| נשלח ב-21/5/2010 11:07 |
|
| |
נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!! רביה"ק ס"ש נשא תשכ"ז
(ארויניס & זאליס קא. עס פעלט נישט אויס צו אריין מישן ענקער פאליטיק)
די נפקא מינה פון קנאות, צו רשעות'דיגע עקסטרעמיזם.
עס וואלט געוועהן אינטערסאנט, צו געבין א בליק אין דעם נושא.
דער הייליגער סאטמער רב – דער בעל דברי יואל זי"ע, דער עמוד התווך – און דער גדול הלוחמים קעגן דעם רעיון הציוני – און קעגן מדינת ישראל, האט געהאט אויסצושטיין פון די רשעים עקסטרעמיסטן, וואס ווערן אנגערופען "נטורי קרתא".
עס איז באקאנט דו באוויסטע פרשת נשא (תשכ"ז) תורה פונעם רעבי'ן זי"ע, וואס איז באקאנט אלס איינע פון די שטערקסטע דרשות אנקעגן מדינת ישראל, בנשימה אחת האט דער הייליגער בעל דברי יואל אראפ געריסן די נטורי קרתא, און זיי אנגעריפען "מחריבי קרתא".
עס וועלן זיין אפילו געציילטע וואס וועלן וויסן צו זאגן דעם באקאנטן עזות פנים'דיגן ווארט פון די אזויגערופענע "קנאים" די "מחריבי קרתא", - "רבינו סר מהדרך" עפרא לפומייהו.
די קבוצה וואס באשטייט פון אפאר געציילטע צענדליגע משפחות, וואס זענען צווישן זיך אליינס צעטיילט אויף 5 פראקציעס, האבן קיינמאהל נישט געוואוסט פון מקבל זיין א דעת תורה – קיינמאהל נישט מקבל מרות געוועהן פון קיין רב – רבי – דיין – א.ד.ג.
עס וואלט געווהען אינטערסאנט צו אינטער שטרייכן, אז זייט דע אויבנדערמאנטע פרשת נשא תורה, ביז נאך די פטירה פונעם הייליגן רעבין זי"ע, איז אין דעם העמטליכן אויסגאבע פון נטורי קרתא, דער "החומה", איז דער רבי זי"ע, נישט בכלל דערמאנט געווארן – מען רעדט דא וועגן אסאך יאהרן תשכ"ז – תשל"ט – איבער 15 יאהר, וואס דער לוחם מלחמות ה' – דער אבי אבות השיטה"ק אנטקעגן דעם רעיון הציוני – און מדינת ישראל, איז באקייאטירט געווארן – און דעם בלעטל וואס האט געדארפט צו הייסן דער פארשפרייטער פונעם קנאותדיגן דעת תורה.
און דעם בלעטיל האט מען שטענדיג געשריבן האפן און גראב, אנטקעגן די דיינים פון בד"ץ העדה החרדית, אנקעגן דעם ראב"ד הגאון ר' פנחס אפשטיין זי"ע, און זיין בית דין, אנטקעגן דעם מנחת יצחק זי"ע, און זיין בית דין, אנקעגן הק' ר' משה אריה פריינד זי"ע און זיין בית דין, אנטקעגן הגרי"מ דושינסקיא און זיין בית דין.
עס איז געוועהן אין תש"ל, ווען דער ראב"ד ר' פנחס אפשטיין זי"ע איז נסתלק געווארן, האט רביה"ק בעל דברי יואל – אראפ געשיקט קיין מאנטשעסטער – דעם תולדות אהרן רבי זי"ע, כדי צו זעהן צו דער מנחת יצחק זי"ע, פאסט אויפגענומען צו ווערן אלס ירושליימער ראש בית דין, וויא באקאנט האט דער הייליגער רבי, על סמך דעם רושם וואס דער תו"א רבי זי"ע האט איבער געגעבין פארן רבינו זי"ע, געהייסן אויפנעמען דעם מנחת יצחק אלס דער ראש בית דין פונעם בד"ץ העדה החרדית.
עס איז דענסמאהל פאחאתמעט געווארן א 'הכתרה' בריוו פארן מנחת יצחק זצ"ל, דורך די ראשי העדה החרדית, די רשעים אזויגערופענע "קנאים / נטורי קרתא", האבן געלייגט גרויס פרעשע אנטקעגן דעם אויפנעמען דעם מנח"י אלס ירושליימער ראב"ד, עס איז באקאנט אז עס איז געוועהן איינער וואס נאכן חתמענען, האט ער אויס געמעקט זיין נאמען, די רשעים האבן געדרוקט שמוציגע פאשקעווילן קעגן דעם הייליגן מנחת יצחק, זיי האבן נישט אויס געלאזט קיין שום פעולה פון האנט, צו מונע זיין, דעם אנקום זיינעם פון מאנטשעסטער – קיין ירושלים – דער סוף איז אלעמען באקאנט, דער מנחת יצחק איז נתמנה געווארן תש"ל אלס ראב"ד – לשמחת ליבם פון דע אלע קהילות אין ירושלים עיה"ק, און למגינת ליבם פון די "מחריבי קרתא",און אין תשל"ט מיט דעם הסתלקות פונעם רעבי'ן זי"ע, איז ער נתמנה געווארן אלס "מרא דארעא דישראל" אלס מ"מ פונעם רעבין, אלס ירושליימער רב.
דער היימישער ציבור אין ירושלים, איז באשטאנען פון העטליכע קהילות קדושות, די רשעים די אזויגערופענע "נטורי קרתא" – זענען קיינמאהל נישט נכלל געווארן מיטן כלל, זיי זענען שטענדיג געוועהן די יוצאי דופן, אלעמאהל געוועהן פורשים מן הציבור, ביי קיין שום הפגנה (ללא יוצא מן הכלל), וואס די העדה החרדית האט מארגן געווען זיך נישט באטייליגט, מען האט זיי נישט אנגעזעהן ביי קיין שום אסיפות – חינוך הטהור – שב"ק – נתוחי מתים – חיטוטי שכבי א.ד.ג.
עס דארף באטאנט ווערן דא – פריער – און שפעטער – אז הצדיק לוחם מלחמת השם אבי שיטת "בקנאו את קנאתי" ר' עמרם בלויא זצ"ל מיט זיינע קינדער שיחי', האבן זיך אלעמאהל יא משתתף געוועהן און זענען געוועהן אינטער געווארפן אינטערן סמכות הבד"ץ פון די העדה"ח, למרות דעם באקאנטן "פרשה", איז ר' עמרם זצ"ל, געבליבן א געטרייער סאלדאט פאר די העדה"ח.
וויא באקאנט ביי אלע קרייזן, זענען דא שארפע - וטעמם עמם, עס זענען דא געלסאנערע - וטעמם עמם – בכל אופן שיהיה, ביי כלל ישראל האט מען געוויסט שטענדיג צו זיין אונטער געווארפן אינטער עפעס א מרות – עפעס א סמכות, א יעדער האט געאהט א רב – א רבי'ן – אפילו דו מיזראחיסטן, האבן געוויסט צו בריינגען זייער "דעת תוירא" – די אגודה האבן געהאט זייערע "גדוילים", די רשעים – דו אזויגערופענע "נטורי קרתא" די זעלבס געקרוינטע "קנאים קליקע", האבן ניטאמאהל געטראפן פאר וויכטיג צו האבן עפעס א דעת תורה, ווייל זייער מהות איז שטענדיג געוועהן "אני ואפסי", און קיין איין רב וועט זיי נישט איינטיילן וואס צו טוהן.
פאר אידישקייט האבן זיי קיינמאהל נישט אויף געטוהן, זייער קנאות איז באשטאנען פון צוויי אייטעמס, 1 מלחמת חורמא אנטקעגן דעם בי"ד פון העדה"ח, 2 זיך צו האלזן און קישן מיטן רוצח יאסר אראפאט, און מיטן צעדרייטן אכמאנידז'אד.
די שיטה פונעם בית דין צדק פון די העדה החרדית, וויא אזוי אויך פון אלע רבי'ס – רבנים ומנהיגי הקהילות און ירושלים - און אין דע גאנצע היימישע קנאותדיגע וועלט, איז געוועהן מוחה צו זיין אנטקעגן די פרצות וואס עס איז פארגעגאנגן אין אר"י, און זיך מתבדל זיין פון דעם שלטון הרשע, נישט נעמען פון זיי קיין געלט, נישט זיך משתתף צו זיין ביי די בחירות א.ד.ג.
די שיטה פון זיך צו רייצן – און צו טשעפען מיט די ציונים, למשל צו לייגען א שווארצן פאן ביום אידם, אדער זיך טרעפן מיט פאלאסטינער רוצחים, כדי זיך צו טשעפענען מיט די ציונים, איז שטענדיג געוועהן ביי אונז טרייף כמעט נישט ווייניגער – וויא זיך מתחבר זיין מיט זיי, ביי מחאות און הפגנות האט מען זיי קיין מאהל נישט אנגעזעהן, עס איז באקאנט דער ווארט פון איינעם פון זייערע מנהיגים ר' א.ק. אויף די צייאניסטישע פאליציי, "ווען זיי הייבן הענט (שלאגן) - הייבן מיר פוס".
עס איז באוואוסט, אז ווען אין תולדות אהרן קהילה, זענען געוועהן צוויי אירע וואס האבן זיך משתתף געוועהן מיט די "מחריבי קרתא", זענען זיי ארויס געשליידערט געווארן דורכן תו"א רבי'ן זי"ע, אויך דעמלטס' - ווי היינט האבין דו מחוצפים, געמאכט מוירעדיגע, גרויליגע - שמוציגע פאשקעווילן, קעגן דעם גדול בישראל דער הייליגער תו"א רבי זי"ע, וויא אויך איז באקאנט ווען אמאהל האבן עטליכע בחורים פון ישיבת תו"א געווארפן שטיינער ביי א הפגנה אויף דע פאליס, האט זיי דער תו"א רבי ארויס געטראסקעט פון ישיבה .
דער תו"א רבי זי"ע, איז געועהן א מוסטער פון קנאות, עס איז באוואוסט אז גלייך נאך די "ששת הימים" מלחמה – ווען די ציונים האבן נאר וואס איינגענומען דעם "כותל המערבי", האט זיך דער תו"א רבי זצ"ל אנגעריפען פאר זיינע נאנטע – אז לכאורה וועלן מיר נישט קענען גיין צום כותל, ביז משיח וועט קומען, און נאכדעם טאקע, איז ארויס געקומען דער איסור פון הייליגן סאטמער רב זי"ע.
כמו"כ איז באקאנט, אז נאך פאר דער הייליגער סאטמער רב האט געאסערט די בחירות, האט שוין דער תו"א רבי – צוזאמען מיט ר' מאטיל סלאנימער זי"ע – געאסערט די בחירות – מען דארף פארשטיין אז דער תו"א רבי איז נאך דענסמאהל געוועהן א יונגער מאן, און האט זיך ארויס געשטעלט קעגן די אלע גרויסע רעבי'ס און רבנים, דער בעלזער רב – דער בית ישראל פון גער, דער טשובינער רב, ר' איסר זלמן מעלצער און נאך גדולי ישראל – ער איז געוועהן ממש א יחיד אין ירושלים עיה"ק, און איז געגאנגען קעגן דעם שטראם.
המשך יבוא, בעז"ה
אויב עס איז שייך, אז דע תגובות, זאלן געלייגט ווערן אין א עקסטערן אשכול, "תגובות - מחריבי קרתא" וועל איך זיין דאנקבאר – ישר כח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2010 22:53 |
|
| |
איך וועל א ביסל פארפארן - מענין לענין באותו ענין
נעמט אפאר געמיינע און אומפארשטענליכע שטיק, פון די געמיינע מחריבי קרתא - "אהל זרה" = סיקריקים באנדע, פון די לעצטע שטיקל צייט. "בזק", בזק איז א פרייוועט טלפון קאמפאני אין אר"י, קומט יענע וואך אריין א קאר פון די בזק קאמפאני, בכדי צו פארעכטן א ליין פון איינע פון די מאה שערים איינוואוינער, דער מעכאניק מאן גייט צו צום אדרעס פון דעם קאסטומער, ווען ער קומט צוריק צו זיין קאר, וואס מיינט איר האט ער געטראפן? http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17098&cat_id=1 דא האט איר לינק - און זעהט מיט אייערע אויגן וואס די רשעים די אהל זרה חברה האבן אים געמאכט, זייט דעמלטס' קומט די קאמפאני נישט אריין אין געגנט - דאס איז דרך אגב א מאנאפאל קאמפאני.
קען מיר איימיצער זאגן אויב דאס איז תורת הקנאות פון דעם הייליגן סאטמער רבין זצ"ל - ולהבח"לח שליט"א???
אין מאה שערים געגענט קומען מפעם לפעם טוריסטן, פון שטענדיג אהן, שוין 50 יאהר - וואס אין מא"ש געגענט קלעפן גרויסע סיינס - וואס בעטין פון דע באזוכער, אז מען זאל למען ה', און למען עתיד ילדינו, גיין אהן געטוהען - וויא עס פאסט פאר א ערליכן געגענט וויא מא"ש.
די לעצטע פאר יאהר, האבן זיך די "אהל זרה" באנדע גענומען פארטרייבן פון געגענט, ווער אימער עס זעהט זיי נישט אויס קיין מא"ש איינוואוינער, נישט קיין נפקא מינא צו יענער גייט צוגעדעקט וויא עס באדארף צו זיין אדער נישט.
קומט א בעל תשובה משפחה - 5 פערזאן, מאן און ווייב און דריי קינדער, זיי קומען פון פראנקרייך - פאריז, די פרוי גייט צו געדעקט וויא עס באדארף צו זיין - אבער זיא איז געגאנגען מיט "הויזן", וואס מיינט איר האבן זיי באקומען פון די לוחמי מלחמות ה' די "אהל זרה" באנדע א גאנצע הויפען מיט שמוציגע - גענוצטע פאמפערס - קומען זיי לויפען ביי א געוויסע סטאר זיך צו באשוצען, און שרייען "געוואלד" - וואס וויל מען דא פון אונז - אונז גייען מיר העכט צניעותדיג, און מיר פירן זיך לויט דעם פסק פון הרב עובדיה יוסף - וואס שרייבט אז די בנות עדות המזרח מעגן גיין מיט הויזן, אויב עטס ווילט נישט אז מיר זאלן "דא" אזוי גיין, קומט זאגט אונז שיינערהייט, און מיר וועלן אזוי טוהן, פארוואס דארף מען אונז אזוי מאכן - הזו תורה? האלו הם בני תורה? האלו בני אדם בכלל?
רבותי זאלט איר אלע וויסען, אז מיר אלע דא אין אמעריקע וואס שטיצען די געמיינע יונגען, זייערע מוסדות - זייערע משולחים, האבן א חלק ונחלה - אומוויסנדיגער הייט, מיט זייערע רשעותדיגע מעשים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 18:21 |
|
| |
המשך פון שוידערליכע טעראר, וואס די מחריבי קרתא באגייען
ווער עס נאך נישט פארשטאנען וואס דער רבי זי"ע האט געמיינט צו זאגן אז די קליקע איז נישט קיין נטורי קרתא – נאר מחריבי קרתא – האט וועט איר פארשטיין. מיר וועלן ממשיך זיין מיט נאך אביסל פון די רשעות פון די "אהל זרה" – מחריבי קרתא, און אלס מיטן קנאי'שן שלייער, וואס האט וועט איר זעהן אז עס איז פשוט רשעות – לשם רשעות, אדער צו צי קלאפן א קאמפעטישען – ליינט און שטוינט. 3. אין ארץ ישראל איז דא עטליכע גרויסע "קופות צדקה", - "ועד הרבנים" – "ועד למשפחות במצוקה" – "קופת העיר ב"ב", און נאך. איינער פון די קנאקערס פון "אהל זרה" – מחריבי קרתא ש.ל., פירט אהן איינע פון די קופות, (עס דארף צו הייסן אז די קופה פון ש.ל. טיילט צדקה פאר אלמנות מיט יתומים – למעשה לא דובים ולא יער, ער טוט מיט די כספי צדקה כבתוך שלו, די לעצטע 5 יאהר - האט קיין איין אלמנה – יתום – אדער אנדער נצרך, נישט זוכה געוועהן צי קיין גראצער פון דעם קופה – עס דארף צו הייסען אז ער האלט אויס כולל אינגעלייט – וואס למעשה זענען די "כולל אינגעלייט" די באנדע וואנדאליסטן, וואס טעראריזירען דעם גאנצען מאה שערים געגענט, אנטקעגן דעתם הברורה פון דעם בד"ץ העדה החרדית). בכל אופן דער ש.ל., האט זיך לעצטנס געזעהן אין אפראבלעם, "קופת העיר ב"ב", האט געעפנט א סטיישן אויף רחוב מאה שערים, און ש.ל. האט געזעהן פאר זיינע אויגן א קאמפאטישן, וואס וועט אים אפשר שטערן זיינע אקציעס און מאה שערים געגענט, נישט געטראכט קיין סאך – האט ש.ל. ארויס געשיקט זיינע וואנדאליסטן די אזויגערופענע "כולל אינגעלייט", און צעבראכן און האבן אויס געמעקט מעל פני האדמה, דעם נייעם "קופת העיר ב"ב" סטיישען, שטוינט און הערט וואס איז די האנגעבליכע סיבה פונעם האקט, "קופת העיר ב"ב" שטייט אונטער רב שטיינמאן פון ב"ב, וואס זאגט איר קומט זיי נישט קיין חורבן אויף זייערע אפיסעס? וואס מיינט איר ערשטוינטע ליינערס – האט מען אפשר צוריק געעפנט דעם סטיישן – לא – דער סטיישן איז סגור מסוגר – מען האט מורא פון די "אהל זרה" – מחריבי קרתא טעראריסטן. 4 "אגד", אגד איז א מחלל שבת קארפאריישען, וואס זענען א מאנאפאל, אויף די באסעס און כמעט גאנץ ארץ ישראל, ליידער רוב פרומער ציבור האט קיין ברירה נישט, און ניצט זיך מיט אגד'ס סערוויסעס, אפילו גאר היימישע ממש – האבן נישט קיין ברירה און פארן מיט אגד, (חוץ טאקע תולדות אהרן, ע"פ הוראותו פון זייער רבי'ן – ניצן נישט קיין אגד), פארט אריבער א באס פון אגד – און מאה שערים, דער באס איז געוועהן אנגעשטאפט – עס איז ניטאמאהל געוועהן פלאץ צו שטיין אינעם באס – דער באס איז פול געוועהן מיט היימישע משפחות – אנשים – נשים – וטף, קומט צו גיין א בלוט דארשטיגער טעראריסט פון די "אהל זרה" באנדע, און טראסקעט אריין א גרויסן שטיין, אינעם באס אריין – דער שטיין האט ער געדארפט צו האלטן מיט ביידע הענט – אזוי שווער איז דאס געוועהן, קומט צו לויפן נאך א באנדיט פון די מחריבי קרתא – מיט אגרויסען 10 פונטיגען האמער, און צוטראסקעט דעם באס וויא ער האט נאר געקענט. עס האט זיך אנגהויבן יללות ובכיות עצומות, פון פיצלעך קינדער מיט זייערע מאמעס (היימישע אלעס), זקנים וזקנות האבן געשריגן – וואס ווילט העטס פון אונזער לעבן צו האבן, לאזט אונז צורוה, גייט ביי דע קאמפאני אפיסעס און זייט דארט מוחה, לאזט אונז במנוחה – האט זיי עפעס געהאלפן מיינט איר? אנכטיגן טאג. המשך יבא....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 18:44 |
|
| |
דא ביסטו מיליאן פראצענט "גערעט" די מחריבי קרתא פון אוהל זרא און תורא ונראה זענען די פאלשע קנאים וואס דער רבי זי"ע האט געשריגן אז פון זיי האט ער מער מורא, זיי זענען נישט קיין קנאים, זיי זענען שלעכטע מענטשען בטבעם אנשים רעים,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 15:43 |
|
| |
אהל זרה - על שום מה?
5. "אהל שרה" (אהל זרה) – על שום מה? ווער איז דאס די "שרה", ליינט או שטוינט. ווען מיט אפאהר יאהר צוריק, האט אויסגעפלאצט א מחלוקת צווישען צוויי פראקציעס ביי די "מחריבי קרתא", האבן זיך אחלק פון די מחריבי קרתא אפגעטיילט, און געמאכט שבת פאר זיך, מען איז געגאנגען צו א איד ר' דוד פרוש – א ממונה אויף א הקדש וואס הייסט "הקדש דייוויס", און אפגעדונגען פון אים א ביהמ"ד מיטן נאמען "אהל שרה", אויף צוויי יאהר, און די צוויי יאהר האבן די דונגערס – "אהל זרה" געטוהן אין דעם ביהמ"ד כבתוך שלהם, עס איז געוועהן א פאהר ליידיגע דירות ארום דעם ביהמ"ד, האבן זיי דאס אויפגעבראכן, און מצרף געוועהן צום ביהמ"ד, און דאס אלעס אהן קיין שום רשות פונעם הקדש – ר' דוד פרוש. – (קיין שייכות מיט די באקאנטע אגודה'ס פרוש משפחה) ווען דער ר' דוד פרוש האט דאס געזעהן, האט פארשטאנען אין וואסארן קראנקען בעט ער האט זיך אריין געלייגט – אבער נישט געוואוסט וויא ווייט. וואס וואלט יעדער פון אונז געטוהן אויף אזא מצב, ריכטיג "דין תורה", ר' דוד פרוש האט טאקע אזוי געטוהן, און געלאפן צום בי"ד, וויא ערשטוינט איז געווארן ר' דוד, ווען די "מחריבי קרתא" האבן זיך נישט געוואלט שטעלן צום דין תורה, און געזאגט אהן קיין טראפ בושה, אז זיי צום דין תורה גייען נישט, וויל ר' דוד – זאל ער זיי תובע זיין אין "בית המשפט" (ארויניס & זאליס, מישט נישט דא ענקערע בויך וויטאג – תגובות ביים עקסטערן אשכול). דא זענען די רשימה פון די לאנגע בערד די אזוי גערופענע ראשי "אהל זרה" = "מחריבי קרתא" (מנהל - אראפ גענומען פונעם עמטליכן וועבסייט פון "בית המשפט") 1. הרב ראובן מרצבך 2. הרב שמעון אלי קרישבסקי 3. הרב יהודה שכטר 4. הרב יצחק ארזי 5. הרב יוסף רוטמן 6. הרב הבלין אברהם יצחק 7. הרב קאופמן ישראל מאיר צום ערשטוינונג פונעם פרייעם שופט, פארוואס זיי גייען נישט צום דין תורה? האבן די אויבן דערמאנטע ראשי "מחריבי קרתא", אהן קיין מינימאלסטע בושה, געזאגט קלאר – אז זיי טרויען נישט קיין דין תורה, און ווילן דייקה זיך מתדיין זיין בים בית המשפט הציוני. העטס מוזט נישט גלייבן וואס איך שרייב, מאכט נאר א חשבון, וואלט דער אינטערס פון די מחריבי קרתא געוועהן זיך יא צו שטעלן צום דין תורה, און דער תובע ר' דוד פרוש – איז גאר דער וואס האט זיי געוואלט תובע זיין, דווקה אין בית המשפט, וואלטן זיי אים דאך די נשמה ארויס געצאפט, כדרכם בקודש, זיי וויסן גוט גוט וויא אזוי דאס צו טוהן, צו מיט פאשקעווילן, טעראר, אד.ג. נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!! המשך יבא..... אויף תגובות לייגט אין דעם לינק – נישט ביי דעם אשכול – ישר כח http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2790317&forum_id=16386
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 22:05 |
|
| |
א טאץ קרעם קייק, אויף א היימישע צניעתדיגע פרוי
6. עס איז ארויס א הוראה אויף פורים, אז די אלע סטארס אין גאולה געגענט, צו צי שפארן 1 אזייגער נאכמיטאג, כדי אז עס זאל זיין וואס ווייניגער שאבאבניקעס אין די גאסן.
קומען אריין צוויי וואנדליסטן פון די "מחריבי קרתא" 1:05 ביי דע בריזל בעקערי, אנהייב מאה שערים גאס, אין סטאר איז געוועהן נאר א ארבעטארערן - א היימישע פרוי, און האט גארנישט געוואוסט פון עפענען - פארמאכן.
די פושעים האבן אנגעהויבן צו שרייען אויף די פארקויפערן מיט ביטערע קולות זי זאל צומאכן דעם סטאר, זי האט נישט געוואוסט און פארשטאנען וואס מען וויל פון איר, האט זי געזאגט פאר די באנדיטן, אז זי וועט קאלן פאר איר באס.
די אינטער-וועלטניקעס, האבן גענומען פון טיש אגאנצע טאץ מיט קרעם קייק, און דאס אריין געשליידערט אין פנים פון די פארקויפערן.
נטורי קרתא? אדער מחריבי קרתא!!!
ביטע תגובות לייגן ביי דעם אשכול "תגובות - מחריבי קרתא"
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2790317&forum_id=16386
המשך יבא......
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|