| נשלח ב-17/5/2010 21:27 |
|
| |
הגם א בייזוויליגער טעות איז דא מער ווי אנגענומען, און זיך אנטשולדיגן אויף א טעות בכלל עקזיסטירט נישט דא, עכ"ז וועל איך נעמען די גאטס צו גיין קעגן דעם מנהג המקום.
עס איז געווען א טעות דער נומבער 150, איך האב מיך פארמישט מיט די ציפערן פון די ארומיגע פובליק שולעס. (15-16 מיליאן דאלער איז א געלעכטער לויט די ציפערן פון די ארומיגע שולעס).
זעלבסט פארשטענדליך, מאכט דאס נישט דעם פובליק סקול מער מותר.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 21:41 |
|
| |
רבונא דעלמא כולי, זענען דאס מענטשן, אדער חיות טורפות, קוקט וואס א פארביסענער בני יואל/נטורי קרתא/זאלי שרייבט
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2789280&forum_id=21016
איך האלט אז דער מנהל גייט דאס דארט אויסמעקן, אויב ווערט דאס אויסגעמעקט האב איך א קאפי דערפון, דאס דארף מען אוועקלייגן צו ווייזן ווי ווייט מענטשן מזרע ישראל קענען זיך דערקייקלען
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 22:04 |
|
| |
דאס רשעות איז אין לשער צו נעמען א קינד וואס האט נעכטען חתונה געהאט יא וואס האט אזא קינד און לעבן דאס גרעסטע שמחה נאך מער ווי ביי א נארמאלער קינד חתונה האבן און פאר אביסל שנאה שמקלקלת את השורה דאס אראפ רייסן מיט ליצנות.
שומו שמים אז אזא זאך קען פאסירן ביי איינער וואס רופט זיך בכלל איד און נאך איינער וואס וויל זיך רופן ערליכער איד ירא שמים וואס איז א קנאי, און דאס הייסט ערליכקייט
איך האב אריין געטראכט, דער גרעסטער גוי און דע ווועלט זייט קיום העולם איז געווען בלעם הרשע ימ"ש, ווי די גמרא זאגט, לא קם נביא בישראל עוד, אבל באומות קם, חוזה דעת קל,
דאס גרעסטע וואס איז שייך ביי א גוי האט בלעם הרשע געהאט, דער בלעם האט געהאט איין שנאה צום איד, ווען בלק האט אים געבעטן צו קומען שעלטען כלל ישראל איז דאס געווען זיין גרעסטע ווינטש און לעבען,
יעצט לאמיר זיך פארשטעלען א מלך (אלע מלכים זענען געקומען צו אים) דארף גיין שעלטען א פאלק,
ער שטייט אויף 2 אזייגער פארטאגס, גייט אליינס ארויס און שטאל, נעמט א אייזל און פארט,
נישט ער שטייט אויף אביסל שפעטער,
נישט ער וועקט אויף א משרת זאל אים אנגרייטען,
נישט ער נעמט א וואגן אדער א פערד,
נאר א אייזל, אליינס, און פארט, וואס איז געשען דער גרעסטער גוי זאל דאס טוהן ????????????????
איין תירוץ איז דא ווי רש"י הק' ברענגט מכאן שהשנאה מקלקלת את השורה!!!!!!!!!,
ומה נענה אנן אויף די מענטשען וואס זענען פארביסן מיט שנאה????????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 22:26 |
|
| |
סארא רשעות?
דער שרייבער דא שטעלט אהער א מציאות כאילו אלע קראנקע קינדער פון אנדערע
געגענטער וועלעכע האבן נישט קיין סקול דיסטריקט, און אנדערע וועלעכע באנוצן
זיך נישט מיטן דיסטריקט כאילו זיי קענען נישט קיין פרשה, קיין עברי, קיין
כשר'ס, ממש ווי פאלנע גוים אין פאבליק סקולס, ביז רביה''ק זי''ע האט מיט
גרויס מסירות נפש ממש געראטעוועט די מצב,
דאס איז א פאלנער שקר קענענדיג אנדערע באגרעניצטע קינדער נעבעך וועלעכע
זענען ווייט פון גוים
און זיי באקומען זייער חינוך מיט אמת'ע מסירות נפש פון מענטשן וואס ראנגלען
זיך מיט שווערע בודזשעטן
און זארגען זיך פאר די קראנקע קינדער נעבעך .
און נעמענדיג אין באטראכט אז מען קען דאס אן דעם סקול דיסטריקט אויך קומט
אויס אז מסירות נפש פארן דיסטריקט איז נישט מסירות נפש פאר קראנקע קינדער,
נאר מסירות נפש פאר די מיליאנען דאלארן וואס פליסט אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2010 23:04 |
|
| |
סארא חוצפה?
שוין 20 יאר וואס איר באשולדיגט שערי חמלה אלס עובדי עבורה זרה, כאילו מ'טויפט דארט די קראנקע קינדער צו קאטוליסם, כאילו מ'זינגט דארט דשינגל בעל יעדן ערב קראצמעך, וכדומה די אלע הבלים שאין האוזן יכול לסבלן, אלעס נאר ווייל ר' אהרן מאכט אפשר געלט, פארדעם זענט עטס גרייט צו ציטרעטן און ציקוועטשן צישלאגענע און ציקלאפטע נשמות, מיט די גרעסטע מאס אכזריות אין שנאה, האסט א פראבלעם מיט ר' אהרן איז איין זאך אבער וואס ווילט איר פון די נשמות נשברות,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 07:14 |
|
| |
ס'קומט טרערן אין די אויגן צי צי קוקן די בילדער ווי אזא נשמה וואס מאכט אזוי פיל מיט אויף די וועלט האט די זכי' אריין צי געבן א ספר תורה אין האט די השגות דערצי
אבער די רשעים די זאליס אין די בני יואל ביי זיי איז אלעס ליצנות ביי זיי איז נישט קיין באשעפער קין תורה קיין שבת קיין מידות.
מען דארף דאנקען אין לויבן דעם בורא כל העלומים א יעדע מינוט .אז מיר האבן מיט די רשעים נישט קיין שיכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 19:32 |
|
| |
חסדים פון באשעפער אביסל פרייד אין א צובראכן הארץ
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2010 22:17 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין איך זעה איינער דרוקט זיך אויס, אז מ'שרייבט אינטער אז די קריקילום דארף זיין סעקולער (אפגערעדט אז די רבנים האבען אזוי קלאר ארויגעברענגט אז דאס איז קיין שום פראבלעם פאר די קינדער, אין זיי האבען קיינמאל נישט געוואלט קומען זי פארהערן וועגן זייערע שטותים)
ווייסט איינער וואס יעדע דעי קעיר אין העד סטארט ענגליש דעפארטמענט כו' שרייבט אינטער????
עס ווינדערט מיך שוין לאנג די נ''מ
אין בכלל פארוואס אין מאנסי זענען די מחרחרי ריב נישט מוחה אויף דעם וואס די יודען האבען איבערגענומען די פאבליק סקול????? דארט האט מען עס גאר ארויסגעוואט פין די גוים - אנדערש ווי ק''י וואס מ'האט זיך בלויז אפגעטיילט
|
|
|
|
|