בית פורומים כל העולם כולו

לע"נ אלטא פיגא בת ר' אביגדור - ערכאות ומסירה קאמפיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2010 22:20 לינק ישיר 
לע"נ אלטא פיגא בת ר' אביגדור - ערכאות ומסירה קאמפיין

נעבעך נעבעך, ביום היארצייט מאכן די אויבי נפשה ונשמתה הטהורה, די נצחון גייציגע עלעמענטן א פרישע צירקוס, שלעפן אראפ איר נשמה כמה מעלות אחורנית,

דער מדובר איז דא פון א מיעוט קטן, וואס דרייען ווייטער איבער די שטאט, איבער א "פריוואטער ממנות סיכסוך", דאס איז דער ריינער מציאות, 2 צדדים קריגן זיך איבער א הויז גארנישט מער, זיי קענען זיך אלעס איינשפארן אין איין רגע מיט בלויז $20, אויב זיי זעצן זיך אראפ ווי נארמאלע מענטשן פארהאנדלן, ביי א בי"ד, קהל איז גרייט צו פארהאנדלען קהל איז גרייט צו רעדן, אנשטאט דעם שלעפן זיי אין בערכאות של עכו"ם אריין, און נאכן פארלירן ווילן זיי ווייטער נישט פארהאנדלען,

חלילה נישט גיין צו די"ת, חלילה נישט זיך אראפזעצן ווי א נארמאלער מענטש, ענדערש איבערדרייען די שטאט, פראטעסטירן און באוואשן דעם רב מיט הויכהילכערס אין מיטן שטאט, באווארפן די גאסן מיט געמיינע פשקעווילן, באשמיצן און זייער צייטונג דער איד, מאכן ספר תורה לוויות, פארמאסערן די ווילעדש, אלע ווילדע קריאזע שטיק וועלן זיי טון נאר נישט ביהעיוון ווי א סיווילזירטער מענטש,

און פארגעסט נישט דאס אלעס ברויך נאך זיין א עלוי נשמת פאר די רביצין ע"ה, ס'אט קיינער נישט געקענט אזוי מיס פאראטן דעם רביצין ווי די א"ג "רביצין מענטשן".



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2010 00:48 לינק ישיר 

אוי נעבעך
וואס ווילן זיי פין די רעביצין ע''ה, אז זיי טוען אזויפיל חילל ש''ש מיט איר נאמען

געדענקט איר נאך ווען זיי האבען זיך געשוואירען אז די מושב ליצים אין די טאג פין די יא''צ גייט זיין אין די קרעטשמע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2011 06:39 לינק ישיר 

צוליב די אקטועלקייט ברענג איך צוריק ארויף דעם אשכול, ווייל ליידער ווערט דאס יאר ווידער פראקטיצירט די זעלבע געמיינע שטיק, ליידער זענען זיי מצער די נשמה פון די רביצין ע"ה, מיט די חילול השם וואס זיי מאכן אלעס בשמו,

ס'איז ברור אז דאס הויז וואס זיי זענען באזיצן בגניבה וגזילה, איז קיין שום טובה לנשמתה הטהורה, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי, ס'זיכער אז רבינו הק'  בגנזי מרומים האט זיך מרחם אויף איר נשמה, און זיכער געמאכט אז דער ווערצהויז זאל זיך פארשליסן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 17:48 לינק ישיר 

די גרעסטע לע"נ פאר די רעביצין מער ווי אלע לעכטלעך און משניות, איז געווען מיטן אפשפארען די לשון הרע ומחלוקת קרעטשמע וואס איז געווען נקראת על שמה.

די רעביצין ע"ה בעולם העליון איז דאנקבאר פאר ראשי קהלתינו הק', ובראשם פאר ר' דוד עקשטיין שליט"א פארן טאן אזא געוואלדיגע זאך לעילוי נשמתה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 22:09 לינק ישיר 

ארונים טייערע, ס'וועט ענק גארנישט העלפן יעצט, אונז האבן מער נישט ליידער דעם מאנטיוועדער רב זי"ע וואס זאל אויסארבעטן פשרות מיט ענק. יעצט גייט עס גיין ביזן סוף! רישט ענק, מ'האט ענק געווארענט שוטים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 22:14 לינק ישיר 

הרבו דיו נשתפכו, וקולמוסן נשתברו, אודות נושא הלז, און איך קום צוריק צום זעלבן קשיא, וואס איך האב דאן געפרעגט, וואס דרייסטו א קאפ מיט "ולה' הישועה", ווען דער אייבישטער האט דיך שוין לאנג געהאלפן, קענסט שוין היינט עפענען די שול מיט $20, וואס קאסט א הזמנה לדי"ת...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 22:15 לינק ישיר 

יא די זאג נאך מאנטיוועדע תורות!

דער קרעשמע איז פארקנאקט, ביזדערווייל!

פעדעראלע אנקלאגע מיינט נאך נישט אז די קרעשמע גייט ווערן ציריק אפען,

ב''ה דער ווילידש האט פיינע לויערס

דער זכות פון רבותינו הק' וואס ליגן און קר''י ווען זיכער מגין זיין אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי

דער נביאה פונעם הייליגן ברך משה זי''ע אז יאשעק בן מרים וועט האבן א מפלה וואו המן, וועט אי''ה מקיים ווערן,

קענסט סטראשענען ביז מארגן, אלעס וועט אי''ה זיין און בעסטן ארדענונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 22:22 לינק ישיר 


ווי אזוי איז די ווילידש בכלל א צד און די צחלוקה??
עס איז דאך נישט צוגעשפארט געווארען דורוך די ווילידש??

ווי ווייט איך געדענק, האט עס די קארט געהייסן אפשפארען אלץ פארלעצונג צו די לאקאלע זאוניג געזעצן,
די ווילידיש קען געזעצליך נישט געבן קיין פערמיט אן וואסער/סוער/פארקיניג, ממילא וואס ווילט עטץ פון די ווילידש?

לויט מיין פארשטאנד, איז די מצב ביי די קעיס, אינגאנצן אנדערש ווי ביי די חרדים קעיס, און די רביצין קליקע שפאצירען אריין צו זייער עענדגילטיגען דורכפאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 22:24 לינק ישיר 

השם ישמרינו ממש מומרים להכעיס מען גייט מחלל זיין שם שמים ''אין די טאג פין איר יארצייט''


איך ווייס נישט פין נאך אזא מציאות אין די פארגאנגענהייט, אלעס קומט אין באטראכט חוץ א הזמנה לדין תורה


מען קען זיך ניטש פארשטעלן וואס פאר צער דאס איז פאר איר בעלמא דקשוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2011 22:24 לינק ישיר 

פון וואסערע נבואה רעדסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2011 22:31 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:


מען קען זיך ניטש פארשטעלן וואס פאר צער דאס איז פאר איר בעלמא דקשוט



ערענסט גערעדט, זי האט נישט מער צער אדער א גרעסערע צער דערפין ווי סיי ווער, ווייל דאס הויז באלאנגט נישט פאר איר, עס האט קיינמאל באלאנגט פאר איר, עס האט באלאנגט פאר קהל, מען האט איר עס נאר געגעבן ביז לאחר מאה ועשרים,


די וואס זענענן איצט מחלל שם שמים מיטען גייען בערכאות, זענענן נישט אירע קינדער, זיי זענענן בסך הכל אזוי געריפענע שטוב מענטשן, אבער עס איז נישט ווי א קינד חלילה  זינדיגט, וואס דעמלאטס שטייט אז די עלטערן בעולם האמת האבן צער דערפון




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 23:47 לינק ישיר 

דאס האבן די אני-ואפסי'ניקעס, ארויסגעשטעלט לכבוד די יומא דהילולא פון הרבנית אלטא פיגא.

די ארומפארשעמטע כופרים שרייבן נישט קיין ווארט אז מיר זאלן זוכה צו זיין בנין בית המקדש
קיין ווארט נישט פון ביאת משיח צדקינו
קיין שום רמז פון א בקשה להתרוממות קרן התורה וישראל

נאר צו עפענען די קאקאש קעיק ווערצהויז.


הודו לה' כי טוב אז די קאפע הויז און קרעטשמע איז פארשלאסן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2011 01:27 לינק ישיר 
די פעדעראלע מסירה וחילול ש''ש אין טאג פין די יארצייט


ווער עס וויל א טובה פאר די רעביצין א''פ ב''ר אביגדור ע''ה א''ח רביה''ק ז''ל בזו''ש
זאל געבן צדקה אין העלפן קהל אין צו קענען באשיצן פין אובי איש' אנשי ביתה
וועלכע האבען אפגעראטעוועט אין פארשפארט די ווערץ הויז וועלכע האט איר פארשאפט צער אויף יענע וועלט
ובערתה הרע מקרביך

לאמיר האפען אז פינקט ווי פין די פריעדיגע געריכטן ווי זיי האבען נאר דערלייגט מער אין מער נאך יעדע געריכט
זאלען די גזלנים ומחללי ש''ש נישט האבען קיין הצלחה אין נישט שאדען מאכען פאר קיין שום איד

עד הנה עזרנו וכו' ולא עזבנו
זאל די גאנצע וועלט זעהן אז ''יש דין בישראל''
והמחלל ש''ש ברבים נפרעים ממנו בגליו


תוקן על ידי היראים ב- 14/06/2011 01:31:40





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2011 02:04 לינק ישיר 

דער אלטער מחלל ש''ש קעגן וועם די גרעסטע גדולי הדור זענען ארויסגעקומען בכתב ידם
דער בעל ה60 מיניט'ס וכומעני האט היינט ווידער מחלל געווען ש''ש ווען ער האט פינקט ווי אין סקווירא פארריפן א פרעסע קאנפרענץ ביי סאסאמן שר''י וועלכע פירט שוין קריג מיט קרית יואל מיום הווסדה
אין אזא איינער אז ביי זיי פין די פני יודן........




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2011 02:53 לינק ישיר 

Dissident Jews feel oppressed in Kiryas Joel
Updated 6:05 PM
By: Web Staff





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2011 04:40 לינק ישיר 

ירא הקהל א מהרסים צוזאמשטעל
בני יואל  און סקווירא שונאים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לע"נ אלטא פיגא בת ר' אביגדור - ערכאות ומסירה קאמפיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext