווי די וואס לייקענען שמש בצהריים, עס איז שוין העכסט צייט אויסזאגען דעם אמת וואס ענק אליין ווייסען שוין מיום הוסד המוסד.
סיי די געלט וואס קומט זיך צאם פין די שטייערן אין סיי די שווערע מעלאונעס וואס קומען פין די נוי יארקע סטעיט אין אויך די גרעסערע סכומים וואס קומען פין די פעדעראלע רעזעווארען וואס ווערן אהערגעשלעפט דורעך די פאליטישענס פין וואשינגטאן אלעס אין טאקע אלעס א יעדע דאלער אין א יעדער פעני גייט צו איין פלאץ אין נאר צו איין פלאץ אלעס גייט פאר אינזער רבי'ן אין טאש אריין, אז עס געפעלט איך נישט האט איר א ברירה פלאצט אוועק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 06:20 |
|
| |
אומזיסט, האסט פארגעשטעלט מיט דיר א סעמפל פון א פארביסענע זאלי/בני יואל
משה גאבע (דער ניק..) דיין תגובה איז ווערט א מעדאל, נישט געקענט בעסער ארויסברענגן
איך האב עס פונקט היינט געזאגט פאר איינעם דעם רעיון, אבער נישט אזוי גוט ווי דו האסט עס ארויסגעברענגט
איך האב אים געזאגט אז די שלשה רועי בקר גייען נאך ארויסקומען מיט א קול קורא אז די ספר תורה האט א דין ווי א ספר תורה שכתבו מין.
אזעלכע רשעים, איך האב א נאנטן קרוב וואס שיקט דארט א קינד, און איך בין עדות וואסערע כוחות די סקול לייגט אריין, און ממש מען זעט דעם כח פון רבין ז"ל, אז אין די זכות וואס די סקול שטיצט די מוסדות פון רבין, האבן זיי אזא הצלחה (נישטא ווער זאל לאכן)
אומזיסט, האלטסט טאקע אז אונזער רבי האט פארגינען אוועקצוגעבן פון זיין טשעק וואס ער באקומט יעדע וואך פון די סקול, צו שרייבן א ספר תורה, היעלה על הדעת????
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 06:41 |
|
| |
איך בין פערצופאל בכלל נישט קיין פארביסענער, איך באקום פשוט אין די פאסט בעפאר די וואלן, א פראפאזעל פונעם בודזשעט, און 150 מיליאן דאלער קוקט נישט אויס ווי עס גייט אויס פאר די 100 קינדער וואס לערנען דארטן. כ'מיין 150 מיליאן דאלער א יאר קומט נישט צופיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 07:21 |
|
| |
אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן, "אומזיסט" דאס טענה'ן מיט דיר
אז לשיטתך לערנען דארט נאר הונדערט קינדער, קען איך דיר נישט מער ווי ראטן צו גיין לערנען אביסל מאטעמעטיק
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 08:39 |
|
| |
אדרבה, לאמיר הערן פון דיר וויפיל הונדערטער נישט געזונטע קינדער נעבעך לערנען דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 08:44 |
|
| |
| אסעמבלי כתב: |  | האפענדליך וועט דער שארמאשער הרב מארגענשטערן אויך קענען אריין געבן א ספר תורה.
גרשי ממנו ילמדו וכן יעשו. |
|
איך פארשטיי דיין תאוה צו רעדן אויף דעם גדול המתמידים בדורינו.(נישט צו פארמישן מיט שקדנים...) לויטן שטייגער דא אויפן פארום וועסטו גאר באקומען א מעדאל פאר די חוצפה...
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/05/2010 19:59:47
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 09:35 |
|
| |
אומזיסט ביזט נישט אינגאנצען גערעכט מיט דיין מיינונג איבער דעם רב פין וועם די רעדסט, ווייל לויט ענקער טענות אז א שוטה איז פטור פין אלע מצות אין פארדעם טאר מען מיט זיי נישט לערנען גארנישט איז דער רב אויך פין די וואס זענען פטור פין למוד התורה.
נ. ב. דער מתמיד פין וועם די רעדסט ווען ער פלעגט נאך קומען צום רבין צון טיש פלעגט ער בשעת די תורה לערנען דרך החיים, די ברוינע קליינע וואס ר' גדלי אפעל האט געדריקט, אבער ווען עס איז געקומען צו כאפן א שמיעס פאר די ווידעאו קעמרע ארויפצולייגען אויף יו טוב מיט דעם רשע מענדי ברילל האט ער נישט געזען פאר וויכטוג מקצר צו זין אין שנעל ארויסנעמען דעם דרך החיים, דאן האט ער געהאט צייט פאר א לענגערע שמיעס, וויזוי זאגט נאר די תורה אויפן נחש? עפר תאוכל, אין יא עס איז מקוים געווארען אויף דעם נחש, ער טענהט אז ער האט געגעסן זאמד, נו פארוואס זאל איך אים נישט גלייבן די תורה זאגט דאך שוין אזוי.
באמת ביי אינז סאטמערע חסודים איז דער רב אפגעפרעגט לויטען הוראה פין אינזער רבי'ן ווען ער האט געזאגט אז אויף א געוויסע רב אז מיט אים שרייבט מען נישט אינטער אפי' אויף די עשרת הדברות, אין דער מתמיד האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן דעם הוראה פינעם רבין אין יא אינטערגעשריבען מיט יענע אזויגעריפענע רב.
נאך א זאך אומזיסט באטשי די מעגסט מזלזל זיין אינעם כבוד פינעם ברך משה איינע פין די צדיקי דור הקודם סך א גרעסערע מתמיד ווי להבדל בין טמאה לטהרה דער למדן פין וועם די רעדסט דער רבי דער ברך משה פלעגט לערנען יעדען פארטאגס לאנגע שעות פין גאר פרי פארטאגס ביזן דאווענען אין דערנאך פין. האלב צווייע צייט ביז ביינאכט ווען דער עולם האט שוין באמוטשעט מיט בקשות דער רבי דער ברך משה וועם די רבי ז"ל האט אן עטליכע צוואנציג מאל געזאגט ביי די ל"ג בעומר טיש מען זאל אים ארויפזעצן אויבן לעבן מיר ווייל ער דארף זיך אויסלערנען פירן, (נאר די אנשי רשע די זעלבע וועלכע האבן אויפגעהאלטן די אמבולאנס פאר א שעה צו מער ווען מען האט אריינגעפירט דעם רבין ווייל פאר זייערע צוועקען איז געווען גלייכער דעמאלטס אויפען מיניט אז רבי זאל ענדערש נפטר ווערן ווי איידער דער צואה זאל נישט מיטקומען אין שפיטאל יא די זעלבע מענטשען האבן זיך אנגעפיפען אין נישט אויסגעפירט דעם רבינס רצון דעמאלטס, און ווען איך האב זיי א שיינע צייט שפעטער ווען ער איז שוין צוריק געווען מותר לבוא בקהל פארגעהאלטען דערויף האט ער מיר גענטפערט דארפסט פארשטיין מען האט נישט געקענט, האב איך אים געפרעגט וואס הייסט די רבי האט אזויפיל מאל געהייסען וואס הייסט מען האט נישט געקענט די רבי איז דאך געווען בעה"ב האט מען דאך אינז פארקויפט מען טוט א יעדע קליינעקייט נאר וואס די רבי הייסט און איז דען דעס נישט אזוי וויכטוג ווי דעם רבינס מיינונג בנוגע שגץ בייקס? האט ער געהאלטען אין איין איבערקייען מען האט נישט געקענט) אזא צדיק וקדוש האסטו נישט קיין פראבלעים אז מען רעדט מיט בזיון, נאר דער נחש הקדמוני דער וואס שעמט זיך נישט צו זאגן ברבים אז ער איז געווען אין אריזאונע אין געגעסן די ערד בשעת ווען ער האט נאך געמיינט אז מען שניידט די ווייץ א האלבע שעה פין טוסאן אריזאונע ער האט ניטאמאל געוויסט די סיטי ווי מען שניידט אויף אים טאר מען נישט רעדן?
תוקן על ידי בענאנע ב- 17/05/2010 10:06:01
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/05/2010 20:07:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 12:38 |
|
| |
| אומזיסט כתב: |  | האפענדליך וועט דער שארמאשער הרב מארגענשטערן אויך קענען אריין געבן א ספר תורה.
גרשי ממנו ילמדו וכן יעשו.
איך פארשטיי דיין תאוה צו רעדן אויף דעם גדול המתמידים בדורינו.(נישט צו פארמישן מיט שקדנים...) לויטן שטייגער דא אויפן פארום וועסטו גאר באקומען א מעדאל פאר די חוצפה... |
|
אימזיסט לויט מיין אונפארמאציע הייבט ער נישט אן לערנען קיין אות אחת איבער טאג ער איז ביזי א גאנצען טאג מיט די פאליטיק אין העצט זיך מיט מעכיל שלעזינגער אין גרשון מאנדל
אדרבה אז ער לערנט ברענג א ווידא אין פראוו עס.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/05/2010 20:07:54
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 19:03 |
|
| |
משה האסט א ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה אוי פלעגט רבינו בעל ברך משה ז''ל שעפן נחת פין די טייערע קינדער ביי זיינע באזוכען אינעם מוסד
עס געפעלט מיר נאר ווי דער אימזיסטער שוטה קייט איבער די אפגערעגטע לאקשען אסאך גרעסערע וואטש דאג גרופעס האבען שוין געזיכט די ביכער פין קרית יואל סקול דיסטריקט אין נישט געקענט טרעפן איין פעני וואס זאל גיין פאר סיי וואס פאר א צוועק חוץ פין קרית יואל סקול דיסטריקט אין דער חמלה ואמונה בחור קייט איבער די לשונות פין בעק'ס קונטרס....
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 19:33 |
|
| |
משהגאבע, גאר גוט ארויסגעברענגט! יישר כח.
אומזינסט, איך האב נישט דאס ווארט זיך אויסצודריקן אויף דיין טפשות, אבער וואס איך גלויב איז, אז ווען עס זאל היינט פארקומען יציאת מצרים און קבלת התורה, וואלט דיין רעאקציע געווען: "איך מיין אז מען דארף ליבערשט דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס די ביזת מצרים איז געווען אזא אוצר מיט געלט"
און מיט דעם וואלטסטו אפגעווישט די גאנצע מעשה...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 20:10 |
|
| |
| אומזיסט כתב: |  | איך בין פערצופאל בכלל נישט קיין פארביסענער, איך באקום פשוט אין די פאסט בעפאר די וואלן, א פראפאזעל פונעם בודזשעט, און 150 מיליאן דאלער קוקט נישט אויס ווי עס גייט אויס פאר די 100 קינדער וואס לערנען דארטן. כ'מיין 150 מיליאן דאלער א יאר קומט נישט צופיס. |
|
ביזט נישט נאר א פארביסענער, נאר אויך א פוסטער שקרן
אינעם בודזשעט פאריאר איז געווען אויסגערעכנט א חשבון פון ארום 12-13 מיליאן דאלער (בערך, געדענק נישט די פונקטליכע נומבער)
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 20:27 |
|
| |
איך האלט אז ס'יא 150 מיליאן, ווייל היות די סקול דיסטריקט האט אומגעהויערע קאסטן, וויל למשל די טייערע קראצמעך ביימער וואס זיי ברויכן אויפשטעלן, מיט די הויכע צלמים, וכדומה, דאס ציעט אריין און גרויסע געלטער, פרעג נאר משה בער בעק מיט מנשה פילאף זיי וועלן עס שיין מסביר זיין פאר ענק, וואס קען מען טאן, דינא דמלכותא דינא
|
|
|
|
|