א קרית יואלער איינוואוינער א הייסער נאכפאלגער פונם אהרוינישן פארטיי מאכט א הכנסת ספר תורה. כבוד ברויך ער זייער שטארק אבער א הכנסת ספר תורה ברענג היינט נישט קיין "סאך" כבוד, יעדן מאנטאג און דאנערשטאג איז דא א הכנסת ספר תורה.
וואס טוט מען? ער האט א קראנק קינד רח"ל, הענגט ער ארויס א צעטל כאילו דאס קראנק קינד מאכט א הכנסת ספר תורה. עס לאזט זיך קיינער נישט איינרעדן אז דער קראנק קינד מאכט טאקע א הכנסת ספר תורה, דער קראנק קינד איז געגאנגען צום סופר באשטעלן? ער האט באצאלט? פון ווי האט ער געלט? בקיצור, דער טאטע מאכט א הכנסת ספר תורה און צו מאכן א מצב שרייבט ער כאילו זיין קראנקע זין איז גאר דער.
פון איין זייט איז דאס אסאך איטענטשאן פארן קראנק'ען ה"י, פון די צווייטע זייט באקומט דער טאטע מער כבוד ווי ביי א געוונטליכע הכנסת ספר תורה.
א נארמאלער מענטש האט נאך אזא זאך נישט געטון. וואס האט דא פאסירט? דער טאטע איז א הייסער אנהענגער פונם אהרוינישן פארטיי און מיט דעם וואס עס הייסט אז דער קראנקער בחור מאכט א הכנסת ספר תורה "צייגט דאס איבער" אז ר' אהרן איז געווען גערעכט מיט זיין פאבליק סקול, והא ראי', ווען וואלט דאס קינד געלערענט אין פאבליק סקול וואלט ער דאך געווען א גוי...!
וואס דער טאטע האט נעבעך נישט גענומען אין חשבון איז אז ליידער ליידער זענען דא צענדליגע און הונדערטער אזעלכע בחורים אין קינדער וואס לערנען "נישט" אין ר' אהרן'ס פאבליק סקול און זיי זענען גארנישט ווייניגער "אידיש" ווי דער בחורל נעבעך.
אבער די פאקט וואס דער גאנצער אהרוינישער פארטיי האט פארגעסן איז אז אין קרית יואל האט שוין עגזעסטירט א מוסד פאר די סארט קינדער "נאך איידער" ר' אהרן האט געפענט זיין פאבליק סקול ווי מען האט מחנך געווען די סארט קינדער צו תורה וי"ש פארשטייט זיך יעדעס קינד לפי דרגה דיליה. און אין פאקט עגזעסטירט נאך עד היום הזה די מוסד "חמלה ואמונה" אין קרית יואל ווי מען איז מחנך די סארט קינדער אן דעם וואס מען לאזט זיך אריין אין אלעס שאלות "כפירה".
דאס מערסטע האט נאך דער טאטע נישט גענומען אין חשבון אז טויזענטער אידן וועלן נישט וועלן עולה זיין אין א ספר תורה וואס עס איז דא דערויף א שאלה פון "ספר תורה שכתבו מין".
נשלח ב-17/5/2010 18:42
פריש זיי נישט ברוגז די האסט דא סתם אויסגעשאסן דיינע בויך ווייען אין דיין סקול דיסטריקט פאביע,
פערצופאל הייבסטו נישט אן צו וויסן די היסטאריע פו דעם ספר,במילא קום נישט דא אהער מיט דיינע בויך סברות אין מסביר זיין דיינע פערדערייען, דא איז אינוואלווד א משפחה וואס האט דערלעבט עפעס פאזאטיוו צי טוען פאר אזא קינד וואס האט כסדר געמאנט אז ער וויל חתונה האבן ער וויל האבן א שיינע חתונה אזוי ווי יעדער האט ער איז טאקע א נישט געזונט נפש אבער לפי דרגו פארשטייט אביסל מער ווי א מענטש אין זיין פאל , איז מען אויפגעקומען מיט דע איידיע פאר צוויי יאר צריק אז מען וועט אריינגעבן א ספר תורה אין דאס וועט דינען פאר זיין חתונה, אזוי איז טאקע געווען מען האט געמאכט די סעודת מצוה פינקט ווי א חתונה אין דער בחור האט געקוואלן פאר פרייד, אין פון דעם גייט ער רעדן א גאנץ לעבן נעבעך , קומט ציגיין אזא ניק ווי פריש אין איז מסביר מיט יענמס בלוט אז וואס נאר? יא אז דע ספר איז געשריבן געווארן דורך א מין
דו ביסט שוין אמאל געגאנגן נאך געלט פאר א איד? איך בין זיכער אז נישט
נשלח ב-17/5/2010 19:05
ביטע ליין איבער מיין תגובה וועסטו געפינען אז איך האב זיך בכלל נישט באצויגן צום בחורל זעלבסט!
וואס שייך דעם בחור, האבן די עלטערן לכאורה געטון א פאזאטיווע שריט.
אבער גיין ניצן די אנגעווייטאגטע נושא אלס א קורדם לחפור, צו שמיצן קעגן ערליכע אידן וואס ווייטאגן פארן כבוד פון די תורה, פארן באשמוצן דעם בחור זעלבסט כאילו ווען נישט ר' אהרן'ס פאבליק סקול וועלט ער געווען א מחלל שבת און אוכל נבילות וטריפות איז פאלג מיר א גאנג בפרט ווען עס האט עגזעסטירט א היימישע פרומע מוסד פאר די סארט קינדער נאך איידער ר' אהרן האט געפענט זיין פאבליק סקול. צו דעם האב איך זיך באצויגן.
פריש ביסט אן אכזר אויף אן אומשולדיגע משפחה פאר גארנישט און פאר נישט. גיי שרייב ביטע אין גוי'שע פארומס. דא רעדט זיך וועגן אידן.
נשלח ב-17/5/2010 21:32
דער טאטע איז נישט קיין עקסטרעמע ארוני ער רופט ר' מאיר יודל טענענבוים צו זיינע שמחות, דע בחור איז א המספיק תלמיד ער האט נישט קיין שייכות מיטן סקול דיסריקט, די הכנסת ס"ת האבן אטיילגענומען בני יואלערס מיט ארונים צוגלייך,
אפשר קענט איר אויפהערן צו האקן אין טשייניק מיט דיינע שטיסים
נשלח ב-17/5/2010 21:37
מנהל: איי קענט בעליוו אז די אשכול איז נאכנישט אפגעמעקט, אזוינע פערדעריי!