סקאט און משה'לע, איר האט אביסל בארירט מיין קשיא, אבער נישט געהעריג פארענטפערט. איך האב טאקע דאס געוואלט וויסן. אויף וואס באזירן זיי אז מען טוט דיסקרימינירן קעגן זיי.
איך בין נישט קיין קרית יואל'ער, אבער לויט ווי איך דענק, איז זייט דעם חרדים פרשה, גיט מען געהעריג פערמיטס פאר שונאים און מען באהאנדלט זיי זייער נארמאל, די ווילידש האט דעמאלס געלערענט א גוטן לעססאן.
און דערפאר וואונדער איך מיך, אויף וואס באזירן זיי זייער קלאגע, און די זאכן וויל איך הערן, ווייל עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן אויב זיי האבן עפעס זאכליכע טענות, אדער דאס זענען זאכן וועלכע די ווילידש ליגעל טיעם וועט קענען אין איין רגע אנווייזן אז דאס זענען לעכערליכע טענות, ווייל ביי צוואנציג אנדערע פעלער - ווי דער נושא איז געווען דער זעלבער - האבן מתנגדים באקומען די זעלבע טריעטמענט ווי חסידים.
ווייל אויב דאס איז דער קעיס, דאן ווארט זיי אפ א מיאוסן פראסק אין פנים, אז זיי וועלן פארגעסן וויזוי זיי הייסן. און דעמאלס וועט נאך די ווילידש קענען אויפווייזן פונקט פארקערט, אז זיי טוען גאר הערעסן די ווילידש ווייל זיי זענען פארביטערט אז זיי קענען נישט געוואונען קיין וואלען, און עס קען נאך מיאוס בעקפייערן אויף זיי.
נשלח ב-17/6/2011 23:15
יא, ביי די וועי איז אינטערעסאנט ווי יעצט זאגן זיי איבעראל קלאר אז זיי זענען א מיעוט (מינאריטעט) און זיי זענענן בערך 40 פראצענט פון שטעטל, בשעת שטענדיג שרייען זיי גאר אז זיי האבן דעם רוב
נשלח ב-19/6/2011 19:39
גביר_אדיר און זיין לעצטע תגובה ברענגט ארויס א שטארקע פוינט, אין איין חלק פון די קלאגע זאגען זיי אז זיי זענענן די מינארעטי, און עס איז דא דיסקרימענאציע קעגן זיי און די אנדערע חלק זאגען זיי, אז זיי זענענן גאר רוב, און די ווידלעדיש מאכט דריידליך אז זיי זאלן נישט קענענן געווינענן!
ווי אזוי קען מען טענהנן ביידע טענות בנשימה אחת????
נשלח ב-19/6/2011 21:03
די פאקטישע קרית יואלע ציפערן האב איך שוין געברענגט אין א פריערדיגע תגובה
און וואס איז נאך דא ווייטער צו רעדן?
נשלח ב-19/6/2011 22:28
עס איז נישט אזא גרויסע קשיא, ווייל ווער איז רוב אין אמריקא, די דעמאקראטן אדער די רעפובליקאנער?
אמאל געווינען די דעמקראטען און אמאל די רעפובליקאנער.
נשלח ב-19/6/2011 22:46
שלמה, מיינסט צו זאגן אז באמת האבן צד בני יואל / מהרי"י יא א גרעסער'ן מינאריטעט, נאר זיי גלייכן ליבערשט צו ערוועלן איינעם מצד מהר"א?!...
נשלח ב-19/6/2011 23:04
דו האסט מיר נישט גיט פארשטאנען, איך מיין צו זאגען אז נישט אלץ געווינט די פארטיי אין אמריקא וועלכע עס האט די רוב, במיילא פאר די גוי איז עס נישט קיין קשיא.
נשלח ב-19/6/2011 23:13
עס איז יא א קשיא, ווייל יעדער ווייסט אז און קר"י איז דא א 100% טערען_אט, יעדער און קר"י גייט וואטען דערפאר איז נישט מעגליך אז די רוב זאל נישט געווינענן, אדער אז די מינארעטי זאל אנציען אריינצושטעלן זייער קאנדידאט,
די קשיא איז אסאך גרעסער אויב זענען זיי גערעכט מיט זייער טענה אז זיי זענען רוב, ווייל אויב עם כל זה געווינען די מיינאריטי איז טייטש אז די מיינאריטי טיט א גיטן דזשאב און דאן פאלט אוועק זייער הויפט טענה אז עס איז דא דיסקרימינעשאן, ווייל אפילו לויט זייער אינוועסטיגעטיוו און אבזערווינג טים איז נישט געווען קיין סובסטענשל פראוד וואס וואלט געהאט א עפעקט אויף די תוצאות פון די עלעקשאן, איז די קשיא אסאך שטארקער און פרעגט אפ זייער הויפט טענה פון סיוויל רייטס ווייעלעשאנס, און דיסקרימנאציע.
נשלח ב-19/6/2011 23:44
%85 טערען-אוט וועט בעסער שטימען מיט די מציאות. הגה.
נשלח ב-19/6/2011 23:57
משה'לע, זיי זאגן קלאר אז זיי זענען א מיעוט (מינאריטעט) און זיי זענענן בערך 40 פראצענט פון שטעטל.
נשלח ב-20/6/2011 00:52
אמת ר' שלמה, איך האב דאס געזען, איך האב נאר מגיב געווען צו העוו הופ,
אין אמעריקע איז מאדזשאריטי רולס, און די 59 בלעטער מיט זייערע אויסגעדראשענע האלב פארברעצירטע מעשיות, קאנסטיטוט נישט קיין דיסקרימנאציע, נאר א דיספיוט פון צוויי פראקציעס, וואס ווען דער צווייטער צד וואלט געהאט רוב וואלטן זיי געווינען, און דער צד השני וואלט געשריגן דיסקרימנאציע, און דער פעדעראלער רעגירונג גייט זיך דא לכאורה נישט אריין מישן.
נשלח ב-20/6/2011 01:08
have hope און מאטעלע, וואס איז א חילוק וואס פארא פראצענט גייען ארויס וואטען, וויבאלט ביי די גוים זעט מען אז מ'סוויטש פארטיי?
נשלח ב-20/6/2011 04:11
שלמהווייס כתב:
משה'לע, זיי זאגן קלאר אז זיי זענען א מיעוט (מינאריטעט) און זיי זענענן בערך 40 פראצענט פון שטעטל.
זיי שרייבען אבער דאס און זייער קלאגע...
; and ''engaging in voter fraud and intimidation to ensure that no 'dissident' is elected to serve in the village government
קענסט מיר מסביר זיין זייער טענה??
אויב ביסטו מודה אז ביסט נאר 40% פראצענט, און עס איז אייביג דא נאנט צו 100% טערען-אט,
וואס איז זייער טענה בנוגע די וואלען? פארוואס דארף די 60% מאכען פראד צו געווינענן? זיי זענענן דאך סיי ויי 60% ??
נשלח ב-20/6/2011 04:45
וועגן דעם איז די גאנצע לאו סוט די ראשי תיבות פון ברוך שאמר!