פערטע און פיפטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי !!!
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה ביי כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט בכלל, און איבער אנ"ש בוואדבערי והגלילות בפרט, אז די וואך דינסטאג פרשת בהעלותך וועט אי"ה פארקומען די פערטע חתונה אינעם הערליכן זאל "עטרת מאיר צבי" אין וואדבערי בת"ת דישיבה תורה ויראה "בני יואל" ד'סאטמאר, טראץ די אלע פריוונגען פון די אינשי דלא מעלי, און קורץ קעפיגע, צושטערן דאס זאל קענען צושטאנד קומען.
און קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת שלח וועט אי"ה פארקומען די פיפטע חתונה.
די אלע מחותנים זענען פון די סלתה ושמנה דאס שטענסטע משפחות וואס קרית יואל פארמאגט
עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה, און זיידעס און באבעס, אז מען זאל זיך תמיד קענען פרייען נאר אויף שמחות געזונטערהייט. און זעהן אסאך נחת ביים דעם קינד און ביי אלע קינדער און אייניקלעך.
|
|