ברוך דיין האמת - זאלי נעילת החג געשטארבן
ברוך דיין האמת
הרב החסיד רבי נעילת החג ע"ה
אוי ואויבי...
היינט האבן די זאליס געכאפט דער ענדגילטיגער מעכטיגער פראסק, ווען די בילדונג דיפארמענט האט זיי נאכמאל געזאגט זייער ליגאלע באשלוס, אז זיי געבן נישט קיין פערמיט פאר די זאליס צום נעילת החג אינעם נייעם ביהמ"ד, די נעילת החג איז אומגעקומען... געשטארבען...
עס איז באגראבען געווארן אין פאלאקס בעק יארד...
איצט איז געקומען צו אן אפשטעל די שווערע ארבעט, פאליטישע קאנעקשאנס, שמים וארץ, איבערגקערט א וועלט אז זיי זאלן באקומען די פערמיט אויף שבועות, די זאליס זענען ארום געלאפען ווי פארסאמטע מייז פון איין פאליטישען צום צווייטען געשמירט די רעדער אויף אלע זייטן, אבער עס האט זיך אויס געלאזט מיט טויטע באנקעס.
די זאליס האבן שוין פאריגע וואך באקומען דעם פראסק ווען די בילדונג דיפארמענט האט זיי קלאר געזאגט אז זיי באקומען נישט קיין נעילת החג פערמיט, נאכן ארבעטן ביטער שווער א גאנצע וואך, אבער נעכטן האבן די זאליס געהאט אן עמערזשענסי מיטונג ביי רז"ל אינדערהיים, ווי מען האט געריפען אלע קארפן קעפ, זיי האבן אלע אנגעשייגעצט שלום דייטש אז ער איז שולדיג, ער האט זיך נישט געלאזט און געשריגען אז יעקב בער איז שולדיג.
נאך 4 שעה האבן זיי באשלאסן אז היינט מאנטאג גייען זיי ניצן אלע כוחות אויף דער וועלט און איינשפאנען אלע זייערע קאנעקשאנס אז מען זאל די נעילת החג פערמיט באקומען, אויך איז באשלאסען געוארן אז שאול פערלשטיין זאל זיך האלטן די מויל פארמאכט און נישט זאגן קיין דרשות, ווייל ער האט מיאוס און ביטער אנגעזעצט די זאליס ביי זיין בית החיים "אלעס בלייבט ביים אלטן" דרשה, און נאך עד היום ליגט דער ביטערן טעם דערפון אין די זאלי ביינער.
אזוי האבן זיי היינט געטאן אויף אמאל פון אלע זייטן ווי א ווילדער צונאמי האבן זיך די זאליס היינט גענומען איבער די בילדוגנ דיפארמענט צו באקומען די פערמיט, אבער דער טאג איז פארטיג און האבן גארנישט באקומען, נישט דא קיין נעילת החג פערמיט.
די זאליס זענען צו שאסן אויף שטיקער, רז"ל אליין איז דיפערסט ער שעלט און שימפט, עס איז מכת חושך ואפילה ביי אים, ער ווארפט די שילד אויף שלום דייטש.
וואס נעילת החג מיינט ביי די זאליס ברויך מען נישט מסביר זיין, דאס איז ביי זיי ווי ליפט צו אטעמען, א גאנץ יאר טרעטן רוב זאליס נישט אריין צו רז"ל, זיי זענען נישט אינטערסירט אין זיינע גע'גנב'טע תורות, און עם הארץ פריש געבאקענע פסוקים, פון זיין שיריים עקלען זיי זיך, זיין דאווענען מיט זיין ענגלישער הבראה איז גוט פאר די פייוו טאנס מאדערענע אידן, זיי זענען נאר ביי אים ווייל ער קען שטויסען זיין ברודער בעסער ווי יוסל וואלדמאן.
אבער די זאלי פירער מיט רז"ל ליידן דערפון ביזי בזיונות א גאנץ יאר, ווען מען טרעט אריין אין ראדני איז עס ליידיג און פיסט, פרעמדע אידן ווען זיי קומען אהער קענען נישט גלייבן די בזיונות, האבן זיי באשלאסען אז די 3 מאל א יאר ביי נעילת החג וואס דעמאלס קען מען נעמען פיקטשערס, וועלן זיי איין לייגן וועלטן אז די זאליס זאלן קומען, אז מען וועט האבן 3 מאל יאר פיקטשערס וועט מען קענען פארווישען די ליידיגקייט און פיסקייט פון א גאנץ יאר, די זאליס פלעגן נישט רעדן פונעם יו"ט, נאר לייגן ריזיגע ליילעכער מיט אלע קאלירען, ריזיגע מאפעס אלעס נאר פונעם נעילת החג, גאנצע נעילת החג בלעטער אין דער איד, עס פלעגט אויסקוקען אז עס איז בכלל נישט דא קיין יו"ט נאר א נעילת החג.
מען האט אנגעגרייט דעם נעילת החג אינעם נייעם שול דאס שענעסטע וואס מעגליך פארן פיקטשער, קונצליך געמאכט אז אפילו מיטן קליינעם עולם זאל עס אויס קוקן פיל, אין דערמיט האבן זיי געמאכט א ברייטן טיש אזש אז אן עריפלאן האט געקענט לאנדען... די פרענטשעס האבן זיי געמאכט 2 פיס צווישען איין סטעיפ און צווייטען, נאך אלעם האבן זיי גענומען דר. שפיטצער וואס האט אנגעפילט די לעכער פארן פיקטשער מיט טויטע שטריימלעך און היטן.
אבער היי יאר איז די נעילת החג פיקטשער אומגעקומען און באגראבען געווארן אין פאלאקס בעק יארד.
איצט קענען זיך די זאליס פרייען אז זיי האבן א פרישען מת אין פאלאקס באגראבען....
איצט וועלן די זאליס דארפן באקן פרישע תירוצים פארוואס מען קען נישט פירן די נעילת החג אינעם נייעם שול, טייל פון די תירוצים איז שוין געבאקען, די בילדונג איז אין א סכנה... סכך האט געברענט.... זיי ווילן אליין נישט מאכן דארט נעילת החג... זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט... אלעס בלייבט ביים אלטן... דער עולם איז שוין נישט געקומען די לעצטע יארן... עס אזי איינס מיט פאלאק... וכו'...
אבער די סך הכל איז דער נעילת החג איז געשטארבן, זאגט א קליג אידל די גאנצע זאך איז דאך נאר פארן פיקטשער, דר. שפיטצער האט ממילא געמאכט רוב פיקטשער יעדעס יאר, טא זאל ער היי יאר מאכן די גאנצע פיקטשער און פארטיג...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 18/05/2010 01:53:14
 |
|
|