|
|
| נשלח ב-25/5/2010 17:46 |
|
| |
אימזינסט איך פיל דיין ווייטוג אבער אויף צו שרייבען פאר אזעלכע שטותים האב איך נישט געגלייבט כ'האף וועסט זיך שנעל בארויגען
די מושחתים זענען אזוי ווילד אויף דעם מחותן סאקס, יעדע פאר מיניט קומט א פרישע ספין זיי האבען שוין אפגעקדרוקט פאשקעווילן אינטערגעשריבן 'בני משפחה' די לעצטע ווערסיע איז, אז מ'האט נאר איינגערעדט פאר'ן זיידען ר' יוסל אז מ'האט רשות... זיי וויסען גיט אז הגאון רבי שמואל דוד סאקס דומ''ץ פשעווארסק וומ''ס וועט נישט נעמען די סידור קדושין נאר אויב ער ווערט מכובד פין די מרא דאתרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 18:29 |
|
| |
אימזינסט לויט ווי איך געדענק איז העלמעצע רב שוין געווען מסדר קדושין אין ק"י ביי א משפחה שמחה אפילו ער איז נישט קיין גיטע פריינד
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 19:37 |
|
| |
עס איז נאריש זיך צו טענה'ן אויף דברים הידועים לכל, איך קען נישט אפפרעגן די מעשה מיט סקולענער רבי ווייל איך האב עס קיינמאל נישט געהערט, קען זיין ס'איז אזוי אמת ווי די גאנצע צוויבל מעשה וואס זיי ברענגן אין זייער פארום
אבער דאס איז הונדערט פראצענט, איך געדענק אז ר' יצחק מאנדל פלעגט זיין מסדר קידושין (ברשות רבינו) ביי משפחה ביז די גירות פרשה (נאך תש"ס)
און איך מיין (איך געדענק נישט קלאר ממילא שרייב איך נישט הונדערט פראצענט) אז דער שארמאשער פלעגט איך האב רשות פאר סידור קידושין ביי משפחה (נאך תשנ"ה) ביז א געוויסע פוינט
ממילא שטותים והבלים רעד איין פאר א צווייטן
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 19:42 |
|
| |
| היראים כתב: |  | נפל גרייט צו זיינע קעלבער צו דעם דורכפאל, נאך זיין מעכטיגע אשכול:
ליינט אין כאפט א שמייכל
די צוויי צוויבל ברידער זענען יעצט געווען ביים מחותן און אים פארגעשלאגן אז ער זאל מכבד זיין דעם רא"ט און נעמען אויף זייער אחריות אז ער וועט מכבד זיין זיין ברידער דער קאנטרי דיין. זיי האבן אים פראבירט משכנע זיין אז מיט דעם וועט זיך דער ברידער קענען געהעריג משתתף זיין וכו' וכו', דער מחותן האט נישט געגעבן א תשובה אויפן פלאץ. ער האט געזאגט אז ער וועט זיך איבערטראכטן.
|
|
הרב צוויבל איז יעצט ציגאסט אין קרית טאהש אויף א משפחה חתונה אינטערסאנט/נאך א מזל אז נפל האט אים נישט געזעהן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 18:40 |
|
| |
זיי קומען נאכנישט צו זיך שוין די צווייטע (פין 5 זייט די זאל איז אפען) חתונות וואס האט די לעצטע מיניט אפגעמאכט אז זיי ווילן נישט ניצן זייער קינדער אלס געווער ביום חופתם (די ערשטע האבען זיי אויפגעזאגט די לעצטע מיניט פאר די חוצפה)
זיי זוכן חלשות זיך צו טרייסטען, גאנצע ספין'ס ווערן פארבעצירט, זיי ווייסען זייער גוט אז הג''ר שמואל דוד וועט נישט נעמען די סידו''ק חוץ אויב די מרא דאתרא גיבט אים עס איבער
זיי טרייסטן זיך מיט א בילד, ווען קויפמאן איז ציגעקומען רעדן מיט אים האט ער נישט געשריגן אויף..........
אגב, עס איז נעכטן ב''ה געבראכען געווארען היסטאריע אין ק''י ווען עס זענען פארגעקומען 4 חתונות אין איין נאכט בליעה''ר פאראדייס, עקשטיין, קרן ויוא''מ, אין ביי די מתנחלים זאל יעדער אויפשטעלן א לעכטיג ידיש הויז
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 19:17 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | ס'זעט נישט אויס ווי איינער איז דארט אנגעווייטאגט אויף אים |
אנגעווייטוגט דארף עטס זיין אויפן מחותן, דער אהרונישער ברודער וואלט קיינמאל געווען מסדר קידושין אן די רשות פונעם מחותן, דער מחותן וואלט געקענט אין איין רגע שטול מאכן די אלע אהרונישע מעשיות ער זאגט פארן ברודער: "ברודער לעבן איך האב דיך זייער ליב און איך וואלט דיר הארצן גערן געגעבן סידור קידושין, אבער היות עס גייען ארום שמועות פורחות באוויר אז דער אורזאך פון דיין סידור קידושין איז כאילו איך האב גענומען רשות פון אהרן'ען, ע"כ מוז איך דאס איינמאל להוציא מלבן געבן דער סידור קידושין פאר הצדיק משארמאש שליט"א, אין איינמאל פאר אלעמאל יסכר פי דוברי שקר, איך האף ברודער לעבן אז דו וועסט מיך פארשטיין"
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 21:34 |
|
| |
די דורכפעלער נעמען נישט קיין עק.
נעכטן ביי די חתונה אין די בני יואל'ע זאל, זייענדיג דערביטערט פונעם פאקט וועלכע זיי אליינס ווייסן נאך די בעסטע ווי ווייניג חתונות עס זענען געסקעדשועלט אין דעם זאל - געגן זייערע פאראויסגעזאגטע ערווארטונגען - האבן די אנפירער פון די בני יואל'ע זאל געוואלט אין א לעצט-מינוטיגע פארלוירענע שריט מחפה זיין די בושות, ווען שקר איז ביי זיי פון אייביג אן געווען א אנגענומער מיטל, און אויסרופן ביי די חופה:
"הרה"ג ר' ש"ד סאקס שליט"א איז מחובד מיט סידור קידושין, אָן פרעגן דעם אזוי גערופענעם מרא דאתרא"
אייגנטליך וואלט דאס קינדישקייט פון זייער סעקטע שטארק ארויסגעקומען צום פובליק פון אזא ערשיינונג... אבער, דער מחותן ר' ח"ל האט געזאגט פארן שמש אז זיין ברודער וועט אויף קיין פאל נישט מסדר קידושין זיין אויב רופט מען אזוי אויס, און זיי זאלן אים ביטע נישט צושטערן זיין שמחה. זיי האבן אים פרובירט איבערצורעדן אז זיין ברודער וועט עס יא אננעמען סייוויאזוי, ווייל דאס אז ער איז א שליח פון ר' אהרן דאס איז דאך ממילא א מציאות, ממילא וועט דאס אויסרופן שוין נישט משנה זיין לגבי אים, און מאידך גיסא פאר די פאליטיק איז עס קריטיש וויכטיג.
איז ר' חיים לייב צוגעגאנגען צו הג"ר שמואל דוד שליט"א און אים פארציילט אז זיי ווילן אזוי אויסרופן, וועלנדיג פארזיכערן אז ער זאל דאס וויסן פון פאראויס.
האט הגרש"ד געענטפערט זייער קלאר: אויב רופט מען אויס אזא שקר, דאן זאל ר' יואלי'ש קומען מסדר זיין, און איך האב נאך א וועג אהיים!
די חופה האט זיך אויפגעהאלטן 10 מינוט אדאנק דעם, ביז דער מחותן האט זיך איינגעבעטן ביי די בהמות אז זיי זאלן אים לאזן לעבן, און נישט צעשטערן זיין [כשר'ע] שמחה, וכך הוה.
ופני המן וגו'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 21:46 |
|
| |
moshe12 שרייבט:
יעצט גערעדט צי איינעם אין זאל
אז ווען דער הרר' שמואל דוד לאקס איז אריינגעקימען אין זאל איז הרר' משה שווארטץ ציגעגאנגען צי עם פרעגען אויב עס איז אמת אז ער איז געגאנגען פרעגען רא"ט רשות האט ער גענטגערט
קיינמאל אזא מעשה נישט געשען. שקר וכזוב.
ריכטיג, ריכטיג.
הגם די מעשה האט קיינמאל פאסירט, אבער די אינהאלט איז זייער ריכטיג.
הגרש"ד האט קיינמאל נישט געבעטן רשות פון רבי'ן מסדר קידושין צו זיין. עס פאלט אים נישט איין אזא נארישקייט...
נאר וואס יא, ר' חיים לייב האט מכבד געווען דעם רבי'ן דער מרא דאתרא צו קומען מסדר קידושין זיין, און די רבי האט אנגערופן הגרש"ד און אים געשטעלט אלס שליח צו גיין במקומו.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 22:24 |
|
| |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 01:50 |
|
| |
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי די זאליס פרובירן צו ערפינדן ספינ'ס, וועלכע קלעבן נישט איינס מיט די צווייטע.
איך וואלט נאר געקענט באשטיין א זאלי זאל מיר מסביר זיין: אויב איז ריכטיג אז רבי שמואל דוד איז "נישט" געווען א שליח פון מהר"א, האב איך 2 פלאות:
1) וואס איז פשט אז מיר האבן שוין געוויסט פאר זיכער פון 2 טעג בעפאר אז 'ער' גייט מסדר קידושין זיין? צו האבן מיר אפשר געהעקט די טעלעפאן ביים מחותן?..
2) און אויב שוין יא, למעשה ווען עס איז געווארן א "רומער" (כלשון "בני המשפחה" בהפאשקעוויל...) אז רש"ד איז א שליח פון מהר"א, פארוואס האט מען נישט געקענט "למען האמת" בייטן דעם סידור קידושין כיבוד צו א צווייטן רב, וועלכער איז יא א זאלי/בני יואל, כדי שלא יאמרו הבריות? פארוואס האט מען נישט גערופן דעם "מרא דאתרא" הרב טענענבוים, און העכסטנס זאל ער עס דערנאך איברגעבן פאר רש"ד?
(נישט אז מיר פעלט אויס ראיות צו דאס וואס איך ווייס קראנט, אבער לאמיר הערן לשיטתכם).
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 02:35 |
|
| |
לאמיר אריין ווארפן מיינע 2 צענט.
דאס איז זיכער, אז ר' שמואל דוד האט נישט מסדר קידושין געווען אן ר"א'ס רשות.
ווידעראום דאס איז אויך זיכער (ביי מיר עכ"פ) אז דער מחותן האט נישט מכבד געווען ר' אהרן.
בלייבט איבער צו זאגן אזוי ווי די י"א אז דער רש"ד האט געוואלט זיך באטייליגן ביי די חתונה, טויט צו רויט. (קען זיין סידו"ק האט אים אויך געשמעקט). און אזוי ווי עראיז א שטיקל משועבד צו די אהרונים, קען זיין ער איז באמת א אהרוני, האט ער געקענט באשטיין עס צו ערלעדיגן מיט "רשות".
פארשטייט זיך אז דער לוזער בלייבט דער וואס האט בע"כ, ובניגוד לרצונו געגעבן רשות.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 05:33 |
|
| |
מיין טייער קינד, זיי מיר מסביר וואס דאס מיינט "בעל כרחו געגעבן רשות".
ווער האט אים געצוואונגען צו גיבן רשות?
ביטע ענטפער, א דאנק.
(און נישט נאר אז ער איז נישט געצוואונגען, נאר קיינער האט אים נישט 'געבעטן' רשות. ווייל ווען יא גיט מען נישט! קומען צום מרא דאתרא "בעטן רשות" איז א חוצפה וואס איז נאך דערווייל נישט בייגעפאלן קיינעם.)
תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/05/2010 05:45:12
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 06:16 |
|
| |
די זאלי'ס קענען פאביריצירן ספין'ס וויפיל עס גייט, אבער דער מציאות איז קאי וקיים.
אונז האט נישט געברענט די הויט אז די חתונה זאל זיין כשר, מיר האבן נישט קיין שום פראבלעים צוצולייגן נאך א פארפאלק צו די ליסטע פון די זונדיגע מובדלים ומופרשים, מיר האבן נישט קיין שום פראבלעים אז ר' ח"ל סאקס וועט נישט האבן זיינע קרובים ביי זיין שמחה.
דער איינציגסטער וואס האט יא געהאט א פראבלעים דערמיט איז דער מחותן זעלבסט, און דערפאר איז ער אריבערקעקומען צום מרא דאתרא און "מכבד געווען אים אליינס" צו מסדר קידושין זיין. דאס איז א פאקט וואס האט פאסירט, אפגעזעהן צו עס שמעקט פאר זיין פארטיי.
עס איז גוט פארשטענדליך פארוואס די זאלי'ס ברויכן זוכן דריידלעך אויסצודרייען די פאקטן בכל האופנים, דער פאקט פאטשט אין פנים, דער דורכפאל איז אומערווארטעט און אומדערטרעגליך, אז פון די "קארגע 4 אויסגעשפילטע דעיט'ס" וואס זענען ביי זיי געסקעדשועלט אויף דעם זומער, האט זיך אויסגעלאזט מיט אזא מיסטעריעזן דורכפאל.
|
|
|
|
|