בית פורומים כל העולם כולו

לע"נ אלטא פיגא בת ר' אביגדור - ערכאות ומסירה קאמפיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2011 06:17 לינק ישיר 

איך האב נישט געזאגט אז זיי האבן בכלל א טענה, איך האב נאר געזאגט אז די קשיא איז נישט אזוי שווער, ווייל מ'קען זיין א מינארעטי און דאך געווינען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 09:23 לינק ישיר 

דער עיקר נקודה פון די קלאגע איז דייקא נישט זיך צו אפרעדן אז מ'דיסקרימינרט די מינאריטעט און דער קאורט זאל זיך דערבארעמען אויף באקירוועטע מענטשן, לא ולא, דאס איז נאר אגב, און איז אויסדריקלעך נישט דער נקודה פנימית, דער עיקר קלאגע איז אז דער עקזיסטענץ פון דער ווילעדש איז קעגן די קאנסטיטוציע, און די אלע דיסקרימנאציע אינצידענטן טוען אונטערשטיצן דעם פאקט, לשיטתם, אז די אגענדע פון די ווילעדש איז צו שטיצן א רעליגיע, דהיינו חסידי ר' אהרן,

דער עיקר לאך פון די קלאגע איז, אז מיטן אויפלעזן די ווילעדש נעמט מען צו די לאגאלע רעכטן פון "אלע" בירגער פון א קאמיוניטי צו זיך אליינס גאווערן, א רעכט וואס יעדער קאמיוניטי און די אמעריקא האט די זעלבע רעכטן, אלעס ווייל זיי זענען חסידים, און הא גופא איז א דיסקרימינאציע,

דאס איז בנוסף צו דעם וואס דער ווילעדש שרייט חי וקיים אז זיי דיסקרימינירן קיינעם, אדרבא, זיי דארפן זיך ספראווען מיט דיסגראנטעל"ט סאו"ר לוזער"ס, וואס האלטן אין איין פארלירן די וואלן פעי"ר ענ"ד סקווע"ר, און מ'קען זיי קיינמאל צופרידנשטעלן, מ'קען נישט דילן מיט זיי ווי סיוויליזירטע מענטשן, ווייל זייער איינציגער אגענדע איז פירן א דשיהאד קריג קעגן די אינפידע"ל ערא"ן טייטלבאו"ם,

און אפי' את"ל אז מ'קען אפשר טרעפן געוויסע פעלער פון דיסקרימינאציע, איז נישטא קיין שום פראוו אז דאס האט עפעס מיט רעליגיע, דאס איז בלויז קלאסישע אמעריקאנע סטייל פאליטיק פון מי בראש,

דאס דער עסק אין א ניסן שולעכטס, ודו"ק כי קצרתי,


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/06/2011 09:29:43

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:05 לינק ישיר 

יו עס סופרים קאורט האט היינט צונישט געמאכט י ב"י קלאגע מיט זייער רולינג אין די וואל מארט קלאגע, זאגנדיג און א 5-4 קאנסערוואטיוו מעדזשאריטי רולינג אז מקען נישט אריינגעבן ברייטפארצוויגטע לאוסוטס וועגן אפאר קליינע מעשיות Justice Antonin Scalia, writing for the majority, said the plaintiffs could not show that they would receive "a common answer to the crucial question why was I disfavored." און יודיש, סאסמאן דארף ברענגען רעיות אז די ווילידזש דיסקרימינעיטעד "ווייל" זיי זענען זאליס אויזער דעם וואס ער האט שוין אזוי אויך א פראבלעם צו ווייזן אז זיי זענען "בכלל" געווארן דיסקרימינירט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 23:45 לינק ישיר 

די געריכט האט ארויס געגעבן א דאטום ווען מען זאל קומען פאר א הירניג דעס מיינט נאך נישט אז די געריכט האט עס אנגענימען די קעיס

נאך די געריכט הירניג וועט מען געוואיר ווערן צי זיי נעמען עס אן ס'קען נעמען אפאר חדשים געוואיר צי ווערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 03:14 לינק ישיר 

סקאטמאלען, דו מיינסט צו זאגן אז זיי בעטן נישט אז מ'זאל זיי העלפן, נאר אז יענער זאל אויך נישט האבן, א בחינה פון "גם לי וגם לך לא יהיה"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 03:21 לינק ישיר 

AHRONY, ביזט נישט גערעכט. אין וואל מארט רעדט מען פון טויזנטער געשעפטן איבער'ן גאנצן לאנד, און דער סופרים קאורט האט אנגענומען אז די קלאגע קען נישט איבערצייגן אז ס'איז געווען א געמיינזאמער באשלוס פון די וואל מארט פירערשאפט צו דיסקרימינירן קעגן א מינאריטעט, נאר א פריוואטער באשלוס פון יעדע סטאר מענעדזשמענט באזונדער, יעדער אין זיין פאל.

דא רעדט מען פון איין רעגירונג, און דער מסור וויל מיט צאמנעמען אלע קליינע מעשיות מאכן איין גרויסע מעשה און זאגן עלי יניח צדיק.

זיין פראבלעם איז אבער, ווי סקאט און אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, אז ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט. ווי די זאליס טרומפייטערן אייביג איז דא היינט 40 שולן פון די קעגנער צום רב/רבי'ן, אריינגערעכנט 4-5 שולן פון קהלות אפיציעל קעגן די עמטליכע קהלה, ווי קענען זיי שרייען אזוי לעכערליך דיסקרימינאציע?! יא זיכער, פארטיי איז פארטיי, און קיין איין רעפובליקאנער וועט נישט אויפנעמען קיין דעמאקראט אויף זיין פאזיציע. קען אויך זיין אז די פארטיי בעפארצוגט אירע פארטיי מיטגלידער און שטיצער איבער זייערע קעגנער, אבער דאס איז נארמאלע פאליטיק.

מ'זעט קלאר אין די גאנצע קלאגע ווי זיי זוכן פון אונטער דער ערד אויסצוקראצן עפעס קעגן די ווילעדזש (א שטייגער ווי דאס גיין פארגלייכן א פריוואטע דירה העכער א ביהמ"ד - פון א איד אן ערנסטער נגיד, וואס וויל דוקא אז די 70% בלוטיגע ארימעלייט אין שטעטל זאלן באצאלן 'זיין' טעקס - צו די הויז פון רביה"ק ברך משה זי"ע. ועוד כהנה וכהנה (ווייניג מאל האט זייער מוזיק געזינגען שפעט ביינאכט, סוכות, באגלייטנס מוצ"ש, וכדו').

ס'איז נישט מער ווי א כסות עינים, און א פרואוו ענג צו מאכן פאר די ווילעדזש און נוצן דעם געריכט סיסטעם פאר בלעקמעיל קעגן א גאנצע שטאט פאר די 'חוצפה' פון נישט טאנצן לויט זייער פידל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 03:48 לינק ישיר 

קריסטאל כתב:
די געריכט האט ארויס געגעבן א דאטום ווען מען זאל קומען פאר א הירניג דעס מיינט נאך נישט אז די געריכט האט עס אנגענימען די קעיס
 

אויף ווען איז די דאטום?

 **

איינער דא האט די press release פון די וויליטש?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 07:22 לינק ישיר 

געגאנגען: איך קען די דעטאלן פון די וואל מארט קעיס. איך האב דאך געקוואוט סקאליע וואס ווארפט אריין אז. א קעיס מוז אופווייזן מיט פרוף. גי סיבה פון די אלעגזשעד דיסקרימינאציע, פארגעס נישט, סאיס ברור כשמש אז פרויען זענען געווארן דיסקרימינירט, די קאורט האט אבער געפסקנט אז סאיז נישט גענוג. און אונזער קעיס וועט סאסמאן דארפן צייגן קליפ און קלאר אז אברהם. ווידער האט באפוילן צו דיסקרימינירן. מיינע צווי צענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 07:59 לינק ישיר 

איך זעה אז ביידע צדדים רעדן מיט שטארקע זיכערקייט אויף א ניצחון, איינער גייט דא ווערן אנטוישט, דאס מערסטע דארף אבער וויי טוהן די פרעכע חילול ש''ש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 19:24 לינק ישיר 

איך גיי נעמען די מי צו שרייבן דברים פשוטים מאוד מאוד

ס'איז א ווייטאג אז מקוקט אריין אין זייער פארום, אין מזעהט ווי ברידער וואס מ'האמיר ביידע געלעבט מיטן הייליגן רבי'ן זי"ע זטלן נעבעך אזוי פארקריכן

מפארלאנגט תפילה פונעם ציבור דארט אז די קארט זאל אנגענומען ווערן וכו' וכו'

תפילה צום מלך מלכי המלכים צום הייליגן באשעפער פון דער וועלט דער יודע כל דער יודע מחשבות.

ווי שעמט מען זיך נישט. ווי האט מען נישט דאס מינדעסטע יראת שמים???
הזאת למדנו רבינו?
דעם הכל הברכה אז עס וועלן זיין פאלטשע מנהיגים קאנען זיי אלע פון אויסנווייניג

דעם רביןס תורה אז דתן ואבירם איז חרוץ על לבם

פאלט זיי גארנישט איין זיך אפצישטעלן פאר א רגע

זיך מתבונן זיין

אפשר מיינט מען זיי

אפשר מיינען זיי גארנישט דעם רבין זי"ע
אפשר איז זייער מחלוקה נאר לשם מחלוקה

אפשר איז עס א פשוטער מי בראש

וואלדמאן וויל זיין עקשטיין
שווימער וויל זיין ווידער
גליק וויל זיין פישער
שארמאש/טשאטה/גאלד ווילן זיין רב
וכו' וכו'

אויב איז ער וואס ער וויל זיין איז גוט אז נישט שפאנט מען איין די תורה הק' די ספרי רבינו די תלמידים די דיינים וואס שטימן מיט אויף די מינוט אין ממאכט דאס גענאר פון אלעמען הייליגן

דאס אז יארן צוריק האט ער קלאר פארשטאנען אז די וואלדמאנס/טירנויערס וכדומיהם דארפן פירן איז געווען דברים פשוטים מאוד

נאר דאס אז סאטמאר האט פוןו זיי אפשיי און וויל זיי נישט און אז רוב שטאט וויל א ציוויליזירטע געפיראכץ דאס פארשטייט ער ניקסט

יידיש געלט יידיש בלוט אלעס איז כדאי

שם ה' איז מתחלל אויפן גרעסטן פארנעם
אבער וויבאלד טענענבוים איז נישט רב מעג מען

מקען רעדן אין שרייבן און טענה,ען ביזן פרימארגען

וואס איז וואר איז וואר

ליידער די וואס רופן זיך תלמידי רבינו האבן נעבעך פארשווארצט דעם הייליגן רבין מסוף העולם עד סופו

אין יראת אלוקים במקום הזה

בושה תכסה פנינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 19:45 לינק ישיר 

לדעתי האט נאך קיינער אין שטעטל זיך נישט גענומען רעדן עברית

אידישקייט איז אין שטעטל נישט געפאלן די לעצטע 25 יאר

מקען נישט טרעפן קיין שום קינד פון שערי חמלה וואס זינגט דזשינגעל בעללס

דרך ארץ איז ביי אינז אויף סאך א העכערע לעוועל ווי ביי די נועמי המידות אדער ביים רביןס אייגענע קינדער....בני יואל.....

די שטעטל איז זיך צו וואקסן הערליך שיין די ווילידזש באהאנדעלט אלעס בטוטו"ד{ממעג האבן טענות צומאל אויך}

אידישקייט וואקסט און בליהט רבינו בגנזי מרומים וואלט זייער הנאה געהאט אויב שטייט ער אויף תחית המתים

נאר וואדען וואס איז דער פראבלעם?

מי בראש

טענענבוים פירט נישט

וואלדמאן איז נישט מרוצה לקהל קיינער וויל אים נישט

אשר על כן מעג מען דאך טאן אלעס אין דער וועלט






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 21:15 לינק ישיר 

מנהל
ביטע פאררעכט און לייגט צו איין ווארט צו מיין צווייטע תגובה, די 6טע שורה ביים סוף

די וואר "היינט"

מיט אנטשולדיגונג

א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 22:49 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 01:29 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פארוואס די זאליס האבען די א פראבלעם מיט די מסירה וחילול ש''ש אזש איך הער עטליכע פין זיי פארענטפרן זיך
איך הער אז מהרז''ל פילאף זאגט אז די ארונים קלאגען גאר די זאליס
פינקט ווי ביי די סטעיט קארט ווי די ארונים האבען געקלאגט די זאליס וועגן די עיר קאנדישאן אין פינקט ווי די בג''ץ קלאגע
האבען זיי דען א פראבלעם מיט זייערע מענטשן?

זיי זענען אייביג נתבעים ווייל זיי האבען א תור''א....... אין צו דעם האלטן זיי זיך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 21:27 לינק ישיר 

אויב איך מעג, ברעג איך ארויף דעם ארגינעלן אשכול, פון די בנ"י פעדעראלע קלאגע, ווייל אסאך רעיונות וואס זענען גילטיג זענען שוין ערווענט געווארן דאן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לע"נ אלטא פיגא בת ר' אביגדור - ערכאות ומסירה קאמפיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.