| נשלח ב-18/5/2010 00:55 |
|
| |
פלי בארגען - אשקלון - תולדות הארון דער קשר בוגדים
נבלה נעשתה בישראל
די נקמה פון האדמו"ר מתולדות הארון
קעגען די יהדות החרדית בכלל און אתרא קדישא בפרט ווי יעדער האט גהערט פאריגע וואך האט די מאמע פון ירושלים אונטער געשריבן א פלי בארגען מיט די פאליציי ווי זי האט זיך ערקלערט טיילוייז שולדיג אז זי האט אוסגעהונגערט איר קינד און האט באקומען א שטראף פון הויז ארעסט און זי טאר זיך נישט טרעפען מיט די קינדער אן א אנוועזינהייט פון די רווחה אגענטור וואס דאס האט ארויס געברענגט א מורעדיגע ווינדער ביי יעדען מענטש ווער זענען די קארפן קעפ וואס שטייען אונטער אזא פלי בארגען, ווער האט דא לצנות געמאכט פון די יהדות החרדית וואס ארויס געגאנגען און זיך מוסר נפש געווען למען די חשובע מאמע? און ווי איינער פון די הויפט עסקנים האט דעמאלס געזאגט מיר זענען מוכן ומזומן אוועק צו געבן דאס לעצטע טראפ בלוט אז די מאמע זאל ארויס גיין (כלשונו עד טיפת דם האחרונה), ווער האט דא אזוי לצנות געמאכט פון אונז און וואס זענען זייערע כוונות?????? ווי ס'שטעלט זיך ארויס און ווי מיר האבן מברר געווען ערשט האנטיג מקורות איז דא געווען א נבלה בישראל ווען דער ערליכער רבי וואס האט א קאמפליקט מיט אתרא קדישא און ר' דוד שמידל, פארוואס ער האט נישט ארויס געגעבן א חות דעת אז מע מעג ארויף גיין לכתחילה און מירון, נו וואס טוט מען? וויאזוי מאכט מען סדר פון אתרא קדישא און דער יהדות החרדית הנאמנה???
מע גייט מאכן א פלי בארגען, די פאליציי זענען גאר צופרידן פון דעם, אזוי איז די מאמע מודה זיי גייען אראפ פון בוים שיינערהייט, זיי האבן זיך צוגעכאפט צו דעם זייער שנעל, און דער באבא האט געמאכט די קנאים בכל מקומות מושבתיהם ללעג ולקלס, אז זיי האבן זיך געשלאגען פאר א מאמע וואס איז נעבעך קראנק און האט געוואלט הרגענען אירע קינדער, זי איז מודה. ושניהם נשכרים ביידע האבן באקומען וואס זיי האבן געוואלט מיט'ן קשר בוגדין און אזוי האט מען גוט צוגעפיקס'ט די אתרא קדישא מיט די יהדות החרדית. און יעצט איז אנגעקומען אויך א אשקלון מעשה מיט קברים האט ער נישט געלאזט קיין איין חסיד זיינע גיין אויף די פראטעסטען, מען קען דאס נאכקוקן אויף אלע סייד'ס מע וועט נישט טרעפען קיין איין קאפטאן פון א תו"א חסיד דארטן, און זיי זענען אמאל געווען די ראשי הלוחמים, ער האט געשיקט א שליחות צו די צווי ראשי ישיבה און תו"א ישיבה אז טאמער זיי וועלן נישט אפשטעלען זייער העצע אז מע מיז ארויס גיין מוחה זיין הרב ק. און הרב פ. וועלען זיי אפגעזאגט ווערן פון זייער פאסטאן. אפשר וועט דאס איבער נעמען ש.ח.פ.?? דאס איז די טרוקענע פאקטן פון די קשר בוגדים, ובדרך הלצה קען זיין אז די פאליציי וועט אים געבען א הדלקה און אשלון ווי זיי וועלען אריין גיסן די אויל און ברענגען גענוג קעמרעס און פרענקען, אפשר וועט ער קומען מיט א באקס, ווייל ס'איז נישטא קיין קברים דארט.
דא האט איר צוויי לינק
די ערשטע ווי מע זעט די פייט פון דער באבא מיט אתרא קדישא איינס פאר אפאר חדשים צוריק שוין מיט דוד שמידל די צווייטע ווי ר' אברהם פרוילך דער וואס האט גענומען אחריות אויף די מאמע און די צייט וואס זי איז ארויס פון תפיסה האפט אז די פלי בארגען, וואס ער זאגט האט די מאמע בכלל נישט געזען פאר'ן חתמנע'ן וועט דורך פאלן http://rotter.name/cgi-bin/kolot/dcboard.cgi?az=read_count&om=21928&forum=prime http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=16979&cat_id=1 http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17020&cat_id=1 ליינטס גוט איבער די לעצטע צוויי לינק'ס
וואס צווישן די ווערטער זעט מען ווער ס'שטייט אונטער די נידערטרעכטיגע אקט,
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 18/05/2010 01:19:20
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/05/2010 19:04:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 04:44 |
|
| |
אנשטאט עובר צו זיין אויפן אל תען כסיל און ענטפערן די טיפשות'דיגע נארישע ליצנות, כאפט א בליק אויף דעם לינק וועט איר פארשטיין פונקטליך וואס ס'באדערט אים,
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17039&cat_id=2
(און פארגעסט נישט, לכתחילה האט אים נאר געבאדערט פארוואס די עדה נעמט נישט קיין שטעלונג, ער האט גארנישט קעגן תולדות הארון...אנטשולדיגט, אהרן...)
תוקן על ידי למען_האמת ב- 18/05/2010 04:47:02
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 06:01 |
|
| |
פארוואס האבן זיי מפרסם געווען די קליפ פונקט היינט צוויי וואכן נאך ל"ג בעומר ???????? אזוי לאנג נעמט זיי צו מאכן א קליפ?????? אדער טאקע דאס ווילן זיי פארדעקען אז זיי האבן נישט ארויס געלאזט זייער חסידים ווייל מען האט זיי נישט געלאזט מאכן א צערימאניע
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 08:29 |
|
| |
דו ווערסט קלוגער פון מינוט צו מינוט...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 18:51 |
|
| |
למען האמת אפשר ענפערסטו צום זאך פארוואס איז נישטא קיין איין בילד ווי מע זעט א חסיד פון די באקסעס מוחה זיין, ווי זענען זיי פרלוירען געגאנגען?
איך געדענק נאך די פראטעסט פון מורד הר הבית, און גבעה הצרפתית, און יפו עכו, דארט אויף די בילדער איז צוויי דריטל עולם מיט ירושלימער קאפטענעס און דא איז נישטא צו געפינען גארנישט נאר דער ראש הכולל פון כולל סאטמאר ירושלים וואס איז ארעסטירט געווארן עם זהעט מען ווי זענען די אנדערע פארשווינדין געווארן?
און נאך איין הערה ווי איז געווען דער תולדות הארון רבי ביים פראטעסט פון די עדה החרדית איז ער נישט געקומען זאגן דארט ה' מלך וואס האט פאסירט מיט אים? איז ער אפשר געגאנגען זאגן א שיעור חסידות און בית חב"ד, אדער איז ער גאר אויפ'ן דאך פון אש התורה?
א לינק פון דעם פראטעסט
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17015&cat_id=1
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 18/05/2010 18:57:53
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/05/2010 19:05:46
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 18/05/2010 19:10:29
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2010 22:58 |
|
| |
טייערער הולך לבג"ץ, לויט דיינע פשט'לעך און קאנספיראציעס, אפשר ענטפערסטו מיר קודם אויף די פראגעס.
אויב נישט די אידן האבן אינטערגעשטעלט די 9-11 טעראר אטאקעס, פארוואס זענען הונדערטער אידן נישט אריינגעקומען אין די ארבעט יענעם צופרי?
וואו איז אבאמא'ס בורט סערטיפיקאט?
און נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2010 13:52 |
|
| |
מר 'הולך לבג"ץ' שליט"א ;
צו די ווילסט יא צו די ווילסט נישט, תולדות אהרן זענען אלעמאל געווען און וועלן אלעמאל זיין די נחשונים און די ערשטע אין דעם פראנט,
איך בעט דיר באנאריש זיך נישט ווייל יעדער קינד ווען ער וועט עפענען דעם 'עולם החרדי בלאט' וועט גלייך זעהן דע בילדער ווי די תו"א חברה שטייען בראש פון דע מוחים סיי אין אשקלון און סיי און ירושלים ביי די הפגנות,
זיי זענען אמת'ע מלומדי מלחמה, גיי קוק נאר וואס עס טוהט זיך יעדן שבת ביי די הפגנה אין שבטי ישראל גאס און די מחאות קעגן קרתא, מ'זעהט דארט נישט קיין אהרונים און נישט קיין אהל שרה'ניק פאר א רפואה,און אפילו נישט נחום אטיק'ס חברה, נאר די תו"א חסידים, עס איז ממש א נחת צו זעהן ווי זיי זענען מוחה און פיהרן זיך ממש ווי א מיליטער, מ'זהעט אז עס איז מיט א ערנסקייט,
אויף דיר זאגט דער פסוק 'השנאה מקלקלת את השורה' די זעהסט נאר וואס די ווילסט, אדער בעקומסטע נישט קיין ריכטיגע אינפורמציה פון איינעם וואס וויל דיר מאכן צו שפטאט
און וועגן די אידישע מאמע וויל איך דיר אפי' נישט ענטפערן, איין זאך קענט איר אלע וויסן אז ווער עס רעדט פון דעם איז דער גרעסטער סימן אז ער ווייסט נישט וואס עס טוהט זיך דא, און האק מיר נישט אין קאפ מיט אתרא קדישא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 02:08 |
|
| |
יא יא נישט ממש נבלה נעשה בישראל, נאר נבלה נעשה בירושלים אדער גאר נבלה נעשתה במאה שערים, פשוטו כמשמעו, דער גאנצער געגנט פון מאה שערים איז די לעצטע וואך א נבלה סרוחה נישט צו העטעמען, פארוואס קומט אונז דאס ווייס איך נישט, מיר האבן דאך נישט קיין יד אין דעם אויפגראבן די קברים,!
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מען מאכט די הפגנות אין מאה שערים, וואס דארפן מיר ליידן פון דעם שטונק מיט די ריחות, יעצט אבער פרשטיי איך שוין אז דע גאנצע הפגנה למעשה איז נאר קעגן תו"א, זיי זענען דאך די וואס גראבן קברים זיי גייען דאך קיינמאל נישט צו הפגנות (וויל זיי קערן נישט און פארברענען נישט קיין מיסט) זיי דאווענען נישט זיי לערנען נישט זיי זענען מחלל שבת און בעיקר זיי האלטן נישט ווי די נארישע סיקריקים וואס פירן זיך אן קיין שום מענטשליכקייט (יא יא ווייל זיי האבן א רבי'ן מיט א שטיקל דעת תורה וואס ווייסט ווי אזוי א איד דארף זיך פירן, און ווי זיין טאטע אליין האט געשטעלט שומרים פון זיין קהלה אכטונג צו געבן מ'זאל נישט פארברענען מיסטן און זאס גלייכן)
נו ווי זאל מען גיין פארברענען מיסטן אויב נישט אין מאה שערים
טייערע ברודער! ס'שוין געקומען די צייט זיך אויפהערן נאריש צו מאכן מיט די אלע פאלטשע מלחמות קעגן הערליכע אידן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 05:58 |
|
| |
קעגן הערליכע אידן טאר מען נישט מלחמה האלטן. קעגן מיאוס'ע אידן מעג מען יא?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 06:07 |
|
| |
זיסקייט, דו ביסט קעיה"ר זייער "זיס"...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 21:13 |
|
| |
צו וואס האבן מיר ליידער ליידער דערלעבט??? די אויגן גלייבן נישט
מיר האבן דערלעבט אז די עדה החרדית און שפיץ פון גאב"ד ירושלים שיקן ארויס אויף א מערכה פון חטוטי שיכבי ר"ל און צוויי פלעצער און א"י און דער מנהיג יסראל דער תולדות הארון רבי לאזט נישט ארויס גיין זיין ציבור הולכי דרכיו צו פראטעסטירן און אזויווי איך האב געזאגט (און אדרבא אובערצייגט זיך אליין) קיין איין מענטש זיינער איז נישט ארויס פראטעסטירן
קומען די מחוצפים הולכי לבג"ץ החבריהם און מיט דברי הבל ורעות רוח רייסן זיי אראפ די ערליכע אידן וואס נתנו גוויהם למכים צושלאגן און צוביילט פארן אייבערשטנ'ס וועגן זענען סיקריקים וכו' (אמת ס'איז דא סיקריקים און ירושלים אוהל שרה, נטורי קרתא), אבער דא האט די עדה החרדית געהייסן גיין,
און אפילו לאמיר זאגן אז די עדה החרדית וואלט יעצט נישט גהייסן ארויס גיין מוחה זיין, און ס'קומט פאר אזא חילול קברים ר"ל האבן אונזער, זייערע, עלטערן (ואני הק' בתוכם) זיך נישט געלאזט שלאגען פאר חילולי קברים ר"ל? ביי יפו?, עכו?, גבעה הצרפתית?, מורד הר הבית?, זענען זייער עלטערען געווען סיקריקים?, און ווייל זיי האבן אנגעברענגט א איד פון מאנסי וואס איז געזעצען במנוחה און קיינמאל נישט זיך געלאזט שלאגן פאר'ן באשעפער'ס וועגן און ער זאגט יעצט ניין נישט גיין, פאר דעם זענען זייערע עלטערען, און אונזערע עלטערען סיקריקים????? וואס האבן נישט וואס צוטאן מיטן צייט?.
ראו להיכן הגענו פאר אביסל שנאה שמקלקלת את השורה
און נאכאמאל נישט צו פאקריכן פון דעם ענין גייטס ארויף אויף סיי וועלכע סייט וואס האט בילדער פון די פראטעסטען\הפגנות סיי פרומע און סיי פרייע אויף קיין איין סייט איז נישטא צו געפונען קיין תולדות הארון מענטש, צו איז דאס דא אויף בחדרי, ככר השבת, אתרוג, ynet, מעריב, הארץ, ערוץ2, ערוץ 10, וכו' וכו' כי רבים הם, ווי זענען זיי פארשווינדען געווארן, און אזוי אויך האבן די רדיו סטאנציעס דאס געזאגט בפירוש אז תו"א איז נישט ארויס, און אלעס פאר אביסל כבוד המדומה און געלט, וואס אתרא קדישא האט נישט געלאזט מאכן די הדלקה און מירון און ער האט זיך צו נער געלייגט בכל תפוצות ישראל, נעמט ער נקמה און זיי ביי אזעלעכע האקעלע ענינים,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 22:19 |
|
| |
ממש א געשמאק צו זעהן וויא דער באגאצניק פלאצט - די שנאה ברענט
תולדות אהרן - בהנהגת רבותינו זצ"ל - ולהבח"ח שליט"א, זענען געשטאנען - שטייען - וועלן שטיין, אין שפיץ פון אלע מערכות ישראל, כהוראת הרבנים שליט"א, און נישט מיטן דערביטערן דעם לעבן פון תושבי מאה שערים.
תולדות אהרן איז די שענסטע, הערליכסטע, צניעותדיגסטע חסידות ברחבי תבל - ועל זה דאבה ליבם - פון תו"א שונאים.
די שנאה אנטקעגן תולדות אהרן, הייבט זיך נישט אהן פון די ארוינים, און עס לאזט זיך נישט אויס מיט די אזויגערופענע "מחריבי קרתא" = סיקיריקים (מער וועגן די רשעותדיגע קליקע זעה פארום נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!!).
תולדות אהרן אזוי וויא הייביג, שטייט יעצט הויכעט בראש המערכה, צו זאמען מיטן תולדות אהרן רבין, אזוי וויא שטענדיג איז תולדות אהרן געוועהן אנטקעגן מעשה אלימות - אנטקעגן ווארפן שטיינער - אנטקעגן פייניגען אומשילדיגע איינוואוינערס, וואס ליידען זיך צאם, פון דו אומאחריותדיגע "אהל (ש)זרה" וואנדאליסטן, וואס טעראריזירן טויזנטער משפחות אינעם מאה שערים געגענד, אחכמה גדולה צו ווארפין גארביטש אונטער די פענסטער פון עפעס א אלטע אלמנה, וואב איר לעבן איז קיין לעבן נישט, ווען די וואנדאלן צינדען אינטער אגארביטש קאסטן - און די שטוב אירע ווערט פארויכערט פון די פארשטיקענע מיסט.
דו גרויסער שיסער - לוחם מלחמות ה', וואס ווילסטו פון א מאמע מיט 12 קינדער, וואס קען נישט לייגן דו פיצלעך שלאפן, ווייל ענקערע רשעים מעכן געוואלדעס אין די פארשטיקטע מאה שערים געסלאך.
ביסט א קנאי אגיבור - גיי אין די פרייע געגנטער - גיי מוחה זיין ווארפ מיסטן ביי די וואוינוגען פון די אגודה חברי כנסת, לאז מיר זעהן וויא די גייסט מיט מסירות נפש - טאקע כאפן קלעפ דארטן.
דאס איז א נייע תורת הקנאות, ווארפן מיסט אין היימישע געגנטער, און וויא נאר דו פאליציי איז דא, ביסט שוין אין דיין היים, - א אנדער געגענט אינגאנצן.
נאכאמאהל:
תולדות אהרן - בהנהגת רבותינו זצ"ל - ולהבח"ח שליט"א, זענען געשטאנען - שטייען - וועלן שטיין, אין שפיץ פון אלע מערכות ישראל, כהוראת הרבנים שליט"א, און נישט מיטן דערביטערן דעם לעבן פון תושבי מאה שערים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 04:00 |
|
| |
טענו לו בחיטים ..... והודו לו בשעורים.....
יא אזוי קוקסטו אויס און די ווילסט נאך זיין גערעכט אויך,
לאמיר מאכן אביסל סדר, די עדה החרדית האט גהייסן גיין פראטעסטירן און אשקלון? יא! די עדה החרדית האט גהייסן גיין פראטעסטירן און יפו? יא! די עדה החרדית האט פארופן א מחאה און ירושלים? יא! די עדה החרדית האט גהייסן פאברענען מיסטן? ווארפן שטיינער? שרייען נאצי? ניין! ניין! ניין!
יעצט איז תולדות הארון געווען פראטעסטירן און אשקלון? ניין! ניין! ניין!
איז תלדות הארון געווען פראטעסטירן און יפו? ניין! ניין! ניין!
איז וואס איז די תירוץ וואס די פראביר'סט מיר\דיר ענטפרען, סקריקים, שטיינער, פאברענען מיסטן, מאכן א שטינק און מאה שערים, צוברעכן טרעפיק לייטס, ווער האט גערעדט פון דעם??????
איך פרעג א פשוטע קשיא ווי און די בילדער פון אשקלון, יפו, זהעט מען איין קאפטען פון תו"א מענטשען? ווי? ענפער מיר נישט יעצט מיסטן וכו' ענפער צו די זאך,
און הוא הדבר אשר דיברתי וואס איז פלוצלינג געשען מיט די מאמע וואס אלע עסקנים וואס זענען געווען פארמישט אונדעם שרייען מע האט איר אפגענארט זי האט אונטער געשריבן א פאלשע זאך מיט דרוק פון דער רבי ובניו ושרי החוץ שלו, וואס איז דארט פארגעקומען???????
און אז די ווילסט קענסטו עפענען נאך 100 אשכולות זיך צו פארענטפערען ס'וועט דיר גארנישט העלפן, תו"א מיט קנאות האט גארנישט, אמאל געווען אבער דער חן איז פון דארט אוועק געגאנגען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 07:38 |
|
| |
אין תו"א איז דא א דעת תורה
תולדות אהרן - בהנהגת רבותינו זצ"ל - ולהבח"ח שליט"א, זענען געשטאנען - שטייען - וועלן שטיין, אין שפיץ פון אלע מערכות ישראל, כהוראת הרבנים שליט"א, און נישט מיטן דערביטערן דעם לעבן פון תושבי מאה שערים
שטייען בראש ביי די מערכה אין אשקלון - יפו - און וויא אימער בית דין הייסט - שטייען בראש המערכה אויך קעגן די געמיינע "אהל זרה" באנדע.
לגבי די פארווייטאגטע פרשה פון דע מאמען, ריכטיג אז תו"א האט א אנדער בליק, וויאזוי צו לייזן די פרשה, און פארשטייען אויך ביי דעם, אנדערש וויא די "אהל זרה" עסקנים - וואס האבן ליב צו זעהן בלוט - נישט אייגענע, נאר יענעמס בלוט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 18:59 |
|
| |
הודעת בעל דין כמאה עדים דמו...........
ענדליך ביסטו מיר מודה אז ביי די מאמע איז געווען מעשים (אשר לא יעשו) וואס דער קנאי פון מאנסי האט געטוהן. מיר האלטן שוין אויף א וועג! פארוואס האט ער געטוהן אנדערש ווי אתרא קדישא, דוד שמידל, אברהם פרויליך, יוסל קרויזער, און די לויער'ס האבן מיעץ געווען??? פארוואס האט ער געטהון וואס שמואל חיים פאפענהיים מיט דוד זילבערשלאג האבן מיעץ געווען???
און נאכאמאל פארוואס איז קיין איין חסיד זיינער נישט געגאנגען צו פראטעסטירן און אשקלון??? איך האב געמיינט אז ער איז דער ריכטיגער ממשיך פון דרך אבותיו. האט זיין טאטע אויך געהאט דעם שיטא נישט צו לאזן בחורים און כולל אינגעלייט גיין פראטעסטירן?, איז ווער האט פראטעסטירט ביי די אלע קברים ביז תשנ"ז ווער האט פראטעסטירט ביי אלע חילולי שבת ביז תשנ"ז???, האט זיי טאטע געסטראשעט דעם גאב"ד אז ער זאל ארויס שיקן זאגן בחורים און קינדער גייען נישט צו הפגנות? איז דאס געווען ביי די מערכה און בר אילן, אדער כביש רמות??????
ביטע ענטפער מיר א תירוץ וואס די אליינס גלייב'סט און דעם
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 19:59 |
|
| |
באגאצניק - דו ביסט - אדער דו מאכסט זיך.....
[quote]
הודעת בעל דין כמאה עדים דמו...........
ענדליך ביסטו מיר מודה אז ביי די מאמע איז געווען מעשים (אשר לא יעשו) איך האב דיר "מודה" געוועהן? אווהו וואס, ווען, איך האב געשריבן אז תו"א האבן פארשטאנען אנדערש וויא די בלוט דארשטיגע עסקנים, ווער האט עפעס געגעבן דעם מאנאפאל ביי ר' דוד שמידל שליט"א (כבודו בזווית מונחת - דערמאן זיך די פרשה פון די עצמות אין "טולדא" - מיט הרב שלזינגר - דעמלטס האסטו אויך אנגענומען דעת אתרא קדישא, ( ? צו פאסקענען? וואס דער קנאי פון מאנסי האט געטוהן. מיר האלטן שוין אויף א וועג! פארוואס האט ער געטוהן אנדערש ווי אתרא קדישא, ר' דוד שמידל שליט"א, אברהם פרויליך ווער איז דאס דער פרויליך - ווער האט אים ממציא געוועהן - זייט ווען איז ער א קנאי - עפעס א נייער בר סמכא - תו"א דארף אים אויס הערן - חחחח, יוסל קרויזער, און די לויער'ס ווער האט דאס דיר דער ציילט - די הויפט פאשער'ס צו מאכן דעם הסכם - זענען געוועהן בראש וראשון די לויערס פון די פרוי - ולפי דעם האט דער תולדות אהרן רבי מכריע געוועהן צו איינגיין אויפן הסכם, האבן מיעץ געווען??? פארוואס האט ער געטהון וואס שמואל חיים פאפענהיים מיט דוד זילבערשלאג האבן מיעץ געווען??? געשאסן - איך קען דיר געבן נאך אפאהר נעמען צושיסען.
-
-און נאכאמאל פארוואס איז קיין איין חסיד זיינער נישט געגאנגען צו פראטעסטירן און אשקלון??? נישטא קיין איין הפגנה - מערכה - מחאה - וואס תולדות אהרן איז נישט משתתף - ע"פ הוראות הבד"ץ שליט"א איך האב געמיינט אז ער איז דער ריכטיגער ממשיך פון דרך אבותיו. האט זיין טאטע אויך געהאט דעם שיטא נישט צו לאזן בחורים און כולל אינגעלייט גיין פראטעסטירן?, פונקט אזוי מיסטר באגאצניק - (היסטארי מאן) דער תו"א רבי האט נישט געלאזט גיין קיין בחורים ביי קיין הפגנות - חוץ פון ממש איינצלענע מאלן - היינט גראדע לאזט מען די בחורים גיין סאך מער - וויא ביים תו"א רבין זי"ע איז ווער האט פראטעסטירט ביי די אלע קברים ביז תשנ"ז ווער האט פראטעסטירט ביי אלע חילולי שבת ביז תשנ"ז???, האט זיי טאטע געסטראשעט דעם גאב"ד אז ער זאל ארויס שיקן זאגן בחורים און קינדער גייען נישט צו הפגנות? איז דאס געווען ביי די מערכה און בר אילן, אדער כביש רמות?????? יא מיסטר בגאצניק פונקט אזוי וויא דו זאגסט - מיט א סימן קריאה !!!!!!!!!!
ביטע ענטפער מיר א תירוץ וואס די אליינס גלייב'סט און דעם[/quote]
ביטע מיסטר באגאצניק - פראדוציר נישט קיין פאקטן לויט דיין געשמאק - וויא עס שמעקט דיר די מינוט.
מארגן גייט זיין נאך א געפעכט צווישן ר' דוד שמידל שליט"א = מיילעך שטערן, און הרה"ג ר' אליקים שלזינגר שליט"א – וועגן איך ווייס וואס.... – וועסטו דעמלט'ס בייטן א-ניק?
 |
|
|
|
|
|