בית פורומים כל העולם כולו

הדרא דלא אפשר למפרט בשפתוותא-שבועות תש"ע קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/5/2010 06:59 לינק ישיר 
הדרא דלא אפשר למפרט בשפתוותא-שבועות תש"ע קרית יואל

דיו אילו ימי וכל קני חורשתא, איז נישט מעגליך צו באשרייבן דעם געהויבענעם יו"ט שבועות בצל הקודש פון מרן הגה"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א

איי ווי זאל מען אנהייבן, כל אחד כדאי לעצמו, יעדע תפלה, יעדע טיש, יעדע תורה.

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2010 07:05 לינק ישיר 

איך שרייב וואס איך מיין, און אדרבה זאל דער עולם וואס איז געווען דארט זאגן צו איך בין גערעכט צו נישט.

לענ"ד האט דער עולם היי יאר איבערגעשטיגן פון די לעצטע פיר יאר, ווייל מיר איז אויסגעקומען צו זיין אינדרויסן פון ביהמ"ד ביי יוצר דעם ערשטן טאג, מען איז געשטאנען ביז די פארטש און געדאוונט, אונטן נעבן היכל רז"ב זענען געווען נאך אסאך מאחרים לבא, און מען האט דארט אויך נישט געקענט דורכגיין, קיעה"ר אזא ציבור.

 

דער קלימאקס פון די דברי תורה איז זיכער געווען די דברי אלקים חיים ביי נעילת החג, ווען די רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס דא אידן האבן נישט מקבל געווען די תורה ו' בסיון איז געווען פון זייער זייט א מסירות נפש (ווייל די וועלט וואלט געקענט ווערן תוהו ובוהו) כדי מקיים צו זיין א מצוה דרבנן, א ציווי פון משה רבינו.

און די רבי האט נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל, אז דאס איז געווען די יסוד החסידות פון הייליגן בעש"ט, צוויי זאכן, טון א טובה פאר א צווייטן איד, און האבן מסירות נפש פאר א קוצו של יו"ד פון שולחן ערוך.

 

איר וועט מיר אנטשולדיגן

אבער איך קען מיר נאכנישט צוזאמען קלויבן די מחשבות, ממילא פה תהי' שביתת קולמוסי כעת

דער נפש איז זאט ב"ה, אויסגערוט, אבער דער גוף איז אויסגעמוטשעט, צופיל שעות האב מיר אין די 48 שעה נישט עספיעט צו שלאפן, און איך מיין אז ווער איז געווען ביי אלע טישן האט נישט צופיל געקענט שלאפן דעם יו"ט



תוקן על ידי וואלןסח ב- 21/05/2010 07:20:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2010 22:11 לינק ישיר 

אשרי עין ראתה כל אלה
איך פארשטיי באמת נישט וואס פאר א כוחות די רבי שליט''א ניצט פאר אזא יו''ט,
די קוואל פין די תורה ביי אלע טישען מיט אזא ווארימקייט, וואס לאזט איבער אזא רושם

די הערליכע אויבן אן ביי אלע טישען פין די שענסטע ת''ח אין יר''ש וואס סאטמאר פארמאגט

אזא 'גרויסע' 'אויסגעוואקסען' ביהמ''ד.....

אשרי העם שככה לו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2010 00:34 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected]

קרישקעלעך פונעם אויסערגעווענליך דערהויבענע יום טוב בצל הקודש און קרית יואל
איך שטעל זיך פאהר אז אנדערע וועלן שוין נעמען זייערע פענעס און באשרייבן דעם דערהויבענעם יו״ט און איך וואלט נאר געוואלט אביסל צולייגן אפאר אינטערעסאנטע פאקטן
1) קודם כל דער ציבור בליעה״ר.  ביים טיש דער ערשטער נאכט יום טוב איז דער ביהמ״ד געווען מלא על כל גדותיו איבערגעפילט מפה אל פה מיט טויזנטער און טויזנטער אנשי שלומינו אבער און דער זעלבער צייט זענען אלע שטיבלעך און אוודאי דער היכל ראזענבערג אויך געווען איבערגעפילט און באלאגערט. אין די זעלבע זאך ביי אלע תפילות פון יום טוב בשעת ווען די אריבער 3,000 זיצן פון ביהמ״ד אינאיינעם מיט די ארויסגעבויעטע אפטיילונג און אלע דורכגענג זענען געווען איבערגעפולט מיט די טויזנטער חסידים איז מען געשטאנען ביי אלע אריינגענג צודריקטערהייט ממש ביז די גאס!! דוכט זיך מיר אז אין די שענסטע יאהרן ביים ברך משה זצ״ל איז נישט געווען די צודריקטקייט און שטופעניש ווי היי יאהר (און דאס איז שוין נאכן צולייגן די הונדערטער זיצן און עפענען דעם פאליש ביזן מאקסימום!! כן ירבו!) א זיסע איידיע איז בייגעפאלן פאר עטליכע קלוגע אינגעלייט צו ארויפגיין אין די שטיבלעך העכערן פאליש (חדר יצחק מארקאוויטש און חדר קילא) און עפענען דארט די פענסטער און מיטגעהאלטן פון דארט דאס דאווענען.. פארשטייט זיך אז ביז עטליכע מיניטן זענען אלע בענק און זיצן דארט געווען פארכאפט..
2) די מייסטערהאפטיגע ארדענונג און דעם געלונגענעם און פראקטישן אויסשטעל פונעם ביהמ״ד. און רבותי ווען איר גייט דורך ר׳ יודא יושע וויינשטאק מעגט איר אים געבן א קאמפלימענט. א אמתער עוסק בצרכי ציבור! איינער אליינס בשעת איר זענט געזיצן און געהאט א שמחת יו״ט האט ער נישט גערוהט און טאקע אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע ארבעט וואס איז באמת געווען צום באווינדערן
3) דאס וועלן אלע מודה זיין אז פון די אלע קלימאקסן במשך דעם געהויבענעם יו״ט (וואס יעדע תפלה און טיש פאר זיך איז א עקסטערע קלימאקס) איז געווען די טיש דעם ערשטן נאכט יו״ט און דער אויסנאם הערליכער באגלייטן. דוכט זיך מיר אז דער תיקון ליל שבועות טיש איז דער שענסטער טיש און סאטמאר! דער ערענסטקייט,די ווארעמקייט און די שטאק-שטילקייט. און איבערהויפט בשעת די דברות קודש פון כ״ק רבינו שליט״א אינטערעסאנט איז געווען אז בשעת די תורה האט מען אפילו אין די ווייטע ארויסגעבויעטע חלק פון ביהמ״ד געקענט הערן הויעך און קלאר א יעדע איינציגסטע ווארט פון די דיברות קודש


אשרי עין ראתה כל אלה! ומי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! עס איז זייער שווער אראפצולייגן דעם דערהויבענעם באגלייטן אנגעהויבען ביי דעם דערהויבענעם מעמד קידוש לבנה ברוב עם און דערנאך די דערהויבענע טובים מאורות טאנץ אויף די טרעפ פון ביהמ״ד און דערנאך די אויסנאמליכע לענגערע ברכות הקודש פון רבינו שליט״א מען האט באמת געקענט טאפן אין די ליפט די התרוממות הנפש ביים גאנצן ציבור, און ווער רעדט נאך פון די הערליכע לענגערע טענץ נאכן באגלייטן וואס האט באמת ארויסגעברענגט די אינערליכע געפילן פון אנשי שלומינו נאכן אזוי דערהויבענעם יום טוב און אגב אז מ׳רעדט שוין פונעם דערהויבענעם באגלייטן דארף מען זיך באדאנקען פאר די אחים החשיבים ר׳ דוד יודא וחיים שאול קאהן וואס האבן ספעציעל געלאזט איינקויפן פאר יום טוב שפאגל נייע הויעך הילכערס פאר די ווערט פון בערך 5,000 $! און ס׳האט זיך שוין איינמאל אויסגעצאלט. בקיצור אזוי קען מען שטיין און רעדן און נישט פערטיג ווערן איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אפאר נקודות
אשרי העם שכחה לו!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2010 00:53 לינק ישיר 

גאסט כתב:
דארף מען זיך באדאנקען פאר די אחים החשיבים ר׳ דוד יודא וחיים שאול קאהן וואס האבן ספעציעל געלאזט איינקויפן פאר יום טוב שפאגל נייע הויעך הילכערס פאר די ווערט פון בערך 5,000 $!

דאס זענען 5 נייע ספיקער'ס (ספעציעל פאר אוט-דאר - כמו הארן'ס) וואס יעדע איינע קאסט  $2,300 !
ס"ה 11,500 !

און אוודאי טאר מען נישט פארגעסן צו באדאנקען אונזער משורר הר"ר עמרם אקער פאר זיין מייסטערהאפטע געלונגענע ארבייט משך'ן יו"ט, ובפרט ביי די געהויבענע טענץ נאכ'ן מעמד ברכת הקודש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2010 20:46 לינק ישיר 


קרעדיט בחצרות סאטמאר
[email protected]






 

נעילת החג





ברכת הקודש

 

רקודין


תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 23/05/2010 21:34:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2010 21:13 לינק ישיר 

ברוך המקדש שמו ברבים
אשרי עין ראתה זאת
מלך ביופיו תחזינה עיננו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2010 22:55 לינק ישיר 

איך מיין דאס זענען די שענסטע בילדער פון שבועות וואס כ'האב נאר אמאל געזען. דעם רבי'נס פנים שיינט ווי א מלאך אלוקים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2010 23:47 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2010 23:49 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=pWLIaztHUE0



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הדרא דלא אפשר למפרט בשפתוותא-שבועות תש"ע קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext